סיפורי ישועה מכלי ראשון בזכות זהירות בנטילת ידים וברכת המזון כראוי
לכבוד די מערכת פונעם חשוב'ן גליון "וברכת". פאלגנד איז א מעשה וואס איז בדידי הוה עובדא.
די מעשה גייט צוריק מיט אריבער צען יאר, ווען מיין חשוב'ער פאטער הרה"ח ר' הערשל ז"ל (ר' שמואל צבי ב"ר יוסף) האט איין טאג, רעדנדיג מיט מיר אויפן טעלעפאן, געזאגט: "בנציון, איך וויל דיר זאגן א נקודה למחשבה. איך בין נעכטן געווען ביי א שיעור, וואו דער רב האט גערעדט איבער נטילת ידים און ברכת המזון.
"בתוך הדברים האט ער ארויסגעברענגט לשבח דעם ענין פון זיך וואשן אויף געהעריג ברויט און בענטשן כהלכה, ווי עס שטייט אין אלע ספרים די גרויסע מעלה און סגולה דערפון.
"בנציון," זאגט ער מיר, "איך וואלט דיר מייעץ געווען דו זאלסט דאס פרובירן מקיים צו זיין אפילו אויב עס וועט דיר אמאל אנקומען שווער, וויבאלד ביי אזא גרויסע מצוה מיט אזעלכע הבטחות, לוינט זיך די אינוועסטמענט!"
"בנציון," זאגט ער מיר, "איך וואלט דיר מייעץ געווען דו זאלסט זיך דערווייטערן פון דעם. אלע מצוות זוכט מען דאך מהדר צו זיין און אויסצופירן ריכטיג כהלכה, נו, פונקט ביי אזא גרויסע מצוה זאל מען זיכן קולות?
און ער לייגט מיר צו א בקשה: "קויף מער נישט קיין סענדוויטשעס אינדערפרי, נאר אויב דו ווילסט זיך וואשן און בענטשן געהעריג. דו וועסט נישט חרטה האבן; ברכת המזון און נטילת ידים זענען מסוגל פאר בני, חיי, ומזוני בהרחבה, עס לוינט זיך!"
אזוי ווי מיין פאטער האט מיר דאס געזאגט, האב איך עס מקבל געווען, און פון דעמאלט אן האב איך זיך יעדן טאג געוואשן און געבענטשט ביי פרישטאג. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א לאנגע צייט.
איין טאג בין איך געווען זייער פארנומען ביי די ארבעט און איך האב געזען אז איך האב ווייניג צייט. עס איז מיר אריבער א מחשבה אין קאפ: היינט וועל איך טון ווי נאך טויזנטער אידן – אויב זיי קויפן יעדן טאג מזונות סענדוויטשעס און זעטיגן זיך מיט דעם, וועט פאר מיר אויך זיין גוט פאר היינט. מארגן וועל איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מער צייט, און איך וועל זיך נאכאמאל וואשן און בענטשן ווי איך טו יעדן טאג.
איך בין געפארן קיין מאנסי, וואו איך ארבעט, און איך האב זיך געקויפט א סענדוויטש. אזוי פארנדיג אין קאר, האב איך גענומען א פערטל פונעם סענדוויטש און געוואלט מאכן א "מזונות" דערויף און אנהייבן עסן.
יענע מינוט, נאך פאר איך האב עפעס געקענט טון, קומט מיר אקעגן א קאר און דער דרייווער וואונקט מיר צו עפענען די פענסטער, ווייל ער דארף מיר עפעס זאגן.
איך עפן די פענסטער, און א איד – א ספרדישער איד וועמען איך האב קיינמאל פריער נישט געזען און איך ווייס ביז היינט נישט ווער דאס איז געווען – פרעגט מיר אויף ענגליש: "זאג, האסטו זיך געוואשן היינט? נטילת ידים און ברכת המזון זענען מסוגל פאר א שפע פון פרנסה!" ער האט מיר נישט געלאזט לאנג טראכטן, און איז גלייך ווייטער געפארן.
איך בין געבליבן ערשטוינט. איך האב נאך אזא עקספיריענס קיינמאל נישט געהאט, אז א פרעמדער זאל מיר אפשטעלן און געבן מוסר, בפרט ווען איך קען אים נישט. דער איד האט אויך נישט אויסגעזען ווי דער טיפ וואס פארט ארום טיילן מוסר פאר מענטשן, און דא קוקט ער אריין צו מיר אין קאר, ממש אין די מינוט וואס איך האב געוואלט טון עפעס וואס שטימט נישט מיט דעם וואס מיין פאטער האט מיר מעורר געווען, ממש א סעקונדע פארן מאכן די ברכה אן זיך וואשן.
איך האב זיך מער נישט געזוימט; איך האב נאך יענעם טאג אויך מקיים געווען מצות נטילת ידים און ברכת המזון, און איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אזא גילוי מן השמים כדי איך זאל קענען ממשיך זיין זיך צו פירן כהלכה און מקיים זיין די מצוות ווי עס דארף צו זיין.
סוכות און די סגולה פון נטילת ידים
איך ענדיג צו מיט א מורא'דיג ווארט וואס שטייט אין זוהר הקדוש, וואס האט א שייכות מיט'ן יום טוב סוכות וואס מיר שטייען יעצט דערין. חז"ל לערנען אונז: "בחג נידונין על המים" – יום טוב סוכות ווערט מען גע'משפט אויף די רעגן וואסער, וויפיל רעגן עס זאל קומען דורכאויס דעם יאר.
טייטשט דער זוהר הקדוש: "בחג" – אין סוכות, "נידונין" – ווערט מען גע'משפט וויפיל שפע מען זאל זוכה זיין, "על המים" – לויט וויפיל מען איז געווען נזהר אין די 'מים' פון נטילת ידים כהלכה.
אין זכות פון די התעוררות וואס מען ברענגט פאר כלל ישראל מקיים צו זיין די הייליגע מצוה, זאלן מיר טאקע זוכה זיין צו א שפע מיט חסדים, השפעות טובות און אלעס גוטס.