Skip to content
איחוד בלעטל - צעהלים

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אונטערגענומען נסיעה קיין קאליפארניע, צו מפקח זיין און געבן די השגחה המהודרת אויף די ריזן "קדם" וויין פירמע, וואס איז נאך געגעבן געווארן דורך כ"ק מרן רביה"ק זיעועכי"א.

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

רבינו שליט"א איז ארויסגעפארן מאנטאג פרשת נצבים-וילך אינדערפרי צו געבן די השגחה און מפקח זיין אויף די ריזן קדם וויין פירמע וואס שטייט תחת השגחתו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. דער רב האט געהאט די אכסניא אין לאס אנדזשעלעס ביי ר' מרדכי הערצאג (בן ר' יעקב ז"ל). דער רב האט געדאווענט שחרית אינעם חסידישן כולל אין לאס אנדזשעלעס, און נאכן דאווענען איז דער ציבור דורך מקבל פנים זיין.

דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט קיין בעקערספיעלד צו די ריזן "קדם פירמע פלענט", וואו דער רב האט פאר לענגערע שעות עוסק געווען בטירחא דגופא דורכצוגיין די גאנצע ריזן פאבריק פון קוועטשן די טרויבן און פילטערן ביזן באטלען אינאיינעם מיט משפחת הערצאג החשובה, כדי צו קענען געבן די השגחה המהודרה פאר די וויין פירמע וואס איז א המשך צו די השגחה פון כ"ק מרן רביה"ק זיעועכי"א. רבינו שליט"א האט זיך צוריקגעקערט מיטוואך נצבים-וילך אויפדערנאכט לביתו נאוה קודש.

More in this printout

View the whole printout