Skip to content
איחוד בלעטל - צעהלים

קולמוס הקוראים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א געוועזענער תלמיד פון תלמוד תורה דערמאנט א טייטש פון זיין מלמד אין כתה ז'.

שטייענדיג בעפאר דעם יום טוב סוכות, איז מיר ארויפגעשווימען וואס איך האב געלערנט און מקבל געווען פונעם לאנג-יעריגן בארימטן מלמד אין אונזערע הייליגע מוסדות, הרה"ג ר' אביגדור שמשון שווארץ שליט"א. ביי אים האב איך געלערנט צום ערשטן מאל דעם פרק "הישן" אין מסכת סוכה. איבריג צו זאגן אז ר' שמשון'ס לימודים ליגן מיר נאך גוט איינגעקריצט און עס איז מיר נישט ארויס פון זכרון. זיין לעכטיגע און קלארע הסברה, וואס וואלט געפאסט פאר א מגיד שיעור אין א ישיבה, איז פארבליבן אין מיינע ביינער אפילו יעצט, לאנגע יארן שפעטער, ווען איך בין שוין אליין מחנך מיינע צאן קדשים.

איך געדענק נאך ווי מיין רבי ר' שמשון האט פארגעלערנט די גמרא (דף כ"ח ע"ב): "תנו רבנן: כל שבעת הימים אדם עושה סוכתו קבע וביתו עראי. כיצד? היו לו כלים נאים - מעלן לסוכה, מצעות נאות - מעלן לסוכה, אוכל ושותה 'ומטייל' בסוכה."

איך געדענק ווי ר' שמשון האט געפרעגט: דער פשוט'ער טייטש פונעם ווארט "מטייל" באדייט שפאצירן, און אזוי טייטשט טאקע די וועלט; אבער ווי איז שייך צו שפאצירן אין א סוכה, וואס איז געווענליך בלויז א ד' על ד' (אפגערעדט פון א וויליאמסבורגער שטאטישע סוכה'לע)?

נאר, האט ר' שמשון אויסגעפירט, אז דער ריכטיגער באדייט פון דעם ווארט "מטייל" איז זיך אפרוען, אדער ווי מען זאגט עס אויף די שפת המדינה: "רילעקסן". פשוט זיך אויסרוען די ביינער - נישט דוקא שלאפן, נאר פשוט זיך כאפן דאס אטעם. דאס איז איינע פון די געווענליכע מענטשליכע באדערפענישן וואס מען טוט א גאנץ יאר אינדערהיים.

שפעטער האב איך נאך מער אריינגעטראכט: אויב דער אופן וויאזוי מיר דארפן וואוינען אין סוכה איז "תשבו כעין תדורו", איז דאך נישט שייך דאס צו טייטשן אלס שפאצירן, היות קיינער שפאצירט נישט אינדערהיים, נאר אלא מאי איז טאקע אזוי דער פשט.

עס איז כדאי צו דערמאנען, אז אויף דעם אופן האבן מיר תלמידים באקומען פילע אנדערע ידיעות און טייטשן אויף די פסוקי התורה, וואס האט איבערגעלאזט א שטארקע השפעה אויף אלע תלמידים פאר לאנגע יארן שפעטער.

הצלחה אויף ווייטער.

הוראה פון רב צו זאגן די פסוקים פון "אל תירא"

בעמדנו כעת לאחר תקופה מרובה של חוסר מנוחה בארץ הקודש, כאשר האויבים מחוץ - הם השכנים הערבים סביב - בתוספת לשונאים מבית, ממשלת הערב רב, מתקוטטים המה לצערנו ובזה מסכנים את כל הישוב החרדי בארץ ישראל, עולים בזכרוני הימים ההם בעת מלחמת לבנון השני'. אז רעשה המלחמה בין אנשי החיזבאללה לבין מדינת ישראל, ונפלו בעוונותינו כמה קרבנות מאחינו בני ישראל ה"י, והיה אז הפחד גדול מאד.

ובהיותי אז במחנה (קעמפ) בשנת תשס"ו, ביום ט"ז תמוז, יום אחד קודם שבעה עשר בתמוז, והדבר נמשך כמה שבועות עד יום כ' מנחם אב, נתן מרן רבינו שליט"א הוראת קדשו לבחורי הישיבה להתחיל לומר בכל יום אחר כל התפלות ג' פסוקים המסוגלים, והם: "אל תירא", "עוצו עצה ותופר", ו"עד זקנה".

הוראה זו אני מקיים בעצמי עד היום הזה, והרגשתי כי מן הראוי למסרה לצבור הקהלה, ובפרט בימים אלו.

שמואל יודא ו.

מתפלל בענקט א גאנץ יאר נאכן הייליגן תנועה אויף 'ומפני חטאינו'

א גוט יאר, איך בעט אייך איר זאלט מפרסם זיין מיינע דיבורים, כדי עס זאל זיין לתועלת פאר אלע וואס קענען הנאה האבן דערפון. אזויווי אלע וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין אונזער הייליגער קהילה, איז געוויס איינע פון די סאמע הויכפונקטן פון די הייליגע טעג דער ווארימער נוסח הנהוג אויף דעם שטיקל 'ומפני חטאינו'. יעדעס יאר ווער איך נאכאמאל איבערגענומען פון פריש ווען דער רב זאל זיין געזונט הייבט אן מיט א געשטיקטער שטימע דעם הערליכן און ווארימען תנועה, אזש טרערן רינען. דערפאר פלעגט מיר ביז היינט אסאך מאל אנכאפן אינמיטן יאר אן התעוררות צו הערן נאכאמאל דעם זיסן נוסח; עס האט זיך מיר געבענקט, אבער כמובן איז דאס נישט געווען בכדי שיעשו.

דאס איז געווען ביז נישט לאנג צוריק, ווען מיין זון האט מיר אנגעוויזן אז איינע פון די בני הקהילה (ה"ה מו"ה לוי יצחק אלטמאן הי"ו) האט ארויסגעגעבן א טעיפ וואו ער זינגט פאכמאניש און ווארים אראפ דעם הייליגן נוסח. ווי נאר איך האב דאס געהערט, האב איך תיכף זיכער געמאכט צו לייגן א האנט דערויף. און וואס זאל איך אייך זאגן? עס קען זיין א פשוטע ווינטער נאכט, אבער ווען איך הער דעם תנועה בין איך צוריק יום הקדוש אין בית מדרש. עס כאפט מיר אן א פרישער התעוררות, און עס דערמאנט מיר פון אלע מיינע קבלות וואס איך האב מיר מקבל געווען אויף דעם יאר. איך זאג עס אייך דא אריין, כדי איר זאלט דאס קענען אריינלייגן אין אייער שיינעם בלעטל, צו מהנה זיין נאך אזעלכע ווי מיר וואס ווילן הערן דעם הערליכן תנועה נישט נאר אין די ימי הרחמים והרצון. זייט געבענטשט.

א מעסעדזש.

רצוני בשורותיי אלו, עלי דפי שופר דקהילתנו החשובה, להביע בשער בת רבים את רגשותיי המלאים הכרת הטוב, ולרבות רגשי כל אנשי ומתפללי בית מדרשנו, כלפי אלו העוסקים, המפקחים והמשגיחים, שכל הימים הנוראים יתנהלו בכי טוב לשביעות רצונם של כל קהלא קדישא הדין. לא אפרט, כי רבים הם, אמנם תודתי כוללת את אלו העוסקים במכירת וסידור המקומות, השמש וגבאי הקהילה, אשר נטלו על שכמם שהכל יהיה על צד היותר טוב. כולנו מבינים ומכירים שדבר זה מצריך מכם להקדיש מזמנכם כדי שהכל יהיה על מכונו. וברוך השם יכולים אתם ללקוט הפירות, כי ב"ה כולנו שבעי רצון ונהנים עד מאוד. בהוקרה ובהערכה רבה בשם כלל חברי קהילתנו הקדושה. לא אפרט שמי, הגם שהכותב יחידי הוא, אולם איני מגלה רק רגשותיי שלי, כי אם של כל הקהילה כולה.

More in this printout

View the whole printout