Skip to content
איחוד בלעטל - צעהלים

פארווארט

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מבוא ופתח הגליון

שמחת בחגך והיית אך שמח" - ארויס פון אלע אידישע סוכות הערט מען דעם ניגון אויף די פרייליכסטע טענער. טייל זינגען לויטן ריטעם און אנדערע אינגאנצן ארויס פונעם טאן, אבער וואס א נפקא מינה? דער עיקר איז די אמת'ע שמחה וואס ליגט אין יעדן אידיש הארץ, זייענדיג זוכה צו מקיים זיין דעם "כל האזרח בישראל ישבו בסוכות".

א חשוב'ער מרביץ תורה האט אנגעמערקט אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע, שטעלנדיג א שאלה: וויאזוי קען די תורה מצוה זיין א מענטש צו זיין בשמחה, ווען שמחה איז דאך א ריינע הרגשה? קען דען א מענטש באשליסן וויאזוי זיינע געפילן זאלן זיך אויסשטעלן? אבער, האט דער תלמיד חכם און למדן אויסגעפירט, קען זיין אז מען קען עס נישט אינגאנצן מסביר זיין, אבער "פוק חזו" - קוק ארום אויף די אידישע גאסן ערב יום טוב און יום טוב: אידן זענען פשוט בשמחה. דאס איז א טרוקענער מציאות, א נאטורליכע אידישע שמחה. נאכ'ן פראווען אזא געהויבענעם חודש תשרי, ווען אידן זענען זוכה אריינצושפאנען אין די סוכה "בצילא דמהימנותא", זעט מען עס אן אויף יעדן; יעדער איז בשמחה, אויפגעלייגט און מונטער. אזוי איז עס, אפשר פארשטייען מיר עס נישט, אבער דאס איז דער מציאות, וכן עמא דבר.

לכבוד דעם געהויבענעם זמן שמחתינו פרובירן מיר אויסצוברייטערן דעם בלעטל - אדער ליבערשט בלעטער - מיט נאך מער חומר ווי געווענליך, כדי אייך צו מהנה זיין במשך די גאנצע שבעת ימי החג, און מיר האפן אז דאס וועט אייך זיין לעונג ולנחת.

לאמיר געדענקן דעם הייליגן מאמר וואס דער "ישמח ישראל' פון אלכסנדר האט געזאגט: "והיית אך שמח" איז די ראשי תיבות פון דאס ווארט 'שוא', וואס באדייט אויף אידיש "פאלש"; עס איז ענדערש א פאלשע שמחה, ווי איידער אן אמת'ע עצבות חלילה.

אידן, לאמיר פרייליך זיין, ווארום דאס איז דאך דער רצון ה'.

א לעכטיגן זמן שמחתינו!

More in this printout

View the whole printout