Skip to content
איחוד בלעטל - צעהלים

פעולת הצדיק - שנות ימי חייו ממרן רביה"ק

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דעם חתם סופר'ס ברכה

דער רבי האט אמאל דערציילט אז יענעם פרייטאג צו נאכטס ווען די רשעים זענען אריינגעקומען קיין עסטרייך האט ער געהאט א שרעקליכן חלום, ער האט געזעהן ווי אזוי טויזענטער טויזענטער אידן לויפן, ער האט נישט געוואוסט פארוואס זיי לויפן און וואואהין זיי לויפן, אבער אז יעדער איז געלאפן איז ער אויך מיטגעלאפן, פלוצלונג באמערקט ער צווישן די לויפערס אויך דעם הייליגן חתם סופר זי"ע, און ער זעהט ווי - מיט'ן לויפן - מאכן זיינע פיס גריבלעך אין די בלאטע אויף וועלכען ער לויפט, האט ער געקלערט ביי זיך אין חלום אז הגם על פי הלכה איז דאס נישט קיין איסור צו מאכן גריבלעך בדרך הילוכו, אבער דער הייליגער חתם סופר וואלט זיכער געמעגט מחמיר זיין.

אזוי טראכטענדיג דרייט זיך דער חתם סופר אויס צו אים און ער פרעגט אים "יונגערמאן, דו ביסט אפשר דעם אונגווארער רב'ס א זון?" האט דער רבי גענטפערט "ניין, דער אונגווארער רב איז מיין ברודער, איך בין א זון פונעם חוסטער רב"

דער הייליגער חתם סופר האט ארויפגעלייגט זיינע צוויי הייליגע הענט אויף זיין קאפ און ער האט אים געבענטשט.

ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן דעם עפיזאד האט ער אויסגעפירט "און ווער ווייסט אויב נישט בזכות די ברכה פונעם הייליגן חתם סופר בין איך ניצול געווארן, מסתמא יא..."

די ישיבה ווערט געשלאסן

דער צוגאנג ווי אזוי דער שרעקליכער גירוש איז צוגעגאנגען, בנוגע די בחורים די תלמידי הישיבה, ווערט געשילדערט ווי פאלגענד:

געווען איז עס יענעם פרייטאג צו נאכטס ווען דער רבי איז געזעסן מיט זיינע תלמידים ביים טיש, און פארברענגט בזמירות שירות ותשבחות ווען די רשעים זענען אנגעקומען קיין צעהלים, און אנגעהויבן מיט זייערע רשעות'דיגע גזירות, פארטרייבענדיג דעם עולם פון די שטאט.

פונדערויסן האט זיך געהערט א שרעקליכער רעש און געטומל, דער רבי זצ"ל האט זיך אויפגעשטעלט פון ארט און איז צוגעגאנגען צום פענסטער זען וואס עס טוט זיך אינדערויסן ווען די פארהאנגען זענען געווען אראפגעלאזט, פלוצלונג איז דורכן פענסטער אריינגעפלויגן א גרויסער שטיין און בדרך נס איז דער רבי נישט געשעדיגט געווארן דערפון, די בחורים זענען אלע געווען פארזאמעלט דארט ביים רבי'ן אין שטוב אין גרויס שרעק.

אינצווישן זענען די ראשי הקהלה אריינגעקומען און געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל ערלויבן די בחורים אהיימצופארן יעדער צו זיין שטאט און וואוין ארט ווייל די סכנה דא איז זייער גרויס.

עס איז קיין ברירות נישט געווען, די בחורים זענען זיך צופארן און די ישיבה איז ווי פארשטענדליך געשלאסן געווארן.

דער שרעקליכער גירוש

בעצם יום הפורים, אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דאס געווען ווען די אידן זענען אלע ארויסגעטריבן געווארן פון זייערע הייזער בעירום ובחוסר כל, און די שטאט צעהלים, איז פלוצלונג פאר'יתום'ט געווארן, די הייליגע שטאט צעהלים וואס במשך זעקס הונדערט יאר האט דארט געלויכטן דער אור התורה, אידישקייט האט דארט געשיינט און געבליעהט, די גרעסטע גדולי ישראל האבן אין איר געווירקט, און איצט איז זי ליידיג געווארן, הבזוי' השוממה מאין יושב...

ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז די שטאט צעהלים געווען פון די סאמע ערשטע וואס זענען באטראפן געווארן דורך די נאציס ימ"ש, און די אידן זענען אזוי פרי פון דארט פארטריבן געווארן, איז אבער פון די צווייטע זייט ארויסגעקומען דורך דעם א טובה אז דער רבי האט זיך נאך געקענט ראטעווען קיין אויסלאנד, און א דאנק דעם איז ער געראטעוועט געווארן לפליטה גדולה.

מגולה לגולה - אין וויען

דעמאלטס האט דער רבי פארלאזט די שטאט צעהלים און געפליכטעט קיין וויען, וואו ער האט געוויילט א האלב יאר צייט, און ער איז איינגעשטאנען אין הויז פון זיין קרוב הרבני החסיד ר' משה בראנער ע"ה.

דער רבי איז אויך געווען אין וויען איבער פסח תרצ"ח.

זייענדיג דארט אין וויען טאקע ווי א אורח, ווי א פארטריבענער וואס איז געקומען זוכן שוץ, האבן אים אבער די איינוואוינער אין די שטאט אויפגענומען מיט גרויס כבוד, ווי עס פאסט, שוין האבענדיג געהערט פון גדלו ותפארתו, און מען האט אים מכבד געווען, כראוי וכיאות לויט זיין גרויסקייט.

אין די דרשות מגדלות מרקחים (סימן פ"ה) איז געדריקט א דרשה וואס דער רבי האט געהאלטן יענעם שבת הגדול זייענדיג אין וויען, פאר די הונדערטער בני העיר וואס זענען זיך צונויפגעקומען צו הערן די דרשה.

דער רבי האט דארט אין וויען נישט גערוהט, ער איז געווען זייער באזארגט איבערן גורל פון זיין טייערע רוחנית'דיגע ירושה, וואס איז איבערגעבליבן אין צעהלים, זיינע הונדערטער טייערע ספרים, און טייערע כתבים מיט חידושי תורה וואס ער האט דארט געהאט איבערגעלאזט, אנטלויפענדיג בעת צר. מיט גרויס מיה און אנשטרענגונג איז פארן רבי'ן געלונגען צו ראטעווען זיינע פולע כתבים און ספרים און זיי אריבערברענגען קיין וויען.

דער רבי האט געהאלטן אז אין וויען קען ער בשום אופן נישט פארבלייבן, מיט זיינע לויטערע און לעכטיגע אויגן האט ער געזעהן גענוי וואס אין אייראפע וועט זיך אפשפילן אין די קומענדיגע יארן, און ער האט געהאלטן אז די איינציגסטע ארט וואו צו גיין איז קיין ארץ ישראל (פון אמעריקע האט ער נישט געוואלט קלערן).

אויסער דעם איז דאס שנאת ישראל אין יענע צייטן געווען געפערליך, טאקע אויך אין וויען. דער רבי האט אמאל דערציילט ווי אין וויען האבן אים די רשעים געכאפט און אים אנגעשלאגן מכות רצח, ווי דער רבי האט זיך אויסגעדריקט בנועם שפתיו "איך האב דעמאלטס דורכגעלערנט מסכת מלקות מיט אלע מפרשים..."

קיין ארץ ישראל

דער רבי האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו באקומען אן 'עפידעיוועט' אז ער זאל קענען ארויפגיין קיין ארץ ישראל, אבער אין יענע יארן איז זייער שווער געווען צו קענען עררייכן אן ערלויבעניש צו פארן קיין ארץ ישראל, ווייל די ענגלישע רעגירונג האט געהאט צוגעשטעלט א צאל סערטיפעקאטן וויפיל זיי האבן ערלויבט אריינצוקומען אין ארץ ישראל, און דער גרעסטער טייל פון די סערטיפעקאטן איז געלעגן אין די הענט פון די ציונים וואס זיי האבן זיכער געמאכט אז ווער עס איז פאר זיי נישט געוואונטשן זאל נישט האבן קיין דריסת הרגל קיין ארץ ישראל.

עס זענען אויך געווען זייער א באגרעניצטע צאל סערטיפעקאטן אין די הענט פון די ערליכע אידן, די דעמאלטסדיגע 'אגודת ישראל' אין ירושלים האט פארפיגט איבער א צאל פון זעקס פראצענט פון די אנגעגעבענע סערטיפעקאטן, וואס איז געווען באשטימט בלויז אויף ארויסצוברענגען רבנים און תלמידי הישיבות, אבער אין יענע יארן ווען אין רוסלאנד זענען אנגעגאנגען גאר שווערע רציחות און שחיטות איז דער גרעסטער טייל פון די סערטיפקאטן געווידמעט געווען צו ראטעווען די גדולי רבנים ותלמידיהון פון יענע ערטער, און דער רבי האט נאך די שתדלנות פון א האלב יאר נאך אלץ נישט געקענט עררייכן זיין אזוי ערווארטעטע ערלויבעניש צו פארן קיין ארץ ישראל.

אויב נישט קיין ארץ ישראל, איז די צווייטע ברירה אמעריקע...

More in this printout

View the whole printout