ער בורא עולם, דער נותן התורה, פאדערט פון יעדן איד - "כל האזרח בישראל" - צו פארלאזן זיין גאנציעריגע דירת קבע און זיך אריינציען פאר זיבן טעג אין א פראוויזארישע דירה'לע וואס ווערט אנגערופן א "סוכה". א געביידע צוזאמגעקלאפט פון עטליכע ברעטער און באדעקט מיט סכך, פונקט גענוג צו קענען וואוינען דערין דורכאויס די ז' ימי החג.
די קדושה און לעכטיגקייט פון די סוכה איז אזוי גרויס, אז צדיקים פלעגן קושן די דופני הסוכה אלס חביבות המצוה. אפילו מיר, דער דור וואס וועט האפנטליך גיין מקבל פנים זיין משיח צדקינו, קענען שפירן א געוויסע סארט געהויבנקייט ווי נאר מיר טרעטן אריין אין די סוכה.
אין די ספרי קודש ווערט געברענגט א הויכע בחינה, אז ווען מיר גייען אריין אין די סוכה איז עס א געוויסער סארט יחוד צווישן דעם צובראכענעם 'גלות אידעלע' מיטן אלמעכטיגן באשעפער, דער מלך מלכי המלכים, וואו מיר שפארן זיך איין מיט אים פאר זיבן טעג נאכאנאנד. די ספרים זענען מבאר אז נאכן פראווען אזא געהויבענעם חודש פון עבודה, ראש השנה מיט יום הקדוש, קומט אונזער ליבער פאטער און לאדנט אונז איין צו זיין במחיצתו, דאס העכסטע דרגה וואס א איד קען נאר דערגרייכן.
טראץ איר געוואלדיגער קדושה, וועלן מיר זיך נישט אפהאלטן פון טון אונזערע גשמיות'דיגע באדערפענישן אין דעם מקום קדוש; מיר וועלן עסן, טרינקען, פארברענגען, און אפילו לאזן אונזערע אויסגעמוטשעטע קערפער זיך אויסרוען אין דעם הייליגן ד' על ד'. נישט נאר דאס, נאר מיר זענען נאך מקיים דעם רצון העליון דערמיט. דאס איז דער ציווי, ווי די
גמרא לערנט אונז: "כל שבעת ימים אדם עושה סוכתו קבע וביתו עראי, אוכל ושותה ומטייל בסוכה". די גמרא דעפינירט עס אין עטליכע ווערטער: "תשבו כעין תדורו" וואוין אין די סוכה פונקט ווי דו וואוינסט אינדערהיים, אן קיין שום שינוי; דאס הייסט, טוה דארט אלעס וואס דו טוסט געווענליך אין שטוב. אלעס.
עס איז פארהאן א יסוד גדול ביי אונז חסידים, וועלכע פירן זיך לויט די דרכים פון די תלמידי הבעש"ט, אז עבודת ה' באשטייט נישט נאר פון דעם וואס ווערט אנגערופן בלשון בני אדם 'רוחניות', נאר פונקט אזוי זענען די גשמיות'דיגע צרכים א חלק פונעם דינען דעם באשעפער, אריינגערעכנט דאס עסן, טרינקן און שלאפן. פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז נאר געזאגט געווארן כל זמן א מענטש טוט עס במידה במשקל ובמשורה - געמאסטן לויט וויפיל ער דארף האבן כדי צו קענען דינען דעם אויבערשטן; אבער אויב טוט ער דאס אלעס מיט די ריכטיגע כוונה, דאן איז עס פונקט אזוי א הייליגע עבודה, אויף וועלכער דער מענטש וועט קריגן שכר. דער עיקר איז אז דער מענטש האט אינזין לשם ה'.
מיר גייען אריין אין די סוכה פאר בלויז זיבן טעג, און די איבריגע דריי הונדערט אכט און פופציג טעג פארוויילן מיר אין שטוב. די זיבן טעג וואס מיר שטייען "לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא", דינען אלס א לימוד און הדרכה וויאזוי מיר דארפן זיך אויפפירן במשך די איבריגע טעג פונעם יאר אינדערהיים. פונקט ווי מיר וואלטן זיך נישט געטרויעט צו עסן אין די סוכה אויף אן אופן וואס פאסט נישט ווען מען שטייט פארן גרויסן מלך, פונקט אזוי דארפן מיר דאס גאנצע יאר אפצורעכטן אונזערע גופנית'דיגע געברויכן. אויף דעם אופן ווערט אלעס א חלק פון "בכל דרכיך דעהו", ווען יעדע פעולה פונעם מענטש - אריינגערעכנט זיינע אזוי גערופענע גשמיות'דיגע באדערפענישן א שטיק עבודת ה'.