Skip to content
איחוד בלעטל - צעהלים

נייעס פון מחנה ערוגת הבשם

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א גאר שיינער און דערהויבענער זומער תשפ"ו העעל"ט איז אריבער בסייעתא דשמיא מיט גרויס הצלחה בקרב די הונדערטער תלמידי מוסדותינו הק' אין "מחנה ערוגת הבשם" סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ווי די חשוב'ע ילדי התלמוד תורה ובחורי הישיבה געשטיגן בתורה ועבודה מיט א הרחבת הדעת, אפגעזונדערט פון די רוישיגע שטאט אין א רואיגע אטמאספערע. הן בעת די לימודי קודש און הן בעת די אקטיוויטעטן איז אלעס געווען הערליך מסודר און אויסגערישט מיט א פאסיגער הרחבת הדעת כראוי וכיאות. דאס אלעס איז צו פארדאנקען די ראשי המחנה וואס געבן זיך איבער לילות כימים, בדמים תרתי משמע, אז אלעס זאל זיין אהערגעשטעלט אויפ'ן בעסטן אופן על צד היותר טוב: ה"ה הרה"ח ר' אהרן אשר קאהן הי"ו, הרה"ח ר' משה שמואל ווייס הי"ו, און הרה"ח ר' ישראל גרינוואלד הי"ו; ווי אויך די געטרייע הנהלת המוסדות, מנהלים, ראשי מדריכים א.א.וו., וואס אלע לייגן אריין אומערמידליכע כוחות צוצושטעלן דעם זומער אויפ'ן בעסטן אופן שייך. ויהי רצון אז דער זכות זאל זיי אלע מגין זיין, וימלא ה' כל משאלות לבם לטובה.

דא ברענגען מיר עטליכע קורצע באריכטן פון די ימי הקיץ בצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, פארשטענדליך ווי אוממעגליך איבערצוגעבן א געהעריגן לענגערן באריכט פון אלע מאורעות במשך דעם זומער.

הערליכער באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אין מחנה ערוגת הבשם, מוצש"ק פרשת דברים - חזון העעל"ט, ערב יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רביה"ק ה"ערוגת הבשם" זיעועכי"א, לאזט איבער רישומין קדישין.

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א איז דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק פרשת דברים - חזון העעל"ט אנגעקומען אויף א באזוך אין מחנה ערוגת הבשם. צום ערשט האט דער סקולענער רבי שליט"א אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בביתו נאוה קודש אין מחנה ערוגת הבשם, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס איבער הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע ועוד. ביים באזוך איז אויך אנוועזנד געווען גיסו של רבינו שליט"א, הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א.

דערנאך האט דער סקולענער רבי שליט"א אפגעראכטן א דערהויבענע סעודת מלוה מלכה לקראת דעם יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רביה"ק "הערוגת הבשם" זיעועכי"א, וואס דער סקולענער רבי איז אויך אן אייניקל. די מלוה מלכה איז פארגעקומען אין בית המדרש בית אפרים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און תושבי המחנה, וואו מען האט פארברענגט א לענגערע צייט און דער סקולענער רבי האט משמיע געווען מדברותיו הנעימים. אזוי אויך האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' אייזיק ליפא פריעדמאן שליט"א, ר"מ בישיבה.

ריתחא דאורייתא ביים מעמד לימוד שעות רצופות בקרב תלמידי התלמוד תורה, דעם פארגאנגענעם ט"ו באב העעל"ט אין מחנה ערוגת הבשם בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט בקרב די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק' דעם פארגאנגענעם חמשה עשר באב, דעם טאג וואס חז"ל האבן קובע געווען מרבה צו זיין בתורה "מאן דמוסיף מוסיפין לו". די תלמידים זענען געזעצט שעות על גבי שעות אין ביהמ"ד מגדלות מרקחים אין מחנה ערוגת הבשם, און זיך מייגע געווען מיט א חשקת התורה באהלה של תורה פאר לענגערע שעות ברציפות.

אינמיטן דעם סדר הלימוד רציפות האבן די תלמידים געהאט די זכי' אז כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט באשיינט דעם סדר הלימוד. דער רב האט זיך ארומגעדרייט א לענגערע צייט צווישן די תלמידים, באגלייט פונעם איבערגעגעבענעם מנהל הרב ר' אייזיק בערגער שליט"א, וואו רבינו שליט"א האט געשעפט הויפנס נחת פון דעם מחזה הוד און פון די ריתחא דאורייתא.

דערנאך האבן די תלמידים געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבינו שליט"א, וואס האט משמיע געווען ווארעמע דברי הדרכה פאר די תלמידים.

שיינער באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען וומ"ס שליט"א אין ישיבותינו הק' אין מחנה ערוגת הבשם פרייטאג שופטים, ר"ח אלול העעל"ט.

ערב שב"ק פרשת שופטים, ר"ח אלול העעל"ט, האבן די תלמידי הישיבה געהאט די זכיה אז כ"ק אדמו"ר מסקולען וומ"ס שליט"א איז אנגעקומען בהיכל הישיבה אין מחנה ערוגת הבשם צו תפילת שחרית לכבוד ראש חודש. די תלמידים האבן אפגעראכטן א דערהויבענע תפילת שחרית, און נאכן דאווענען האט דער סקולענער רבי שליט"א אפגעראכן א לענגערע מסיבת לחיים לכבוד היום. מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מדברותיו הנעימים פאר די תלמידי הישיבה, דברי התעוררות און הכנה לחודש אלול און פאר די ימים הנוראים.

נאכן באזוך אין ישיבה איז דער סקולענער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בביתו נאוה קודש אין מחנה ערוגת הבשם. עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס, וואו דער סקולענער רבי האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פונעם באזוך אין די ישיבה.

דאנערשטאג שופטים האבן די תלמידי הת"ת פון די עלטערע כתות געהאט די זכיה דורכצוגיין א פארהער ביי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אויף די לימודים. רבינו שליט"א האט פארהערט די תלמידים פאר א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורות רוח, בשעת די תלמידים האבן געענטפערט מיט א געוואלדיגע בקיאות אין די לימודים.

יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רביה"ק "הערוגת הבשם" זיעועכי"א אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט בקרב קהלותינו ומוסדותינו הק' "ערוגת הבשם צעהלים" דעם פארגאנגענעם ז' אב, דינסטאג פרשת ואתחנן.

מיט גרויס דערהויבנקייט איז אפגעצייכנט געווארן דער יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רביה"ק "הערוגת הבשם" זיעועכי"א. כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט מאריך געווען די צענטראלע סעודת הילולא וסיום ששה סדרי משנה אין מחנה ערוגת הבשם, אין בית המדרש בית אפרים, ביומא דהילולא קדישא דינסטאג פרשת ואתחנן נאכמיטאג אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און תושבי המחנה. צום ערשט האט רבינו שליט"א געמאכט דעם הדרן און סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי הישיבה לעילוי נשמתו הטהורה, און דערנאך געזאגט קדיש. דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטראטן מיט דברות קודש בגודל קדושת הבעל הילולא, און מיט דברי הדרכה והתחזקות פאר די תלמידים.

דערנאך האט מען געהערט א גאר אינהאלטסרייכע דרשה דורך הר"ר זלמן לייב ווייס הי"ו, מו"ל ספר "דמות תבניתו" און אן אייניקל פונעם בעל הילולא, וואס האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די קורות ימי חייו פונעם בעל הילולא.

בקרב קהלותינו הק' איז אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא בבית מדרשינו, וואו אנשי שלומינו האבן זיך צוזאמגענומען בשבת אחים און מעלה געווען זכרו הטהור. עס האט אויפגעטראטן הגה"צ אב"ד ביסטריץ שליט"א מיט שיינע ענינים איבערן בעל הילולא.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.

תלמידי המחנה געזעגענען זיך פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א נאך א הערליכן זומער ביים מעמד הבאגלייטן.

גאר א שיינער און רירנדער מעמד הכרת הטוב איז פארגעקומען אין מחנה ערוגת הבשם אין די לעצטע וואך פונעם זומער, וואו די תלמידי כיתה מכינה לישיבה, בראשות די חשוב'ע מגידי שיעור, האבן אריבערגערופן הרה"ח ר' אהרן אשר קאהן הי"ו, מנהל המחנה, זיך פערזענליך באדאנקען פאר דעם זומער וואס איז געווען ב"ה לעילא ולעילא. דאס קומט ספעציעל נאכן אפצייכענען דאס צווייטע יאר אינעם נייעם רחבות'דיגן בנין אדיר וואס ר' אהרן אשר האט געלאזט אויפבויען לשם ולתפארת פאר די תלמידים פון כיתה מכינה ווי די תלמידים שטייגן מיט א אויסטערלישער הרחבת הדעת אין דעם באקוועמען בנין. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שאול יחזקאל פריעדמאן שליט"א, מגי"ש, מיט פאסיגע דברי שבח איבער די גרויסע חשיבות און זכותים וואס דער בנין טראגט מיט זיך. דערנאך האבן די תלמידים געזונגען ווארימע ניגונים, און ר' אהרן אשר האט געבענטשט די תלמידים מיט ברכת כהנים. צום שלוס זענען די תלמידים אריבער זיך באדאנקן פערזענליך פאר ר' אהרן אשר הי"ו.

מוצאי שב"ק פרשת כי תצא, צום שלוס פונעם הערליכן זומער, איז פארגעקומען א פייערדיגע מעמד "הבאגלייטן" לכבודו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אין מחנה ערוגת הבשם דורך די תלמידי המחנה פון אונזערע מוסדות וישיבות הקדושים. רבינו שליט"א האט געווינטשן ברכת קדשו פאר די תלמידים ותושבי המחנה, און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן אויפן הערליכן און געלונגענעם זומער וואס איז אדורך, מיט א תפילה אויף ווייטער. נאך די ברכת הקודש האבן זיך די תלמידים ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, לויבנדיג דעם בורא עולם פארן פיינעם זומער העעל"ט בלעה"ר.

More in this printout

View the whole printout