איין יאר איז געווען א חסר אין שיינע אתרוגים. איינע פון די חסידים פון הרה"ק ר' ישראל פון הוסיאטין זצוק"ל איז געווען פון די גרויסע סוחרים און פלעגט ברענגען דעם רבין דעם שענסטן אתרוג, אבער יענע יאר איז נישט געווען קיין אתרוג וואס איז געווען ריין. האט דער סוחר געשיקט דעם שענסטן וואס איז געווען מיט א שיינעם פלעק. און דער גבאי ר' קלמן שאול האט פארשטאנען ווען ער האט געזען דעם אתרוג אז דאס איז די שענסטע וואס איז דא, און לייגט דאס אריין אין אתרוג פושקע פון רבין, דעם ערשטן טאג סוכות איז דער סוחר געגאנגען צו פוס פון מאה שערים צו קרית משה א מהלך פון א שעה צו זיין מיטן הייליגן רבי'ן, ער קומט אן פארן דאווענען און ר' קלמן שאול דער גבאי קומט אים אנקעגן מיט א שמחה און זאגט איך וויל דיר ווייזן דעם אתרוג וואס דו האסט געגעבן! דער סוחר האט געמיינט עפעס איז דא געשען מיטן אתרוג! אבער ווען ער זעט דעם אתרוג און דרייט דאס און קוקט פארן פלעק, זעט ער אז דער אתרוג איז א יופי אינגאנצען ריין! דער סוחר איז נשתומם געווארן. דערציילט אים דער גבאי אז נאכדעם וואס דער רבי האט געמאכט די ברכה און ער האט דאס געדארפט שפעטער ארויסטראגן צום עולם האב איך באמערקט אז די פלעק איז שוין נישטא. אויך דערציילט מען אז ביי זיין הייליגן טאטן הרה"ק ר' מרדכי שרגא, אז ער פלעגט איבערקוקן די אתרוגים פארן נוצן. און נאכדעם האט ער מחליט געווען אז ווייל ער האט געזען אז יעדן אתרוג נאכן ברכה איז דאס געווען שטעדיג ריין און שיין. דארף ער נישט קוקן און אזוי פלעגט ער נעמען דעם ערשטן אתרוג וואס ער האט געזען, אגב דערציילט מען פון גרויסע צדיקים וואס האבן אריינגעלייגט זייער הייליגער הענט אין קאסטן פון די אתרוגים און וואס איז געקומען צו זייער האנט איז געווען זייערס און איז אלעמאל געווען שיין.
More in this printout
- דרוש - ראשון הוא לחשבון עונות - פארוואס ביי סוכותThis article explores the meaning of Sukkos as a time for spiritual accounting and unity, explaining why the mitzvah of Sukkah commemorates the Clouds of Glory
- דרוש לסוכות - דער עץ ביי אברהם מיינט א סוכהדער ארטיקל פארשטייט די קשר צווישן אברהם אבינו'ס הכנסת אורחים און די מצוה פון סוכה, לויט רש"י און זוהר הקדוש, און ווי אזוי די סוכה איז א סימן פון אמונה.
- ווער זאל תשובה טאן?א הערליכע טייטש פונעם הייליגן בארדיטשובער רב זיע"א אויף די ווערטער 'מלך רחמן שתשוב ותרחם עלינו' וואס מען זאגט אין די תפילה פון מוסף שלש רגלים.
- פנינים לסוכותדער ארטיקל "פנינים לסוכות" באשרייבט א מחלוקת צווישן צדיקים איבער די גרעסערקייט פון שבת קעגן סוכה, און פארשפרייט א טיפן בליק אויף די סדר פון אושפיזין לויט אשכנז
- די פראווע פון סוכות איז פאר חשבון עוונותדער ריי"צ נ"ע ברענגט א סיפור פון בעש"ט וועגן א איד וואס האט מקבל געווען באהבה א נסיון מיט זיין אתרוג, און וויאזוי דאס ווייזט די גרויסקייט פון נישט ווערן אין כעס
- פנינים לסוכותעטליכע קורצע פנינים און געדאנקען אויף חג הסוכות, אריינגערעכנט די מעלה פון נישט ווערן אין כעס, די כוונה פון מלך רחמן שתשוב, און די גרויסקייט פון מצות סוכה.
- א ווינקל אין הלכה און מנהגדער ארטיקל באשרייבט די חילוקים אין די נוסחאות פון אושפיזין לויט אריז"ל און אשכנז, און וויאזוי מען לאדענט איין די אושפיזין אין סוכות.
- געהאלפן דעם גרויסע ר' אשר מסטאלין זצוק"ל מיט א סוכה און באקומען אריכות ימיםDiscover the inspiring story of Rebbe Asher of Stolin and a devoted Chassid who risked his health to prepare a Sukkah in harsh conditions. This act of self-sacr
- דורך א אתרוג איז הרה"ק ר' פינחס מקאריץ זצוק"ל מפורסם געווארןא געשיכטע איבער הרה"ק ר' פינחס מקאריץ זצוק"ל, ווי ער איז געווארן באקאנט דורך א נס מיט א אתרוג אין א שווערן יאר, און ווי ער האט געהאט אמונה אין זיינע רייד.
- געראטעוועט דעם אתרוג מיט א פעטשלאן אינטערעסאנטע מעשה וויאזוי רבי יוסל חריף האט געראטעוועט דעם אתרוג פונעם חוזה מלובלין דורך א פלפול אין גמרא מיטן רב פון שטאט, דער אייזערנער קאפ.