Skip to content
פרדס יהודה

געהאלפן דעם גרויסע ר' אשר מסטאלין זצוק"ל מיט א סוכה און באקומען אריכות ימים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מדור העובדות לסוכות

דער הייליגער ר' אשר מסטאלין זצוק"ל איז געבוירן געווארן צו זיין הייליגן טאטן הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זצוק"ל תק"כ, און איז געבליבן א יתום פון זיין טאטן ביי צוועלף יאר ווען ר' אהרן הגדול איז פלוצלינג נסתלק געווארן י"ט ניסן תקל"ב. ר' אשר איז געהאדעוועט געווארן ביי הרה"ק ר' שלמה קארלינער וואס איז געווען א תלמיד פון ר' אהרן הגדול, און ער איז געווען זיין ממלא מקום ביז כ"ב תמוז תקנ"ב ווען ר 'שלמה איז געהרגעט געווארן דורך א גוי זייענדיג אלט צוויי און פופציג יאר און צדיקים האבן געזאגט אויף אים ער איז געווען משיח בן יוסף, וואס עס איז מקובל אז ער דארף אומקומען דורך א גוי. ר' אשר איז געפארן צו הונדערט און צען צדיקים. ר' אשר האט געפירט די הנהגת החסידות ביז זיין הסתלקות כ"ו תשרי תקפ"ז.

די הוצאות זענען געווען גרויס און דעריבער פלעגט דער גרויסע סטאלינער אסאך ארום פארן שאפן געלט פארן הויף. איינמאל איז אויסגעקומען אז ער איז געווען אויף א ווייטע נסיעה און האט געמוזט דארטן בלייבן אויף סוכות. אין יענע שטאט איז געווען איין סוכה פאר די גאנצע שטאט און יענע יאר איז געווארן זייער קאלט פרי און די דאך פון די סוכה איז געווארן צוגעדעקט מיט א שטיק דיקע אייז און עס איז נישט געווען מעגלאך אויף צו עפענען די דאך כדי מען זאל קענען נוצן די סכך. ווען די גרויסער סטאלינער האט געפרעגט וועגן די מצב פון סוכות אין שטעטל האט מען אים דערציילט די שלעכטע נייעס פון די איינציגסטע סוכה וואס מען וועט אים נישט קענען נוצן! דער רבין איז געגאנגען צו די סוכה און דאס באטראכט און גענומען וויינען און געווען שטארק צובראכן, אין שטאט האט מען זיך דערוואוסט אז דער רבי וויל זיין מיט זיי סוכות, אבער ער איז זייער צובראכן ביי זיך זאגענדיג אז ער וועט נישט קענען אויסהאלטן סוכות אן א סוכה!

דארט אין שטאט איז געווען א יונגערמאן א גיבור וואס איז געקומען צום רבין און געזאגט אז ער וועט ערליידיגן אז די סוכה זאל זיין גרייט אויף יו"ט, דער יונגערמאן איז ארויף אויפן דאך און פרובירט מיט זיין גאנצן כח צו זען וואס ער קען טאן אבער ער האט געזען ווי דיק די אייז איז, און פארשטאנען אז ער אליין וועט דאס נישט קענען מאכן, האט ער גערופן אסאך חבירים וואס זענען געקומען העלפן האקן די אייז אין די שטארקע קעלט און אזוי וועט דאס ווערן גרינגער פאר די יונגערמאן דאס צו ערליידיגן. זיינע חברים האבן געהאלפן אבער די קעלט איז געווען צו שווער און זיי זענען אוועק געגאנגען.

דער יונגערמאן האט זייער שטארק געוואלט העלפן דעם רבין און מחליט געווען ער גייט מיט מסירת נפש דאס טאן, און ער האט גענומען האקן און ער האט געשוויצט אין די גרויסע קעלט ביז ענדע האט ער מצליח געווען אראפ צו ווארפן די אייז פון די דאך און ער האט געעפנט דעם דאך, און עס איז געווען כשרע סכך אויפן סוכה, און דער גרויסער סטאלינער האט זיך זייער געפרייט און אים געדאנקט פאר זיין מסירת נפש.

א מענטש איז נאר א מענטש און דעם שוויצן אין דעם פארפרוירערנעם וועטער האט געווירקט אויפן גיבור אז ער האט באקומען הויכע היץ און א לונגן אנצינדונג און פארלוירן זיינע כוחות און נישט געקענט ארויסגיין פון בעט, מען איז געגאנגען אים מזכיר זיין ביים גרויסע סטאלינער וואס האט געהערט און זיך אינטרעסירט אויף זיין מצב אבער ער האט גארנישט געוואונטשן. דערווייל האט זיך אנגערוקט דעם יו"ט סוכות און דער רבי הייסט אז מען זאל ברענגען דעם יונגערמאן צו די סוכה ווייל ער וויל מאכן מיט אים די ברכה לישב בסוכה, און עסן מיט אים די ערשטע כזית אין סוכה צוזאמען מיט אים.

דער יונגערמאן האט זיך זייער געפריידט ווען ער האט באקומען דעם איינלאדענונג פון רבין, און ער האט געבעטן אז מען זאל אים דארטן ברענגען מיט זיין בעט ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום כח צו שטיין אויף די פיס. דער גרויסער סטאלינער האט געווארט און ווען דער יונגערמאן איז אנגעקומען אין סוכה איז דער רבין אים געגאנגען מקבל פנים זיין מיט גרויס שמחה און אים יעצט שטארק געדאנקט אויף זיין געוואלדיגע טרחה און מסירת נפש אז עם זאל זיין א סוכה. פארשטייט זיך אז דער יונגערמאן איז געווארן גייסטיש געשטארקט אבער געזאגט פארן רבין, אלעס איז גוט אבער דער רבי זעהט דאך וואס עס האט מיר געברענגט! רופט זיך אן דער רבין "שרעק זיך נישט, דארפסט נישט דאגה'ן דו וועסט זיין אי"ה אינגאנצן געזונט.

דער יונגערמאן הערט די ווערטער איז ער געווארן בארוהיגט און דער רבי בעט אז מען זאל ארויסנעמען דעם יונגערמאן פון בעט און ער זאל זיך זעצן לעבן רבין און דער רבי האט אים אנגעגאסן א כוס וויין, און אים געהייסן מאכן קידוש און מאכן א לישב בסוכה, און ב"ה פון מינוט צו מינוט פילט דער יונגערמאן אז זיינע כוחות קומען אים צוריק, דער רבי האט געלייגט לחם משנה פאר אים און געבעטן אז ער זאל עסן, און ער פילט שוין אסאך בעסער. נאכן בענטשן האט אים דער רבי ווייטער געגעבן א ברכה, און דער יונגערמאן איז אהיים פילינדיג אסאך בעסער, און ביז ענדע סוכות איז ער געווארן אינגאנצן אויסגעהיילט. נאך סוכות ווען דער רבי האט געוואלט אהיים פארן, האט ער זיך געזעגנט פון די שטאט'סלייט און דער יונגערמאן איז געקומען שוין א געזונטער אינגאנצן מיט די פולע כוחות, און דער רבי האט אים געוואונטשן מיט אריכות ימים און עשירות און נחת פון די קינדער, אין זכות פון זיין מסירת נפש.

דערציילט הרה"ח ר' נחמן יוסף ווילהעלם זצ"ל דער שווער פון הרה"ק ר' יוחנן פון רחמיסטריווקא פון ירושלים זצוק"ל, אז ער איז געווען אין סטאלין תרנ"ב און האט זיך געטראפן מיט דעם איד וואס איז געקומען נעמען א ברכה ביים הייליגן רבין דער אור ישראל פון סטאלין זצוק"ל, און דער איד איז שוין געווען אסאך אריבער די הונדערט יאר. און ער האט אויך זוכה געווען צו עשירות מופלגת, און גאר חשובע קינדער, אלעס אין זכות פון זיין מסירת נפש זיע"א.

More in this printout

View the whole printout