Skip to content
פרדס יהודה

געראטעוועט דעם אתרוג מיט א פעטשל

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

געראטעוועט דעם אתרוג מיט א פעטשל

אין די הקדמה פון ספר "עמודי אש לבית יוסף", (מונקאטש תרצ"ט) פון הגאון ר' יוסף לייכטאג, ווערט געברענגט אן אינטערעסאנטע מעשה וואס האט פאסירט אין די תקופה פונעם הייליגן "חוזה" פון לובלין זי"ע. איין יאהר איז געווען א מצב פון מלחמה, און די אתרוגים סוחרים האבן נישט געקענט אריבערברענגן קיין פוילן גענוג אתרוגים ווי געווענטלאך, עס האט געהערשט א מאנגל, און די פרייזן פון אתרוגים זענען געשטיגן זייער הויך, אז פאר א פשוטער אתרוג האבן די סוחרים פארלאנגט הונדערט רובל.

די גדולי ישראל אין פוילן האבן געמאכט אן אסיפה, און מען האט גוזר געווען אז יעדער קהלה מעג קויפן נאר איין אתרוג פון זייער קאסע, די תקנה האט געשלאגן ווארצלן אין אלע קהלות, און במשך די עשרת ימי תשובה האט מען אין יעדער שטאט געקויפט נאר איין אתרוג און דאס איבערגעגעבן פארן רב. עס איז באשטימט געווארן א סדר אז פריער וועט דער רב בענטשן אויפן אתרוג, און דערנאך די ראשי הקהלה, און דערנאך דעם גאנצן קהל, און ביי הלל וועט נאר דער שליח ציבור און דער רב מאכן די נענועים, און אויסער זיי קיינער נישט, כדי דער אתרוג זאל זיך האלטן, דער הייליגער "חוזה מלובלין זי"ע האט אבער פארמאגט זיין אייגענעם אתרוג וואס א חסיד האט אים געשיקט פון דייטשלאנד, נאך איידער די תקנה פון די גדולי הדור איז ארויסגעקומען, ווי נאר דער רב פון שטאט לובלין הגאון רבי עזריאל הורוויץ, דער אייזערנער קאפ, האט זיך ערב יום כיפור דערוואוסט דערפון, האט ער געשיקט זאגן פארן "חוזה" פון לובלין אז אלס רב פון שטאט אסרט ער אים זיך צו באנוצן מיט זיין אייגענעם אתרוג, צוליב די תקנה, פארשטייט זיך אז דער הייליגער חוזה האט געהאט גרויס צער פון דעם, אז ער האט זיך נישט גענוג געקענט זיך צוזאמען נעמען צו גיין צו די ערב יום כיפור סעודה צוליב די עגמת נפש פון זיין אתרוג. עס איז דעמאלט געווען אין לובלין הגאון רבי יוסף לייכטאג פון זבארוב, באקאנט אלס "רבי יוסל חריף", פון די חשובע תלמידים פון חוזה, און רבי יוסף האט זיך אנגערופן אז דער רב זאל זיך נישט זארגן, ער וועט ערליידיגן די זאך מיט רב פון שטאט רבי יוסל חריף האט זיך געאיילט צום אייזערנעם קאפ, און אים געזאגט אז דער רב האט פארזען א בפירושע סוגיא אין די גמרא (חולין יז.) ווי די גמרא דערציילט אז די אידן אין מדבר האבן נישט געדארפט שחטן זייערע בהמות, מ'האט נאר געמאכט 'נחירה' וואס דאס איז א וועג ווי אזוי מען 'שניידט אויף די בהמה, און ערשט נאר ווען די אידן זענען אריינגעקומען קיין ארץ ישראל זענען זיי געווארן מחוייב צו שחטן מיט א כשרע שחיטה ווי די תורה הייסט, האט רבי ירמיה געפרעגט אן איבעיא, וואס איז מיט די מענטשן וואס האבן נאך ביי זיך פלייש פון מדבר וואס מען האט נישט געשחטן, און ברענגען דאס פלייש אריין קיין ארץ ישראל, צו מעגן זיי דאס עסן אין ארץ ישראל (וויבאלד די פלייש איז געמאכט מיט נחירה וואס מען האט דאס געמעגט אין מדבר) אדער די פלייש פון פריערט ווערט אסור צו עסן איינמאהל מען קומט אריין אין ארץ ישראל? פרעגט דער הייליגער רא"ש אויפן פלאץ (סימן כ"ג) וואס איז אונז א נפקא מינא דעם שאלה פון רבי ירמיה וואס האט פאסירט ווען מען איז אריין קיין ארץ ישראל, און עס איז היינט שוין נישט נוגע למעשה, און פארוואס ברענגט דאס די גמרא? ענטפערט דער רא"ש אז באמת קען עס זיין נוגע אויך אין אונזערע דורות, אויב עס וועט אמאל קומען א בית דין און איינפירן א געוויסער איסור אויף א מאכל, קען אבער זיין אז די מענטשן וואס האבן דאס שוין געהאט דעם מאכל איידער די חכמים האבן מתקן געווען זייער תקנה, וועט דער דין זיין אז זיי וועלן נאך דאס ווייטער מעגן עסן ווייל זיי האבן דאס שוין געהאט ביי זיך בשעת עס איז נאך געווען מותר, און מיט די ווערטער פון רא"ש האט רבי יוסל חריף זיך מפלפל געווען מיטן אייזערנעם קאפ, ביז צום סוף האט ער מודה געווען אז מען קען טאקע נישט אסרן דעם אתרוג פון רבין וואס ער האט שוין געהאט פון פריער. ווי נאר רבי יוסל האט זיך צוריק געקערט, האט זיך דער "חוזה" זייער געפריידט צו אים און אויסגערופן "יוסף בן לייצא" דו האסט אונז דערלייכטן די אויגן"! און מען האט זיך געזעצט צו די סעודה פון ערב יום כיפור מיט גרויס פרייד, פון דעמאלט אן האט רבי יוסל געהאט א גרויסע חשיבות ביים חוזה מלובלין, און פלעגט אים שטענדיג זיצן פון די ערשטע ביי זיין טיש.

More in this printout

View the whole printout