איינמאל אין סוכות האבן זיך געטראפן די הייליגע צדיקים הרה"ק ר' שמחה בונם מפאשיסחא און הרה"ק ר' שלמה ליב מלענטשנא, און האבן דן געווען וועלכער מצוה איז גרעסער, שבת אדער סוכה, האט דער פאשיסחא געזאגט אז מצות סוכה איז גרעסער ווייל דאס איז דער איינציגסטער מצוה וואס מען גייט אריין אין דעם מיטן גאנצן גוף, אלע רמ"ח איבריו נהי"ם ושס"ה גידיו און מיט די שיך! האט אים ר' שלמה ליב געזאגט אז דאס איז א שטארקע טענה, אבער ער האלט אז שבת איז גרעסער ווייל אפילו א מענטש וועט גארנישט טאן פאר שבת, וועט דער שבת קומען צו אים, און כ"ש איינער וואס מאכט א הכנה פארן שבת וועט ער האבן א טעם גן עדן אין דעם שבת.
א ווינקל אין הלכה און מנהג
שיינע היקף טעם פון חילוק הנוסח אושפיזין לפי אריז"ל און אשכנז ביי כלל ישראל איז אנגענומען אז סוכות קומען די אושפיזין אורחים – צו אונזערע סוכות און עס איז דא א סדר וועלכע טאג קומען דעם אושפיזא, און דעריבער לאדענט מען זיי איין און מען זאגט ווען מען קומט אין סוכה: עולו -קומט אריין- אוּשְׁפִיזִין עָלָאִין קַדִּישִׁין, עוּלוּ אֲבָהֶן עָלָאִין קַדִּישִׁין, לְמֵיתַב בְּצְלָא דְמְהֵימְנוּתָא עֵלָאָה, בְּצִלָּא דְקְדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא. לֶעוּל אַבְרָהָם רְחִימָא, וְעָמֵיהּ יִצְחָק עֲקִידְתָּא, וְעָמֵיהּ יַעֲקֹב שְׁלְמְתָּא, וְעָמֵיהּ יוֹסֵף צַדִּיקָא, וְעָמֵיהּ מֹשֶׁה רַעֲיָא מְהֵימְנָא, וְעָמֵיהּ אַהֲרֹן כַּהֲנָא קַדִּישָׁא, וְעָמֵיהּ דָּוִד מַלְכָּא מְשִׁיחָא. בַּסְכֹּת תֵּשְׁבוּ, תִּיבוּ -זעצט זיך אראפ- אוּשְׁפִיזִין עֵלָאִין תִּיבוּ, תִּיבוּ אוּשְׁפִּיזֵי מְהֵימְנוּתָא תִּיבוּ. תִּיבוּ תִּיבוּ אוּשְׁפִּיזִין עַלָאִין, תִּיבוּ תִּיבוּ אוּשְׁפִיזִין קַדִּישִׁין. תִּיבוּ תִּיבוּ אוּשְׁפִיזִין דִּמְהֵימְנוּתָא, תִּיבוּ בְּצִלָּא דְקְדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא. אן דערנאך זאגט מען: אֲזַמִין לִסְעוּדָתִי אוּשְׁפִיזִין עִילָאִין אַבְרָהָם יִצְחָק יַעֲקֹב יוֹסֵף מֹשֶׁה אַהֲרֹן וְדָּוִד, דאס איז די סדר פון די אושפיזין וואס דער וועלט אין נוסח אשכנז פירן זיך אזוי צו זאגן, און באמת איז דאס דער ריכיגע סדר לויט די סדר הדורות אז יוסף איז פאר משה. אבער דער הייליגער אריז"ל האט איינגעפירט דעם סדר אנדערשט: אֲזַמִין לִסְעוּדָתִי אוּשְׁפִּיזִין עִילָאִין אַבְרָהָם יִצְחָק יַעֲקֹב מֹשֶׁה אַהֲרֹן יוֹסֵף וְדָּוִד. אז יוסף איז נאך משה און אהרן. [און באמת על פי די סדר פון די זיבן ספירות וואס זענען חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד, יסוד און מלכות, -חג"ת נהי"ם- שטימט גוט דעם סדר פון אריז"ל, ווייל אברהם -איז חסד, יצחק – איז גבורה, יעקב – איז תפארת, משה – איז נצח, אהרן – איז הוד, יוסף – איז יסוד, דוד – איז מלכות. און בפרט אז יוסף איז משפיע די אלע השפעות אויף דעם וועלט אזוי ווי עס שטייט (בראשית מב ו) וְיוֹסֵף הוּא הַשַׁלִיט עַל־הָאָרֶץ הוּא הַמַשְׁבִיר לְכָל־עַם הָאָרֶץ, און דוד איז דאך דער מקבל די השפעות און אלץ מלך טיילט ער דאס אויס, דעריבער שטייט יוסף גלייך פאר דוד. המו"ל] נאר מיר ווייסן דעם כלל אלו ואלו דברי אלקים חיים, ממילא קענען מיר ברענגען א ראיה צו ביידע וועגן פון דעם זעלבן פסוק וואס שטייט אין (בראשית מ"ח ג) וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב אֶל־יוֹסֵף אֵל שַׁדַי נִרְאָה אֵלַי, דא שטייט דער סדר יעקב נאכדעם יוסף, און א-ל שדי איז די בגימטריא: משה = 345, און דער ווארט נראה איז די אותיות אהרן. זעהט מען אין פסוק דעם סדר יעקב יוסף משה אהרן. דעם זעלבן פסוק איז אויך דא מרומז שיטת האריז"ל ווייל וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב אֶל־יוֹסֵף, יעקב זאגט צו יוסף "אֵ-ל שָׁדֵי נִרְאָה" וואס דאס איז משה און אהרן ווי פריערט געזאגט, אז זיי געהער אֵלַי, צו מיר, דאס מיינט נאך מיר זאלן זיין משה און אהרן און נאכדעם יוסף. ממילא ביידע שיטות זענען גערעכט. (מעובד ע"י שמח זבולון תשפ"ג)