און עס איז דא די באוואוסטער גמ' (ע"ז דף ג) וואס דער אויבערשטער וועט זאגן פאר די גויים לעתיד לבא מצוה קלה יש לי וסוכה שמה לכו ועשו אותה - די גויים זאלן מאכן סוכות און מיד כל אחד נוטל והולך ועושה סוכה בראש גגו והקדוש ברוך הוא מקדיר עליהם חמה בתקופת תמוז וכל אחד ואחד מבעט בסוכתו ויוצא שנא' (תהלים ב ג) נְנַתְּקָה אֶת מוֹסְרוֹתֵימוֹ וְנַשְׁלִיכָה מִמֶּנּוּ עֲבֹתֵימוֹ: די גויים וועלן ווערן אין כעס און אוועקווארפן זייער סוכה, איז משמע אז די אידן האבן זיך אזוי נישט געפירט, ווייל א איד אין די שווערסטע מצבים ווייסט ער אז דאס איז דער רצון ה' און איז מקבל באהבה, דאס קען זיין פשט אין ראשון לחשבון עוונות, ווייל כעס מאכט אז א מענטש זאל פארגעסן פון אויבערשטן און חלילה מען קען זינדיגן, אבער פון סוכה ווייזט דער רבש"ע אז מען דארף זיין רוהיג און נישט ווערן אין כעס אזוי ווי די גויים וועלן טאן לעת"ל, ממילא דער ביום הראשון פון סוכות וועט געבן דער מענטש דעם ריכטיגן חשבון ווי מען דארף דינען דעם אויבערשטן, אז מען דארף ארבעטן אויף כעס און אזוי וועט מען קומען נאנט צום אויבערשטן, און אז מען איז נאנט צום אויבערשטן זינדיגט מען נישט, און דאס איז די ראשון לחשבון פון עוונות. (שמח זבולון תשפ"א)
ווער זאל תשובה טאן?
יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יְיָ אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ מֶלֶךְ רַחֲמָן שֶׁתָּשׁוּב וּתְרַחֵם עָלֵינוּ: (מוסף שלש רגלים) עס איז א פלא: אז מיר זאגן צום מֶלֶךְ רַחֲמָן, דער אויבערשטער, אז ער זאל תשובה טאן, עס וואלט געפאסט נאר זאגן מֶלֶךְ רַחֲמָן שֶׁתְּרַחֵם עָלֵינוּ! ענטפערט דער הייליגער בארדיטשובער רב זיע"א אז מיר בעטן אז דער אויבערשטער זאל תשובה טאן און זיך מרחם זיין אויף אונז, דאס מיינט מֶלֶךְ רַחֲמָן שֶׁתָּשׁוּב, אז תְּרַחֵם עָלֵינוּ.
פנינים לסוכות
מָחַצְתִּי וַאֲנִי אֶרְפָּא: (דברים לב לט) זאגט דער יסוד העבודה פנינים, אז מען גייט אריין אין סוכה זענען די ווענט פון סוכה א רפואה פארן מענטש, און דאס שטייט אין פסוק מָחַצְתִּי: וואס מָחַצְתִּי איז א לשון פון מחיצה, מיינט מען די ווענט פון סוכה, וַאֲנִי אֶרְפָּא, די סוכה וועט זיין פאר דיר א רפואה.
פנינים לסוכות
איינמאל אין סוכות האבן זיך געטראפן די הייליגע צדיקים הרה"ק ר' שמחה בונם מפשיסחא און הרה"ק ר' שלמה ליב מלענטשנא, און האבן דן געווען וועלכער מצוה איז גרעסער, שבת אדער סוכה, האט דער פאשיסחא געזאגט אז מצות סוכה איז גרעסער ווייל דאס איז דער איינציגסטער מצוה וואס מען גייט אריין אין דעם מיט'ן גאנצן גוף, אלע רמ"ח איבריו ושס"ה גידיו און מיט די שיך! האט אים ר' שלמה ליב געזאגט אז דאס איז א שטארקע טענה, אבער ער האלט אז שבת איז גרעסער ווייל אפילו א מענטש וועט גארנישט טאן פאר שבת, וועט דער שבת קומען צו אים, און כ"ש איינער וואס מאכט א הכנה פארן שבת וועט ער האבן א טעם גן עדן אין דעם שבת.