הרה"ק רבי פינחס מקאריץ זצוק"ל איז געווען זייער באהאלטן און נישט געוויזן וואס ער קען, און האט געלעבט מיט גרויס דחקות און געדינט דעם אויבערשטן, קיינער האט נישט געקוקט אויף אים, זיין ווייב האט געלעבט פון וואס אידן בני רחמנים האבן איר געברענגט און אזוי איז אנגעגאנגען עטליכע יאר.
איין יאר איז געווען א גאר שווערע ווינטער און די אתרוגים האבן נישט געוואקסן און די ביסל וואס זענען יא געווען זענען געווען מיט לעכער אז מען האט נישט געקענט נוצן די אתרוגים, זענען ארויס געפארן סוחרים אבער אויך נישט מצליח געווען צו טרעפן. און די אידן אין קאריץ זענען געווען צובראכן אז זיי וועלן נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון אתרוג, און ווען ר' פינחס האט געהערט אז דער עולם איז באזארגט האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און געזאגט זיי זאלן זיך נישט זארגן ווייל ער וועט האבן א אתרוג אויף יו"ט דעם יאר.
דער עולם האט זיך געוואונדערט אויף די ווערטער ווייל מען האט נישט געהאלטן אז ער איז גרויס, און עס איז געווארן א געלעכטער ביי די מענטשן, אבער ר' פינחס זאגט ווייטער אז ער וועט האבן א שיינעם אתרוג דעם יאר, און זיי האבן געלאכט פון אים נאך וואס די גרויסע גבירים האבן זיך נישט ערלויבט צו באקומען א אתרוג, און ווי אזוי וועט דער עני ואביון באקומען א אתרוג? אבער ר' פינחס כאפט נישט קיין התפעלות און ווערט נישט געטשעפעט און זאגט איך ער וועט האבן א שיינעם אתרוג דעם יאר, און איז צוריק געגאנגען צו זיין גמרא און זיך אריינגעלייגט אין א טיפע סוגיא.
עס איז שוין געווארן די הייליגע טעג און עס האט געלונגען פאר עפעס א גביר צו באקומען א כשרן אתרוג פאר גאר טייער און די שטאט האבן זיך כאטש בארוהיגט אז זיי וועלן קענען מקיים זיין די מצוה, נענטער צו סוכות האבן די מענטשן געפרעגט ר' פינחס צו ער האט שוין זיין אתרוג? האט ער געענטפערט אז בעזה"י ער וועט נאך האבן גאר א שיינעם אתרוג דעם יאר, יו"ט אינדערפרי האט ר' פינחס נאך נישט געהאט קיין אתרוג אבער ער האט געהאלטן ביי זיינס אז ער וועט נאך האבן א אתרוג, אבער מען האט געלאכט פון ר' פינחס.
דער עולם האט שוין געענדיגט שחרית און ר' פינחס האט נאר אויסגעלאזט שמונה עשרה, ווען א גוי איז אנגעקומען אין שוהל און זוכט ר' פינחס און גיט אים איבער א געבינדענעם לולב מיט א אתרוג הדר, און ר' פינחס איז געגאנגען אין סוכה און געמאכט די ברכה און די נענועים מיט גרויס שמחה של מצוה. ער איז אריין אין שוהל מיט די ד' מינים און דער עולם קוקט און זעהט אז ר' פינחס האט טאקע א אתרוג און א גאר מהודר'דיגע, און מען האט באקומען חרטה אויף וואס מען האט אפגעלאכט פון ר' פינחס. נאכן דאווענען זענען זיי אלע געגאנגען איבערבעטן ר' פינחס און ער האט אלעמען מוחל געווען און גאר געלאזט אז מען זאל שאקלען מיט זיין אתרוג און עס איז געווען א מחזה צו זעהן ווי אין איין מינוט איז געווארן זייער קוק אויף ר' פינחס גאר אנדערש, ווייל נישט נאר האט ער באקומען זיין אתרוג, נאר ער האט נאך אלעמען געלאזט דאס נוצן וואס דאס האט באוויזן אז ר' פינחס איז נישט קיין פשוטער מענטש.
נאך יו"ט האט מען געפרעגט ר' פינחס ווי אזוי האט ער טאקע באקומען א אתרוג? האט ער דערציילט אז ער האט א ידיד אין זאסלאב וואס ער קען אים נאך פון מעזריטש ביים הייליגן מגיד, און ער קומט כסדר פאר א ברכה פאר ער פארט אויף מסחר, אזוי ווי ער איז געווען ביי מיר גלייך נאך פסח, און ער האט געדארפט פארן אויף א יריד אין א אנדער מדינה גאר ווייט פון דא, האב איך אים אנגעוואונטשן, און צו געלייגט אז ווען ער איז דארטן זאל ער אפזוכן א פאר שיינע אתרוגים, און אוועק לייגן פאר אים און אויך זאל ער מיר שיקן א אתרוג אויף סוכות, און ער האט צוגעזאגט.
פארשטייט זיך אז ער האט זיך שטארק געוואונדערט וועגן וואס דארף ער זארגן פאר א אתרוג שוין גלייך נאך פסח, אבער ער האט געהאט אמונה אין מיינע רייד און האט געזוכט אין יענע מדינה און געטראפן א פאר שיינע אתרוגים און עס איז שוין געווען חודש אלול, און ער האט זיך צוריק געקערט אהיים צו זיין שטוב און געהאפט אז ער וועט מיר קענען אליין ברענגען דעם אתרוג, אבער עס האט זיך געמאכט אפאר שטרויכלונגן אין וועג אז ער איז נאר אנגעקומען אהיים א טאג פאר ערב סוכות.
עס איז נישט געווען מעגלאך אז ער זאל אליין קענען קומען ברענגען דעם אתרוג און לולב, האט ער דאס אלעס געבונדען מיט די הדסים און ערבות און גוט געפאקט און דאס געשיקט מיט א גוי ער זאל עם מיר דאס ברענגען. און דאס אלעס האט ר' פינחס געזען מיט זיין הייליגע אויגן! דער עולם איז געווארן אנציגט אויף די אפענע רוח הקודש פון ר' פינחס, און מען האט אים מקבל געווען פאר זייער רבי, און אזוי איז ר' פינחס מקאריץ מפורסם געווארן און האט שוין געהאט פרנסה בשפע און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום, און ער איז געווען א פועל ישועות, און געהאט אסאך חסידים, זיע"א