Skip to content
פרדס יהודה

די פראווע פון סוכות איז פאר חשבון עוונות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער ריי"צ נ"ע ברענגט א סיפור פון הייליגן בעש"ט וואס האט געזען א איש פשוט און א עני ואביון וואס האט געהייסן דוד יהושע און דער בעש"ט איז געווארן שטארק בשמחה און זייער מקרב געווען דעם איד, האט דער בעש"ט געזאגט צו די תלמידים אז דער איד האט צוזאמען געקראצט פון א גאנץ יאר ארבעט א פאר גראשין און זיך געקויפט א אתרוג, זיין ווייב זעהענדיג די אתרוג, איז פון רוב צער פון אירע ארעמקייט האט זי געפסל'ט דעם אתרוג, אבער דער מאן האט זיך מתגבר געווען אויף זיין כעס און געזאגט, אז פון הימל האט מען מיר געוויסן אז עס קומט מיר נישט צו האבן מיין אייגענעם אתרוג און האט דאס מקבל געווען באהבה! האט דער הייליגע בעש"ט געזאגט אז זיין נסיון איז געווען נאך גרעסער פון די נסיון העקידה ע"כ זעהט מען די גרויסקייט פון נישט ווערן אין כעס און וואס מען קען דערגרייכן.

More in this printout

View the whole printout