שטייט אין מדרש תנחומא: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַיּוֹם הָרִאשׁוֹן: וכי ראשון הוא, והלא יום חמישה עשר הוא, ואת אמרת בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן? אלא רִאשׁוֹן הוא לחשבון עונות. (ויקרא, פרק כג סימן כב) דאס איז א באקאנטע מדרש און בעזה"י וועט מען אויך געבן א הסבר: דער אויבערשטער איז דאך א רחום וחנון און וויל אז פאר יעדן איד זאל זיין נאר גוטס, און דוד המלך זאגט – חַנּוּן וְרַחוּם ה' אֶרֶךְ אַפַּיִם וּגְדָל חָסֶד: (תהלים קמ"ח) דער אויבערשטער האט געדולד און ווארט ביז דער מענטש זאל אויך ווערן גוט אין זיין הנהגה. אלעס הויבט זיך אן ר"ח תמוז וואס דער ר"ת איז ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, און מען דערמאנט זיך תשובה טאן, און נאכדעם גייט חודש אלול מיטן קול שופר וואס דער תכלית איז מען זאל געדענקען תשובה צו טאן, און נאכדעם גייט די הייליגע טעג וואס הויבט זיך אן מיט ראש השנה, ויעשו כולם אגודה אחת, צו זיין באחדות מיט כלל ישראל און ליב האבן יעדן איד, און דערנאך קומט יו"כ וואס מען בעט מחילה פון יעדן און דאס ברענגט ווייטער אחדות ביי כלל ישראל. און נאכדעם קומט יו"ט סוכות מיט די ד' מינים וואס איז צו ווייזן אחדות ווייל מען בינט אלע פיר מינים וואס האבן אנדערע מעלות, און אויך יעדן איד האט א מעלה וואס דער אנדערע האט נישט, און דאס זאגט מען שנראה מעלות חבירינו, ווייל יעדע איד האט גאר גוטע מעלות אין זיך, נאר מען זעט דאס נישט ווייל מען האט נישט די ריכטיגע מדה פון אחדות, ווייל א גוטער פריינד זעט נאר זיינע מעלות פון זיין חבר און נישט די חסרונות, קומט אויס אז דער תכלית פון אחדות איז צו צוקומען צו גוטע מידות, כידוע אז דרך ארץ, מדות טובות, איז קדמה לתורה, ממילא ביי דער יוֹם הָרִאשׁוֹן פון יו"ט סוכות, וואס נאך די אלע פעולות איז מען שוין געקומען צו אחדות, און סוכות איז ווייטער נאר אחדות, קען מען שוין צוקומען צו וְאָהַבְתָ לְרֵעֲךָ כָמוֹךְ וואס דאס איז כלל גדול בתורה, און א מענטש וואס האט אחדות, האט אהבת ישראל, און מיט דעם קען ער צוגיין צו די היילגער תורה און היטן וואס עס שטייט אין די תורה און נישט עובר זיין חלילה, דעריבער איז ראשון לחשבון עונות, אז מען האלט שוין ביי סוכות מיט די ד' מינים און מען ווערט נתעורר אז אלעס איז נאר וועגן אחדות און אהבת ישראל, איז דאס די ריכטיגע חשבון אויף נישט צו טאן עבירות, און יעצט אז דער מענטש ביי יום הראשון האלט ער שוין ביי אהבת ישראל, ממילא קומט שוין דער ניסוך המים וואס דאס איז שמחה, און שמחה קען מען נאר האבן ווען מען האט אהבת ישראל, און מען זעט נאר יענעמ'ס מעלות און מען איז צופרידן וואס יענע האט, און אוודאי די כל טוב וואס דער אויבערשטער האט דיר געגעבן, איז מען שוין בשמחה, ווייל דער נישט זיין צופרידן איז דער היפך פון שמחה, און נאכדעם וואס מען האלט שוין ביי די מדריגה פון וְאָהַבְתָ לְרֵעֲךָ כָמוֹךְ און מען איז בשמחה, איז מען שוין אויף די וועג פון כלל גדול בתורה, דעמאלט'ס קען מען זיך פרייען מיט די הייליגער תורה, ווייל מען וועט דאך היטן וואס עס שטייט אין דעם, און מען איז פריילאך מיטן תורה, דעריבער קומט שמחת תורה. און אז דער חודש הראשון איז דער חשבון פון א גאנץ יאר, דארף מען נעמען א רשימה פון די הייליגע טעג און מקיים זיין דער וְאָהַבְתָ לְרֵעֲךָ כָמוֹךְ און זיין בשמחה, ממילא וועט דער מענטש זיין גוט, וועט דער אויבערשטער זיין גוט צו אים און וועט אים געבן א גוט יאר. דער אויבערשטער זאל אונז אלע געבן א גוט יאר ברוחניות און בגשמיות אמן. (שמח זבולון תש"פ)
רמז אז די אושפיזין קומען אין די סוכה
בַסְכַת תֵשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָל הָאֶזְרָח בְיִשְׂשְרָאֵל יֵשְׁבוּ בַסְכֹת: (ויקרא כג מב) עס איז ידוע פון צדיקים אז די הייליגע זיבן אושפיזין קומען אראפ אין די סוכה, קען מען זאגן א רמז פון די תורה אויף דעם, ווייל די ווערטער "בַסְכֹת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים" באטרעפן 2602 אזויפיל ווי די ווערטער: "אברהם סוכה: 339, יצחק סוכה: 299, יעקוב סוכה: 279, משה סוכה: 436, אהרן סוכה: 347, יוסף סוכה: 247, דויד סוכה: 115" = 2602 (זוהר חי קאמארנא נעמען געסט אין די סוכהדער הייליגער בארדיטשובער רב הרה"ק רב לוי יצחק זי"ע האט שטענדיג אריין גענומען ארימע און גאנץ פראסטע אידן אלס אורחים אין זיין סוכה, האט ער אמל געזאגט פארוואס ער איז אזוי מהדר דאס צו טאן? ווייל די גמרא זאגט אז ווען משיח צדקינו וועט קומען וועלן די צדיקים זיצן אין די סוכה פון דעם לויתן מיט זייערע קרוינען אויפן קאפ און אוודאי וועלן די הייליגע אבות און די צדיקים און חסידים פון אלע דורות זיין דארט, און איך לוי יצחק וועט אויך וועלן אריינגיין אין די סוכה פון לויתן, און אויב מען וועט מיך וועלן ארויס יאגן פון דארט, און זאגן וואס טוט דא אזא פראסטער מענטש צו וועלן זיצן מיט אלע צדיקים צוזאמען? וועל איך ענטפערן אז אויך אין מיין סוכה זענען געזעצן פראסטע און נידעריגע מענטשן, וועט מען מיר אויך דארפן אריינלאזן. (סוכת שלום בשם שפתי צדיקים)
זכר פאר די ענני הכבוד, אבער פאר די מן און די באר איז נישטא קיין מצוה פאר א זכר פאר זיי? דער הייליגער בני יששכר ברענגט צוויי תירוצים פון הייליגן חיד"א,איינס ברענגט ער בשם ספר "צמח דוד", עפ"י פשוטו אז אזוי ווי אין דער באר האט מען געקענט טועם זיין דעם טעם פון אלע סארטן געטרענקען, און אין דעם מן האט מען געקענט טועם זיין דעם טעם פון אלע סארטן מאכלים, דעריבער האבן חז"ל מתקן געווען צו פראווען שמחת יום טוב מיט פלייש און וויין אז דורך די מאכלים און טרינקען פון יום טוב וועט מען האבן א זכר צו די מן און די באר. א טיפערער טעם דער חיד"א בשם רבי ישועה זיי"ן מחכמי מצרים, אז די מן און די באר האבן די אידן באקומען נאר דורך טענות, און געבעטן זיי דארפן עסן און וואסער, משא"כ די ענני הכבוד האט זיי דער אויבערשטער אליין געגעבן אן זיי זאלן דאס בעטן, נאר פון זיין גרויסע חסד, דעריבר האט מען נישט געגעבן קיין זכר וועגן די מן און די באר, נאר פאר די ענני הכבוד עכ"ד נאר פאר די ענני הכבוד עכ"ד החיד"א. פירט אויס די בני יששכר אז דאס קען זיין מרומז אין פסוק לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִי בַסְכּוֹת הוֹשַׁבְתִי אֶת בְנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם: (ויקרא כג, מג) לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם די דורות זאלן וויסן אז כִי בַסְכֹּת הוֹשַׁבְתִי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל הקב"ה האט דאס געטאן אן דעם וואס זיי זאלן דאס בעטן, ווייל אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם איך ווייס וואס עס איז גוט פארן מענטש אפילו דער מענטש ווייסט עס אליין, און מען דארף האבן בטחון אז אלעס איז לטובה, און דאס לערנט מען פון די סוכה. (בני יששכר)
דרוש פון בסוכות הושבתי איז נאר פאר כלל ישראל
בַּסְכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָּל־הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסְכֹּת. לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסָּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם: (כ"ג מ"ב-מ"ג) לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס דארף שטיין אין פסוק נאך בַּסְכֹּת תֵּשְׁבוּ די ווערטער כָּל־הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסְכֹּת, בפרט אז עס שטייט ווייטער לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסְכֹּת הוֹשַׁבְתִּי? נאר מען קען דאס פארענטפערן לויט וואס דער הייליגער קרן לדוד -הגאון ר' אליעזר דוד גרינוואלד מסאטמאר זצוק"ל- ברענגט קשיא פארוואס האט דער אויבערשטער געהייסן מאכן א זכר וועגן די נס פון די ענני הכבוד אז מעל זאל מאכן א סוכה און נישט געהייסן מאכן א זכר לנס וועגן די מן און די בְאֵרוֹ שֶׁל מִרְיָם? און דער בני יששכר ענטפערט בשם דער הייליגער חיד"א אז די נסים פון מַן און בְאֵר זענען נישט געווען נאר פאר כלל ישראל, ווייל די עֶרֶב רַב האבן אויך הנאה געהאט פון זיי כדי זיי זאלן האבן פון וואס צו עסן און טרינקען, אבער די ענני הכבוד איז נאר געווען פאר די אידן און די ענני הכבוד האבן ארויס געשפיגן די עֶרֶב רַב ווייל זיי האבן געדינט עו"ז, וז"ל (זוהר הק' ח"ב דף קצ"א.) "ענני הכבוד פלטו את הָעֵרֶב רַב", דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסן מאכן א נס פון ענני הכבוד צו ווייזן זיין ליבשאפט צו כלל ישראל.
מיט דעם זאגט דער קרן לדוד א שיינע ווארט צו מפרש זיין א מדרש פליאה (בראשית רבה, פרשה מח) יְקַח־נָא מְעַט־מַיִם וְרַחֲצִוּ רַגְלֵיכֶם וְהֵשָׁעֲנָוּ תַחַת הָעֵץ: אמר הקב"ה לאברהם אתה אמרת וְהֵשָׁעֲנָוּ תַחַת הָעֵץ, חייך שאני פוֹרֵעַ לבניך בַּסְכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים. וואס איז די קשר פון הכנסת אורחים פון אברהם וואס האט געזאגט יְקַח־נָא מְעַט־מַיִם וגו' וְהֵשָׁעֲנָוּ תַחַת הָעֵץ און די מצוה פון סוכה? נאר אברהם אבינו האט געזאגט וְהֵשָׁעֲנָוּ תַחַת הָעֵץ צו בודק זיין אויב די אורחים זענען מאמינים בה' אדער נישט ווייל ער האט זיך געוואלט דערווייטערן פון עובדי עו"ז, דעריבער האט דער אויבערשטער אים געזאגט: דערפאר וועל איך געבן פאר דיינע קינדער די מצוה פון סוכה וואס איז נאר פאר די אידן וואס גלויבן אין ה' און נישט פאר די עֶרֶב רַב עובדי עו"ז עכ"ד. מיט דעם קען מען זאגן דאס איז פשט אין אונזער פסוק: בַּסְכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים, ווייל כָּל־הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסְכֹּת, נאר אידן זיצן אין סוכה, פארוואס לְמַעַן יִדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסְכֹּת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם, וואס דאס איז געווען די ענני הכבוד און דאס איז נאר געווען פאר די אידן און נישט די עֶרֶב רַב, דעריבער האט דער אויבערשטער געהייסן מאכן א זכר לנס פון ענני הכבוד אז די אידן זאלן זיצן אין סוכה. (שמח זבולון תשע"ח)