Skip to content
פרדס יהודה

דרוש לסוכות - דער עץ ביי אברהם מיינט א סוכה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

יְקַח נָא מְעַט מַיִם וְרָחֲצָוּ רַגְלֵיכֶם וְהִשֶׁעֲנָוּ תַּחַת הָעֵץ: (יח ד) זאגט רש"י, תַּחַת הָעֵץ: מיינט תַּחַת הָאִילָן. דארף מען פארשטיין פארוואס דארף רש"י דא טייטשן אז עֵץ מיינט א בוים, ווען אין פרשת בראשית ביי עֵץ טייטשט נישט רש"י אז דאס מיינט א בוים? נאר מען קען זאגן אז רש"י איז געווען שווער פארוואס שטייט הָעֵץ מיט א ה"א, וואס דאס מיינט עס איז געווען א באוואוסטע בוים, נאר אברהם האט געהאט אסאך ביימער און דער בוים איז געווען הָעֵץ הידוע, און די תורה איז מרמז וואס עס שטייט אין זוהר הק' (ח"א קב) – ת"ח אילנא נטע אברהם כו' ובההוא אילנא -דורך יענע בוים-הוה ידע-האט אברהם געוואוסט- מאן דאתאחיד ביה בקודשא בריך הוא -ווער איז דבוק אין אויבערשטן- ומאן דאתאחיד בע"ז, -און ווער איז דבוק אין עו"ז- מאן דאתאחיד בקודשא בריך הוא -דער וואס איז געווען דבוק אין אויבערשטן- אילנא הוה פריש ענפוי, -האט די בוים אויסגעשפרייט איר צווייגן- וחפי על רישיה -און צוגעדעקט יענעמ'ס קאפ- ועביד עליה צלא יאה -און געגעבן א שיינעם שאטן– ומאן דאתאחיד בסטרא דע"ז –דער וואס איז געווען דבוק אין עו"ז- ההוא אילנא הוה אסתלק וענפוי הוו סליקין לעילא, -זענען די צווייגן ארויף אין די הויך-, כדין הוו ידע אברהם ואזהיר ליה-און אזוי האט אברהם געוואוסט ווער זענען די אורחים און זיי געגעבן מוסר. דעריבער זאגט רש"י דוקא דא תַּחַת הָאִילָן הידוע, ווייל דער בוים איז געווען א באוואוסטער בוים, און ווייל רש"י געווענטלאך ווען עס קומט צו תורת הנסתר, שרייבט רש"י דער פירוש נאר בדרך רמז, און האט דאס מרמז געווען תַּחַת הָאִילָן הידוע. (משכיל לדוד ר' דוד פארדו)

יעצט לויט דער זוהר הק' קען מען פארשטיין א מדרש פליאה וואס שטייט אין מדרש (תנחומא אות ד) אז אין זכות פון תַּחַת הָעֵץ האט דער אויבערשטער געגעבן פאר די קינדער פון אברהם די מצוה פון סוכה, וואס איז אויך פון עֵץ!! קומט דער זוהר און שרייבט דארט צום סוף: ואודע "מהימנותא" לכל בני עלמא, זעהט אז דער בוים איז געווען א צילא דמהימנותא, און עס שטייט אז די סוכה איז אויך צילא דמהינותא – זוהר (ח"ג קג א) ועל דא כתיב כל האזרח בישראל ישבו בסוכות כל מאן דאיהו משרשא וגזעא קדישא דישראל ישבו בסוכות תחות "צילא דמהימנותא" ומאן דליתיה מגזעא ושרשא קדישא דישראל לא ישב בהו ויפיק גרמיה מתחות "צילא דמהימנותא" עכ"ל. דעריבער איז גוט די מדרש אין זכות פון דעם בוים האט מען געגעבן כלל ישראל די מצוה פון סוכה. (בֹשֶׁם מרדכי הר' ראבינאויץ)

און אין ספר חקל יצחק מספינקא אויפן פסוק וְהָשֶׁעֲנוּ תַּחַת הָעֵץ, פרעגט ער א קשיא לויט וואס תוס' (ר"ה דף יא ע"א) ד"ה אלא, זאגט, אז די מלאכים זענען געקומען צו אברהם אין סוכות, אויב אזוי איז שווער פארוואס האט אברהם נישט אריין געברענגט די אורחים אין סוכה און האט זיי נאר געברענגט אונטער א בוים? אבער לויטן זוה"ק איז שיין פארענטפערט, ווייל אברהם האט זיי געברענגט אונטערן בוים כדי צו זעהן ווי ערליך זענען די אורחים, אז מיר האלטן דא קען מען לויט תוס' פארשטיין די מדרש תנחומא דער שייכות פון די עץ צו מצות סוכה, ווייל די מעשה איז געווען אין סוכות, און איז געווען אונטער א בוים, דעריבער איז גוט די שייכות צו מצות סוכה ווייל עס איז געווען אין סוכות. (שמח זבולון תש"פ)

More in this printout

View the whole printout