בין הזמנים תשרי קאמפיין לטובת "קופת רבינו" אין פולן שוואנג בקרב בחורי אנ"ש.
אין די יעצטיגע בין הזמנים טעג איז געלאזט געווארן אין גאנג א העפטיגע קאמפיין לטובת די קופה, ווי בחורי אנ"ש איינגעשפאנט לטובת "קופת רבינו", און גייען ארום שאפן גרויסע סכומים לטובת די הייליגע קופה, ארויסצוהעלפן די חשובע עניי ארץ הקודש אריינצוברענגען דעם יום טוב מיט הרחבת הדעת.
מטעם גבאי הקופה איז געמאלדן געווארן, אז אלס אות הוקרה פאר די חשוב'ע בחורים וואס ברענגען אריין 360$, וועלן זיי האבן די זכיה צו באקומען א "סידור המפורש" וואו עס וועט זיין אריינגעקריצט זייער נאמען און באקומען מידי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. פאר א סכום פון 200$ וועט מען באקומען א הערליכע מתנה. מען קען אריינברענגען דאס געלט ביז דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת בראשית הבעל"ט.
בחורי אנ"ש למען קופת רבינו.