אגב האט דערציילט הרה"ח ר' מאיר שטיין ע"ה ווען ער איז געגאנגען זוכן א אתרוג פאר הרה"ק ר' שלום אליעזר טויזנט מראצפערט זצוק"ל, דער זון פון הייליגן דברי חיים פון צאנז: ווען דער אתרוג סוחר איז אנגעקומען קיין בודאפעסט, מיט זיינע עטליכע שיינע אתרוגים, האט ער באשלאסן אז דער שענסטער אתרוג וועט ער פארקויפן נאר פארן רבין פון ראצפערט. ווען הרה"ק מראצפערט, האט דאס געהערט אז דערסוחרהאט אים געברענגט א שינעם אתרוג, איז ער געפארן קיין בודאפעסט כדי צו קויפן דעם אתרוג, אבער ווען ער איז אנגעקומען אהין, האט דער סוחר געבעטן א הויכע פרייז פון צוועלף טויזנט רייניש, רופט זיך אן הרה"ק מראצפרט צו אים: "יעך געב נישט מער ווי צען טויזנט רייניש!" אבער דער סוחר האט זיך נישט דערשראקן און זיך געהאלטן פעסט מיט זיין פרייז. זעענדיג דאס האט הרה"ק מראצפערט באלד פארלאזט דאס פלאץ, אבער באלד דערנאך זענען אריינגעקומען עטליכע בעלזער חסידים צום סוחר און אים געפרעגט וויפיל ער בעט פאר זיין שענסטן אתרוג? האט ער זיי געענטפערט צוועלף טויזנט רייניש. האבן די חסידים אנגעקוקט דעם אתרוג און גלייך באצאלט די צוועלף טויזנט רייניש און געקויפט דעם אתרוג פאר כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע. ווען הרה"ק מראצפערט, האט דאס געהערט האט ער גלייך געשיקט צוויי שליחים (איינער פון זיי החסיד ר' דוד יהושע גראס ז"ל) צום בעלזא רב זי"ע, און זיי געהייסן זאגן פאר אים, אז דעראתרוג האט א דין פון א 'עני המהפך בחררה ובא אחר ונטלו' (עי' שו"ע חו"מ סי' רלז ס"א). אויב א ארימאן זוכט צו נעמען א קיכל און איינער כאפט אים אויס איז ער א רשע, אבער אזוי ווי די שליחים פון הרה"ק מראצפערט זענען נאר אריין געקומען אין צימער פון בעלזא רב, און נאך איידער זיי האבן עפעס געקענט זאגן, האט דער רב גלייך גענומען דעם אתרוג און דאס געגעבן פאר די שליחים פון הרה"ק מראצפערט, אן זאגן א ווארט. דא האט מען געזען די אפענעם רוח הקודש פון צדיק, וואס באלאנגט נישט צו אים וויל ער נישט! (ספר "שיח זקנים" ח"ה עמ' שג)
More in this printout
- דרוש - ראשון הוא לחשבון עונות - פארוואס ביי סוכותThis article explores the meaning of Sukkos as a time for spiritual accounting and unity, explaining why the mitzvah of Sukkah commemorates the Clouds of Glory
- דרוש לסוכות - דער עץ ביי אברהם מיינט א סוכהדער ארטיקל פארשטייט די קשר צווישן אברהם אבינו'ס הכנסת אורחים און די מצוה פון סוכה, לויט רש"י און זוהר הקדוש, און ווי אזוי די סוכה איז א סימן פון אמונה.
- ווער זאל תשובה טאן?א הערליכע טייטש פונעם הייליגן בארדיטשובער רב זיע"א אויף די ווערטער 'מלך רחמן שתשוב ותרחם עלינו' וואס מען זאגט אין די תפילה פון מוסף שלש רגלים.
- פנינים לסוכותדער ארטיקל "פנינים לסוכות" באשרייבט א מחלוקת צווישן צדיקים איבער די גרעסערקייט פון שבת קעגן סוכה, און פארשפרייט א טיפן בליק אויף די סדר פון אושפיזין לויט אשכנז
- די פראווע פון סוכות איז פאר חשבון עוונותדער ריי"צ נ"ע ברענגט א סיפור פון בעש"ט וועגן א איד וואס האט מקבל געווען באהבה א נסיון מיט זיין אתרוג, און וויאזוי דאס ווייזט די גרויסקייט פון נישט ווערן אין כעס
- פנינים לסוכותעטליכע קורצע פנינים און געדאנקען אויף חג הסוכות, אריינגערעכנט די מעלה פון נישט ווערן אין כעס, די כוונה פון מלך רחמן שתשוב, און די גרויסקייט פון מצות סוכה.
- א ווינקל אין הלכה און מנהגדער ארטיקל באשרייבט די חילוקים אין די נוסחאות פון אושפיזין לויט אריז"ל און אשכנז, און וויאזוי מען לאדענט איין די אושפיזין אין סוכות.
- געהאלפן דעם גרויסע ר' אשר מסטאלין זצוק"ל מיט א סוכה און באקומען אריכות ימיםDiscover the inspiring story of Rebbe Asher of Stolin and a devoted Chassid who risked his health to prepare a Sukkah in harsh conditions. This act of self-sacr
- דורך א אתרוג איז הרה"ק ר' פינחס מקאריץ זצוק"ל מפורסם געווארןא געשיכטע איבער הרה"ק ר' פינחס מקאריץ זצוק"ל, ווי ער איז געווארן באקאנט דורך א נס מיט א אתרוג אין א שווערן יאר, און ווי ער האט געהאט אמונה אין זיינע רייד.
- געראטעוועט דעם אתרוג מיט א פעטשלאן אינטערעסאנטע מעשה וויאזוי רבי יוסל חריף האט געראטעוועט דעם אתרוג פונעם חוזה מלובלין דורך א פלפול אין גמרא מיטן רב פון שטאט, דער אייזערנער קאפ.