הגה"צ ר' שמעון זעליכאווער זצוק"ל דער נהרי אש און משגיח אין ישיבת חכמי לובלין, האט מקפיד געווען צו האבן אורחים ביים סדר אזוי ווי עס שטייט ושמחת בחגיך והגר והיתום והאלמנה, איין יאר האט ער געהאט א בחור א יתום און א אלמנה און אויך א עלטערער איד ביים סדר, ר' שמעון האט אין מיטן סדר באמערקט אז דער זקן האט בכלל נישט קיין ציינער און ער וועט נישט קענען עסן די מצה. פארן זיך גיין וואשן האט ר' שמעון געזאגט פארן זקן אז ער מוז ווייקן די מצה און עס וועט ווערן געבראקס און ווייך! דער זקן ווערט אים שלעכט אבער ר' שמעון זאגט אים אז עס וועט זיין א סכנה פאר אים און געבראק'ס איז א חומרא פון בעש"ט און זיינע תלמידים, אבער נאר דער וואס קען דאס אויספירן, אבער דער זקן האט נישט געהאט קיין חשק ביז ר' שמעון האט אים געזאגט קלאר אויב איר האט מורא פון עסן געבראקס בין איך גרייט מיט צועסן מיט אייך, און דער איד האט געזען אז ר' שמעון מיינט דאס ערנסט און האט געגעסן די מצה געבראקס. האט הרה"ח ר' אליעזר דוד פרידמאן שליט"א צוגעלייגט אז ביים גאון ר' חיים עוזר מווילנא זצ"ל איז אנגעקומען אין מיטן סוכות א חשובער אורח און ר' חיים עוזר האט זיך נישט געשפירט גוט און איז געבליבן אין שטוב אלץ מצטער פטור מן הסוכה, אבער מען האט אנגעגרייט א סעודה פארן אורח און ער וואשט זיך אין סוכה און ר' חיי עוזר קומט אראפ אין סוכה מיט א דיקע מאנטל זיך אנצו-ווארעמען, און ווען דער אורח פרעגט, איר זענט דאך פטור פון סוכה! האט ר' חיים עוזר געענטפערט: אבער פון הכנסת אורחים בין איך נישט פטור, און וואס פארא א טעם איז ברענגען א אורח און אים לאזן עסן אליין! זיי האבן געלעבט אין א אמת'ע חשבון זיע"א.
More in this printout
- דרוש - ראשון הוא לחשבון עונות - פארוואס ביי סוכותThis article explores the meaning of Sukkos as a time for spiritual accounting and unity, explaining why the mitzvah of Sukkah commemorates the Clouds of Glory
- דרוש לסוכות - דער עץ ביי אברהם מיינט א סוכהדער ארטיקל פארשטייט די קשר צווישן אברהם אבינו'ס הכנסת אורחים און די מצוה פון סוכה, לויט רש"י און זוהר הקדוש, און ווי אזוי די סוכה איז א סימן פון אמונה.
- ווער זאל תשובה טאן?א הערליכע טייטש פונעם הייליגן בארדיטשובער רב זיע"א אויף די ווערטער 'מלך רחמן שתשוב ותרחם עלינו' וואס מען זאגט אין די תפילה פון מוסף שלש רגלים.
- פנינים לסוכותדער ארטיקל "פנינים לסוכות" באשרייבט א מחלוקת צווישן צדיקים איבער די גרעסערקייט פון שבת קעגן סוכה, און פארשפרייט א טיפן בליק אויף די סדר פון אושפיזין לויט אשכנז
- די פראווע פון סוכות איז פאר חשבון עוונותדער ריי"צ נ"ע ברענגט א סיפור פון בעש"ט וועגן א איד וואס האט מקבל געווען באהבה א נסיון מיט זיין אתרוג, און וויאזוי דאס ווייזט די גרויסקייט פון נישט ווערן אין כעס
- פנינים לסוכותעטליכע קורצע פנינים און געדאנקען אויף חג הסוכות, אריינגערעכנט די מעלה פון נישט ווערן אין כעס, די כוונה פון מלך רחמן שתשוב, און די גרויסקייט פון מצות סוכה.
- א ווינקל אין הלכה און מנהגדער ארטיקל באשרייבט די חילוקים אין די נוסחאות פון אושפיזין לויט אריז"ל און אשכנז, און וויאזוי מען לאדענט איין די אושפיזין אין סוכות.
- געהאלפן דעם גרויסע ר' אשר מסטאלין זצוק"ל מיט א סוכה און באקומען אריכות ימיםDiscover the inspiring story of Rebbe Asher of Stolin and a devoted Chassid who risked his health to prepare a Sukkah in harsh conditions. This act of self-sacr
- דורך א אתרוג איז הרה"ק ר' פינחס מקאריץ זצוק"ל מפורסם געווארןא געשיכטע איבער הרה"ק ר' פינחס מקאריץ זצוק"ל, ווי ער איז געווארן באקאנט דורך א נס מיט א אתרוג אין א שווערן יאר, און ווי ער האט געהאט אמונה אין זיינע רייד.
- געראטעוועט דעם אתרוג מיט א פעטשלאן אינטערעסאנטע מעשה וויאזוי רבי יוסל חריף האט געראטעוועט דעם אתרוג פונעם חוזה מלובלין דורך א פלפול אין גמרא מיטן רב פון שטאט, דער אייזערנער קאפ.