Skip to content
פרדס יהודה

דער הייליגער מהר"י פון בעלזא זיע"א האט דערהויבן א נשמה גאר הויך און ער איז גלייך אריין אין גן עדן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער הייליגער מהר"י פון בעלזא זיע"א האט דערהויבן א נשמה גאר הויך און ער איז גלייך אריין אין גן עדן

אין אונגארן האט א איד געהאט א שענק פון בראנפן ער איז געווען א עושר אבער א רשע און א מחלל שבת, ער האט געהאט גוטע בראנפן און חסידים פלעגן זיך דארט אפשטעלן ביי זייערע נסיעות צו זייערע צדיקים, און דער שענקער האט געמאכט ליצנות פון די צדיקים, איינמאל איז געווען ביי אים א קבוצה פון בעלזא חסידים פון מיטעלע רבי מהר"י זצוק"ל און זיי האבן געשועסט וועגן די גרויסקייט פון זייער רבי הרה"צ ר' יהושע דער מהר"י זצוק"ל און דער שענקער האט געמאכט ליצנות פון זייער רבי האבן זיי אים געזאגט ער זאל אויפהערן מאכן ליצנות ווייל ער וועט באקומען א שטראף און ער האט געזאגט ער האט נישט מורא פון רבי'ס און האט געמאכט נאך מער שטארקע ליצנות. ווען פלוצלינג איז דער שענקער געווארן געלעמט אויף זיין גוף, און עס איז געווארן א רעש אין שטאט אז דער שענקער האט באקומען א עונש ווייל ער האט געמאכט ליצנות פון הייליגן בעלזא רב. די דאקטוירים האבן פרובירט עפעס צו העלפן אבער זיי האבן גארנישט געקענט העלפן, דער שענקער האט געהאט א ברודער וואס איז געווען א חסידישע איד און האט גענומען זיין ברודער דעם שענקער צום בעלזא רב, האט דער בעלזא רב געזאגט אויף מיין כבוד בין איך מוחל און איך וויל נישט אז חלילה זאל א איד ווערן געשראפט צוליב מיר, אבער איך ווייס נישט צו דער אויבערשטער איז אים מוחל? דער שענקער האט אויסגעבראכן אין א געוויין און געזאגט: רבי איך וויל תשובה טאן איך וועל מער נישט רעדן אויף צדיקים! האט דער רבי געזאגט אז זיי זאל קומען אויף ראש השנה און ער וועט זיי קענען דעמאלטס העלפן, ערב ראש השנה זענען ביידע ברידער אריין צום בעלזא רב. דער שענקער האט געוויינט פארן רבין ער זאל אים אויסהיילן, האט דער רבי האט געזאגט אז אויב ער וועט מקבל זיין צו זיין א אמת'ע עהרליכע איד און בעטן מחילה פון אויבערשטן אין ר"ה, וועט אים דער אויבערשטער מוחל זיין און וועט ווערן געזונט. דער איד האט אלעס געפאלגט און איז געבליבן אין בעלזא ביז נאך יום כיפור און איז גלייך מוצאי יו"כ איז ער געווארן אינגאנצן געזונט.

נאך יו"כ האט אים דער רבי געהיייסן אהיים פארן און ער האט זיך איגאנצן איבערגעדרייט און געווארן א מהדר במצוות און געווארן א גרויסער בעל צדקה. סוכות האט ער געקויפט א שיינעם אתרוג און געבויט א גרויסער סוכה און האט מקיים געווען די מצוה פון הכנסת אורחים און טאן א חסד מיט מזכה זיין אידן מיטן שיינע אתרוג. ער האט אויך געדונגען א מלמד וואס האט אים שנעל אלעס אויסגעלערנט און אנגעקומען דער פיש סוחר און האט מיט געברענגט דעם אתרוג און דאס איבערגעגעבן אין האנט פון צדיק זאגענדיג אז ער האט באמת געוואלט מהנה זיין דער צדיק מיט פיש און אויך מיט א שיינעם אתרוג.

און ביז א קורצע צייט איז דער שענקער געווארן א יודע ספר. ער פלעגט פארן אלע ראש חודש קיין בעלזא און געבליבן אויף סעודת ר"ח. איין חודש האט דער רבי אים אריינגערופן נאכן סעודה און אים אויסגעפרעגט אויף זיין הנהגה און דער רבי האט געפעלן זיין עבודה און צום סוף האט דער רבי געזאגט ביזט א אמת'ע בעל תשובה און במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, דוא ביזט יעצט אין א העכערע מדריגה פון צדיקים. האט אים דער שענקער געזאגט אז אויב ער שטייט שוין אין אזא הויכע מדריגה, בעט ער דער רבי אז ער וויל זוכה זיין צו זען מלך המשיח, האט אים דער רבי געזאגט אז אין עפעס א וואלד ביים גרעניץ פון אונגארן איז ביים עק פון וואלד איז דא א הויז וואס דארט וואוינט דער מלך המשיח. דער איד איז דארטן געגאנגען און געזען די שטוב איז טונקעל און א פרוי קאכט קארטאפל און די רויך פילט אן די הויז, און ער האט געקלאפט אויפן טיר און די פרוי פרעגט וואס ער דארף ? האט דער איד געזאגט ער וויל זיך טרעפן מיט איר מאן ווייל ער וויל ער זאל קומען ארבעטן ביים אים און פירן די חשבונות, האט זי געזאגט מיין מאן קען נישט שרייבן און אפילו נישט רעכענען און ווי קענסטו אים נעמען ארבעטן? אבער ער האט איר איינגעבעטן אזהער וויל אים זען, האט זי געזאגט אז ער קומט אהיים נאך מעריב. ער האט געווארט ביז נאך מעריב און איז צוריק אהין און געזען ווי א איד זיצט אריינגעטאן אין א ספר און ער האט געקלאפט אויפן טיר און מען האט אים אריינגעלאזט און ווען דער בעל הבית האט אים געפרעגט ווער האט אים געשיקט צו אים? און ווען ער האט געענטפערט אז דער בעלזא רב האט אים געשיקט איז געשען א פלא אז דער איד מיטן הויז איז פארשוואונדן געווארן. ווען ער איז אנגעקומען צוריק קיין בעלזא האט דער רבי געזאגט אז דו האסט א גרויסע זכות אז דו האסט זוכה געווען צו זען דער מלך המשיח. דער איד האט זיך נישט אפגעשטאלט אין זיין מדריגות נאר געשטיגן אין עבודה און יראת שמים.

איין יאר איז געווען א שווערע ווינטער מיט גרויסע שניי און ער געקומען קיין בעלזא אויף חנוכה און דער רב האט אים געהייסן שוין אהיים פארן האט ער געבעטן תחנונים אז ער האט געמאכט אזא לאנגע און א שווערע נסיעה פאר גארנישט! און אפילו נישט הערן די ברכות פון רבין איינמאל? און דער רבי זאגט גוט די ערשטע נאכט קענסטו נאך בלייבן אבער זאגט אים שטרענג אז ער מוז שוין גלייך דערנאך אהיים פארן! און האט זיך געזעגנט פון רבין. ווען ער איז אהיימגעקומען איז ער

More in this printout

View the whole printout