איין יאר האט זיך געמאכט א מאנגעל פון שיינע אתרוגים און אלע אתרוגים וואס מען האט געברענגט פארן הייליגן דברי חיים מצאנז זצוק"ל האט אים נישט געפעלן, זענען געגאנגען די גבאים און גענומען צוויי חשובע שלוחים און זיי געבעטן פארן אין די גרעסערע שטעט און אפזוכן פארן רבין נאר א שיינעם אתרוג. מען האט מיט געגעבן א גרויסע סכום געלט און געזאגט אז זיי וועלן עפעס טרעפן, דער אויבערשטער האט זיי גלייך צו געשיקט א סוחר מהודר'דיגן אתרוג. מען האט געבעטן א הון רב פארן אתרוג און זיי האבן זיך נישט געדונגען און געפריידט אז זיי האבן א שיינעם אתרוג פארן דברי חיים.
אויפן וועג אהיים האבן זיי זיך אפגעשטעלט ביי א דארפס איד וואס האט געהאנדלט מיט לעבעדיגע פיש און איז געווען א גרויסער עושר און אים דערציילט וועגן די שיינע אתרוג וואס זיי האבן געקויפט פארן צאנזער רב, און ווען די שלוחים האבן דערזען די פיש האבן זיי זיך דערמאנט אז אין צאנז איז דעמאלטס נישט געווען קיין פיש און מען האט געזוכט עפעס געזאלצענע הערינג פאר די סעודות יו"ט. דעריבער האבן די שלוחים געבעטן אויב זיי קענען קויפן אפאר לעבעדיגע פיש און אויך מתנה זיין דעם רבין מיט פיש אויף יו"ט, אבער דער איד ענטפערט אז יעצט איז דא ווייניג פיש און ער קען זיי נישט פארקויפן.
זיי האבן אים שטארק איינגעבעטן און פארגעלייגט א גרויסע סכום געלט אבער ער האט געענטפערט אים פעלט נישט קיין געלט נאר אויב זיי ווילן האט ער נאר א גרויסע לעבעדיגע פיש וואס וועט זיין גענוג פאר גאנץ יו"ט און ער וועט דאס זיי געבן אנשטאט דעם אתרוג, די שלוחים האבן געמאכט א חשבון אז דעם ערשטן טאג סוכות איז סיי ווי שבת, און פיש אויף יו"ט איז א גרויסע חשיבות און זיי האבן מסכים געווען צום געשעפט. זיי האבן געלייגט דער לעבעדיגער פיש אין א גרויסער פאס מיט וואסער און אהיים געפארן.
ווען די שלוחים זענען אנגעקומען קיין צאנז זענען אנטקעגן געגאנגען די גבאים און די חסידים ווילנדיג זען דעם שיינעם אתרוג פארן רבין אבער די שלוחים האבן זיי געזאגט די בשורה טובה פון דעם גרויסן פיש וואס זיי האבן געטוישט פארן אתרוג די גבאים זענען געווארן אין א כעס אויף זיי, אזא שטות! בייטן א שיינעם אתרוג פאר א פיש! די שלוחים זענען געווארן פארשעמט און פון רוב בושה זענען זיי אוועק געפארן אין א נאנטן דארף, איבערלאזנדיג די פיש אין צאנז, און האבן דארטן פארבליבן אויף יו"ט.
דערווייל האט מען אויפגעכאפט דעם גרויסן פיש און מען האט מחליט געווען אז מען וועט נישט דערציילן פארן רבין וואס עס איז דא פארגעקומען, אלעס איז געווען אפן פארן הייליגער צדיק און אלעס געזען, צום וואונדער פון די גבאים, ווען זיי האבן דערלאנגט דעם פיש פארן רבין ביי די סעודה פון ליל שבת קודש האט זיך דער צאנזער רב אנגערופן "א דאנק פאר די געטרייע שלוחים וואס האבן געהאט די פארשטאנד אז ווייל דער יאר איז דאך דער ערשטער טאג יו"ט אין שבת, האבן זיי פארשטאנען די גרויסע חשיבות פון האבן פרישע פיש אויף סעודת יו"ט. ממילא א אתרוג דעם יאר איז נאר א דרבנן אבער פיש האט צוויי מצוות: ושמחת בחגך און וקראת לשבת עונג".
דער רבי האט גענומען א גרויסע שטיקל פיש און געהייסן די גבאים דאס אוועקלייגן און מוצאי שב"ק מזמן זיין די צוויי שלוחים און דאס געבן און זיי איבערבעטן. מוצש"ק זענען זיי געפארן אין דארף און געגעבן די שירים פאר די שלוחים און האבן זיי איבער געבעטן און די שלוחים זענען גאנגען קיין צאנז מיט גרויס פרייד. דערווייל איז די שמחה געווארן גאר גרויס ווען אינמיטן די נאכט פון מוצאי יו"ט איז אנגעקומען דער פיש סוחר און האט מיט געברענגט דעם אתרוג און דאס איבערגעגעבן אין האנט פון צדיק זאגנדיג אז ער האט באמת געוואלט מתנה זיין דער צדיק מיט פיש און אויך מיט א שיינעם אתרוג.