Skip to content
פרדס יהודה

די ערבות האבן געקאסט א פארמעגן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרה"צ ר' משה מלעלוב זצוק"ל ווען ער איז געפארן אויפן שיף קיין א"י האט ער געוואוסט אז ער וועט מוזן זיין אין ים במשך חודש תשרי, ממילא האט ער מיט גענומען ברעטער פאר א סוכה און אויך די ד' מינים, ער האט גוט אכטונג געגעבן אויף די מינים אז זיי זאלן זיין פריש און זיי געלייגט אין וואסער און גוט איינגעפאקט. עס איז געווארן נאנט צו סוכות און ר' משה באקוקט די מינים און זעט אז זיי זענען נאך פריש אבער די ערבות זענען שוין אויסגעטרוקנט און מען קען נישט מאכן א ברכה אויף דעם. ר' משה גייט צום שיף'ס קאפיטאן און בעט אים אויב ער קען אפשטעלן די שיף לעבן א אינזל וואו ער וועט זיכער דארטן טרעפן פרישע ערבות. דער קאפיטאן וויל נישט הערן פון דעם! אבער ווען ר' משה האט אים פארגעלייגט א גרויסע סכום געלט, האט ער מסכים געווען און זיי האבן זיך אפגעשטעלט א קורצע צייט ביים אינזל און ר' משה האט בס"ד גלייך געטראפן ערבות און זיי האבן געפארן ווייטער, זיין שמחה איז געווען גרויס, און בפרט אז עס האט אים געקאסט אסאך געלט מקיים זיין דעם מצוה, יענער יאר איז געווען ביי ר' משה א דערהויבענע צייט ביים שאקלן די ד' מינים און געגעבן א שבח והודאה אז ער האט געקענט טרעפן אינמיטן ים די שיינע ערבות, זיע"א.

More in this printout

View the whole printout