Skip to content
פרדס יהודה

נעם דיר א מתנה וואס יוסף הצדיק האט געברענגט..

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ווען דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע האט געוואלט בויען זיין הייליגע שוהל אין שטאט בעלזא, האט ער געטראפן א פלאץ אבער דאס האט באלאנגט צום מושל וואס איז געווען א שונא ישראל, אבער זיין איידעם האט שטארק געשעצטדעם רב און אויך נישט ליב געהאט זיין שווער און ער האט אפגעקויפט פון זיין שווער דאס פלאץ, און מודיע געווען פארן רב, און דער רב האט אים געבענטשט אז ער זאל שטייגן הויך אין זיין אמט, און אין א קורצע צייט איז דער איידעם געווארן דער מושל פון שטאט, אבער ביז מען האט געשאפט די געלט פארן פלאץ האט מען זיך דערוואוסט אז די פלאץ האט באלאנגט דערווייל האט מען זיך דערוואוסט אז צום מושל האט נאר באלאנגט א האלבע טייל און די אנדערע טייל האט באלאגט צו צוויי שותפים, א איד מיט א גוי, מען פריערט פארהאנדלט מיטן גוי, וואס האט גלייך מסכים געווען צו פארקויפן זיין חלק, אבער דער איד האט זיך פארעקשנט און נישט געוואלט פארקויפן זיין חלק, און הערנדיג אז דער גוי וויל יא פארקויפן זיין חלק האט ער דאס גלייך אפגעקויפט פון גוי, און ער איז געווארן דער אייגענטומער פון זייער חלק, ווען מען איז געקומען בעטן דער איד צו פארקויפן זיין האלב האט ער נישט געוואלט, אבער ווען האט אים אנפלעקט אז מען דארף דאס פאר דעם בעלזא רב צו בויען זיין הייליגע שוהל, האט ער מסכים געווען אבער בתנאי, אז דער שר שלום זאל אים צוזאגן עשירות און גוטע קינדער, אבער דער שר שלום האט נישט געוואלט מסכים זיין צו דעם תנאי, און דער איד האט נישט נאכגעגעבן, און דעם חלק איז געבליבן ביי אים.עטליכע יאהר שפעטער, איז דער איד געקומען אין די סוכה ווען דער שר שלום האט געפירט טיש לכבוד די אושפיזא פון יוסף הצדיק און געטיילט פאר יעדן "פרנסה ברויט", דער איד איז אויך געשטאנען אין די שורה צו נעמען פון די "שווארצע ברויט", אבער פאר ער האט אים געגעבן די ברויט האט אים דער רב געזאגט: עס שטייט (מקץ מ"ב ו) וְיוֹסֵף הוּא הַשַׁלִיט עַל הָאָרֶץ הוּא הַמַשְׁבִיר לְכָל עַם הָאָרֶץ, אויב מיינסטו אז דאס איז נאר געווען דעמאלט אין יענע יארן, זאלסטו וויסן, אז די תורה דערציילט אונז אז יוסף הצדיק האט משפיע געווען פרנסה און שפע, האט זיך דאס נישט אויפגעהערט, נאר יעדן יאר, ווען די אושפיזין קומען אין די סוכה פון יעדן איד, קומען זיי נישט מיט ליידיגע הענט נאר זיי ברענגען מיט זיך מתנות, אברהם ברענגט חסד, יצחק ברענגט גבורה און אזוי יעדער אויף זיין דרך, און יוסף הצדיק ברענגט פרנסה פאר כלל ישראל, און דער שר שלום האט אים געגעבן א שטיקל "שווארצע ברויט" און אויסגעפירט, "נעם דיר א מתנה וואס יוסף הצדיק האט געברענגט און פון דעם וועסטו האבן שיינע פרנסה"! דער איד האט פארשטאנען אז ער האט יעצט באקומען א ברכה פאר עשירות אויף זיין גאנצן לעבן, האט ער באלד מסכים געווען צו פארקויפן זייןחלק פארן רב, אין דעם קומענדיגע חנוכה האט דער איד אפגעקויפט אלע תבואה פעלדער אין די ווייטע שטעט ארום בעלזא, און די גאנצע תבואה וואס איז געוואקסן אין די פעלדער פון לעמבערג, זלאטשוב, און ארום, אזוי איז דער איד רייך געווארן פון די ברכה פון שר שלום, און ער האט אליין געלאזט קאסטן מיט גאר גרויסע געלטער פארן אויפבוי פון די הייליגע בעלזער שוהל. (יחיד בדורו – מועדי קדשיך)

More in this printout

View the whole printout