Skip to content
הבדלה בליצן - אידיש

אייגענע עקספיריענס: אן אינערליכע געראנגל

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

י זון שטראלן וואס האבן אריינגעשיינט דורך די שפאלטענעס פונעם פירהאנג אויפן פענסטער, האבן מיך ארויסגעשלעפט ווי פון א טיפן שלאף. נאר יעצט האב איך אנגעהויבן פילן אזא מאדנע פאראליזירטע ווייטאג אין אלע מיינע ביינער, ליגנדיג אין אן איינגעצויגענע פאזיציע, שוין איבער זעקס שעה!..

וואס גייט פאר מיט מיר??!

איך האב מער נישט בעלות אויף מיך אליינס.. מיינע הענט טוהן זאכן אן פרעגן רשות פונעם מח. מיינע אויגן קוקן זאכן אן זיך רעכענען וויאזוי מיין הארץ וועט פילן דערוועגן.

עס איז מיר ביטער. איך בין געבינדן צום צויבער וואס לאזט מיר איבער א צו'חוש'טע.. איך האב געמיינט אז איך וועל פילן באפרייט, אויפגעקלערט און קלוג. אבער, ניין.. איך בין געבליבן מיט א גרויסע גארנישט. נישט נאר נישט באקומען, נאר פארלוירן אלעס וואס איך האב נאך יא פארמאגט.

איך דריי זיך ארום ווי א לעבעדיגע טויטער. ווי א גוף אן א נשמה.. איך פיל נישט קיין שום טעם אין מיין לעבן, איך וואלט שוין לאנג נישט געוואלט עקזיסטירן.. איך האב אבער מורא וואס עס קומט נאכדעם, אזא שמוציגע נשמה ווי מיר האט זיכער נישט קיין פלאץ אין גן עדן. איך האב נישט די וועלט און נישט יענע וועלט.

עס איז יעצט צוואנציג נאך זיבן צופרי, איך האב פונקטליך איינס און א האלב שעה צו שלאפן, נאכדעם דארף איך גיין ארבעטן. ווער קען בכלל טראכטן פון ארבעט יעצט? מיין קאפ שווינדלט.. מיין מח איז פארנעפלט.

מיינע מחשבות וואנדערן צוריק צו די צייט פאר די גאנצע איבערקערעניש, ווען איך בין געווען די אמאליגע תמימות'דיגע נשמה. איך קען נישט גלייבן אז עס איז געווען בלויז מיט אפאר וואכן צוריק.

א א א

וואס איך האב געטוהן מיט אים..

"איך ניץ עס נאר לתועלת.." האב איך איבערגע'חזר'ט אין מיין מח די גאנצע צייט.

דאסמאל איז עס טאקע נאר געווען פאר די ארבעט, ווייל עס איז געווען בייטאג און מיינע געשוויסטער האבן יעדע מינוט געקענט אריינקומען אין מיין צימער. איך האב עס פארשטעקט אינטער מיין קישן, ווייל איך וויל שפעטער סתם באטראכטן וויאזוי עס ארבעט..

עס איז געווען מיין ערשטע טעות, צו א רייע שרעקליכע טעותים..

עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט. צוויי אזייגער. איך האב זיך אויפגעזעצט אין מיין בעט. עס איז שטיל אין הויז, יעדער שלאפט. אויף די שפיץ פון מיינע פינגערס, האב איך מיט שטייטע פארזיכטיגע טריט, זיך געריקט צו מיין שוועסטער רחל'עס בעט. נאר צו מאכן זיכער אז זי שלאפט טאקע.

יא, זי איז טיף פארזינקען אין איר זיבעטן חלום. אויף איר פנים איז אויסגעגאסן אזא מין רואיגקייט, פאר א פערטל סקונדע האב איך געפילט א שטיקעלע קנאה צו איר.. זי איז אלעמאל געווען די וואוילע נשמה און איך.. איך בין פון אייביג אן געווען די טאכטער וואס פרובירט זיך אהערצושטעלן אביסל.. און איך האב שנעל פארשטיפט די געפילן טיף אריין אין מיין הארץ.

"מען קען מיינען, אז איך גיי טוהן עפעס נישט אויסגעהאלטן יעצט.. עס איז סייווי כשר" איך האב פרובירט צו פארשטיקן דאס שטילע ווארענונגס שטימע, וואס האט זיך געבעטן ביי מיר עס נישט צו טוהן.

איך האב ארויסגעשלעפט די טעבלעט פון אינטער מיין קושן מיט ציטערדיגע הענט. פארוואס בין איך אזוי פארציטערט? איך מעג טוהן וואס איך וויל!

דעמאלס פארוואס מוז עס געשעהן טיף אינמיטן די נאכט ווען קיינער זעהט נישט?.. הא

מיין שטארקע נייגער האט איבערגעוואויגן.. איך האב ארויפגעצויגן מיין דאכענע ביז איבער מיין קאפ און אנגעצינדן די כלי. איך לייג אריין די פעסווארד און עס עפנט זיך אויף. איך האב פרובירט זיך ארומצושפילן אביסל טרעפן די לעכער אין די סיסטעם.. עס איז אוודאי נישט געגאנגען.

נאך צוויי שעה זיך ארומשפילן און גארנישט טרעפן האב איך עס שנעל אוועקגעלייגט.

זעהסט עס איז גארנישט געשעהן.. איך האב זיך אביסל געשעמט פון מיך אליינס. שוין, דאס איז געווען דאס ערשטע און לעצטע מאל וואס איך האב עס געטוהן. מער נישט!

מיט א פעסטע החלטה, אז איך וועל עס טאקע מער קיינמאל נישט טוהן, האב איך עס פארפאקט און זיך שנעל געלייגט שלאפן, פאר עס ווערט ליכטיג..

א א א

עס איז געווען מאנטאג נאכמיטאג, ווען איך האב באקומען די טעלעפאן רוף.

"איך רעד צו לאה רייזי?"

"לא.."

"אלעס איז מסודר, קענסט קומען אויפפיקן די טעבלעט. עס האט אנווייזונגען וויאזוי עס צו ניצן. קענסט זיין רואיג, עס איז אינגאנצן כשר.."

איך האב אראפגעלייגט די סעלפאן מיט א רואיגע געפיל.

איך גיי אנהייבן ארויסצונעמען א נישט געזונטע קינד דריי מאל א וואך און ווערן באצאלט דורכ'ן אריינלייגן די שעות אינעם טעבלעט. איך האב נישט געזעהן קיין שום פראבלעם דערין. אלעס ארבעט היינט אויף די וועג און אפילו מיינע עלטערן פארשטייען אז עס איז אינגאנצן אויסגעהאלטן.

עס איז אריבער א וואך, דערנאך נאך איינס און מיין נייגער האט זיך געשטארקט.

איך האב נישט גע'חלומ'ט אין מיין וויסטן חלום אז איך, לאה רייזי גאלדמאן, פון אזא חשובע אפגעהיטענע שטוב וועט אמאל אנקומען צו אזא מצב.

די זיסע אינגל איז שוין אהיים און איך האב געדארפט אריינשרייבן אלעס

די נעקסטע טאג אין ארבעט בין איך געווען אזוי מיד. איך האב געגעניצט יעדע צוויי מינוט און קוים געקענט זיך קאנצעטרירן.. ווען איך בין אהיימגעקומען בין איך אריינגעפאלן אין בעט, שוואכערהייט. אלע מיינע גלידער האבן זיך געבעטן צו רוען.

עס קען זיין אז מיין מאמע האט זיך אביסל געוואונדערט פארוואס איך בין אזוי אויסגעמוטשעט, אבער זי האט גארנישט געזאגט.

ווי נאר עס איז געווארן טונקל און מען האט זיך אנגעהויבן לייגן שלאפן, האט זיך דער אינערליכע מלחמה צוריק אנגעהויבן. די מורא'דיגע רייץ אויסצושפילן די סיסטעם האט זיך צוריק ערוועקט.. די תאוה האט געפלאקערט אין מיין הארץ, איך האב זיך נישט געקענט קאנטראלירן.. און אזוי נישט ווילנדיג האב איך זיך געטראפן ליגן אינטער מיין דאכענע, מיט די כלי אין מיינע הענט.

דאסמאל האב איך שוין געוואוסט וואס איך האב נעכטן פרובירט, איך בין שוין געווען מער באהאווענט.. נאכ'ן זיך ארומשפילן פאר כמעט דריי שעה, האט זיך עס געעפנט!

איך האב עס נישט געקענט גלייבן..

די סימבאל וואס האט געוויזן אז עס איז כשר, האט מיר געלאכט אין פנים.. איך בין געווען ערשטוינט פון מיר אליינס.. איך בין שנעל צוריק ארויס פון די סיסטעם און נאכאמאל אנגעהויבן פון אנהויב. יא, עס איז דא א וועג אנצוקומען צו אלעם.. איך האב געדארפט אריינלייגן בערך פינף פעסווארדס און אפאר אימעילס.. עס נעמט גאנץ לאנג אנצוקומען אויף די פארדרייטע וועג, אבער עס איז דא א וועג.

מיין הארץ האט געבאכעט.. עס קען נישט זיין.. וויאזוי הייסט עס אזא כשר'ע כלי, ווען אין צוויי נעכט קען איך אויסגעפינען וויאזוי עס צו איבערקליגן?

א זיסע געפיל פון הנאה האט זיך פארשפרייט אין מיינע גלידער, עס האט איבערגעשטיגן אלע ווארענונגס רופן פון מיין נשמה. איך האב זיך געפילט מעכטיג און קלוג! איך בין קלוגער פון זיי אלע.. וואס האבן זיי געטראכט אז עס וועט זיין א לאך אין די סיסטעם און לאה רייזי וועט עס נישט טרעפן?

איך האב זיך ביטער צושמייכלט..

איך האב עס אבער שנעל אוועקגעלייגט. איך בין דאך אן ערליכע מיידל. טאקע קלוג און געריבן, און דערפאר האב איך עס געוואלט אויסגעפינען, אבער דאך פול מיט יראת שמים. איך וועל ח"ו נישט קוקן ווי מען טאר נישט.

און ווידעראמאל האב איך פארשטעקט דאס ציענדע כלי און מיט א פעסטקייט זיך צוגעזאגט אז די שפיל איז עענדיגט.

מער וועל איך נישט אוועקגעבן מיין נאכט דערפאר..

א א א

געוואוסט אז עס עקזיסטירט..

מיין מח האט זיך געעפנט און אין די זעלבע צייט האט זיך מיין הארץ פארמאכט.

מיינע אלע שאיפות און רצונות זענען פלוצלונג געשטאנען אינטער א גרויסע פראגע צייכן.. מיין תמימות האט אין אפאר שעה אויסגעוועפט, ווי זי וואלט קיינמאל דא געווען..

און איך האב זיך נאך איינגערעדט אז איך קען זיך קאנטרילירן, איך וועל נישט זיין ווי די אלע מיידלעך וואס פאלן פאר די נסיונות פון טעכנאלאגיע.. די מציאות האט מיך געפאטשט אין פנים..

א שטימע פון מיין שוועסטער'ס בעט האט מיך געמאכט אויפשפרינגען. מיין הארץ איז שיעור ארויסגעפאלן פון שרעק, זי טאר מיך נישט כאפן ביי די מעשה.

זי וועט אלעס גלייך פארציילן פאר מאמי און דעמאלס בין איך פארפאלן..

אה, אירע אויגן זענען פארמאכט.. זי האט פשוט גערעדט פון שלאף..

איך האב שנעל פארלאשן די טעבלעט און עס אריינגעשטיפט אינטער מיין קישן. איך האב זיך שוין געשעמט פון מיך אליינס זיך נאכאמאל איינצורעדן אז איך וועל עס מער נישט טוהן. איך זעה שוין וויפיל מאל איך בין דורכגעפאלן.. אבער, ניין! דאסמאל מיין איך עס אמת'דיג.

איך בין געווען פארעקלט פון זיך אליינס. די זאכן וואס איך האב געזעהן זענען געווען שמוציגער פון שמוציג.. עס האט מיך געאיבלט.. עס איז געווען די לעצטע מאל!

איך זאג דיר צו באשעפער.. איך גיי זיך האלטן שטארק..

איך האב אבער נישט געוואוסט אז איך בין שוין לאנג פארבינדן אין די קייטן פון די אינטערנעט, און פון דעם איז כמעט אוממעגליך זיך ארויסצוזעהן אן דרויסנדיגע הילף.

א א א

די קומענדיגע פאר טעג איז געווען פאר מיך ווי א גיהנום אויף די וועלט. אלע בילדער וואס איך האב געזעהן יענע נאכט זענען מיך געשפרינגען פארנט פון מיינע אויגן.. איך בין נישט געווען ביי זיך.. אויף אזוי ווייט אז מיין מאמע האט זיך שוין אנגעהויבן צו דערשרעקן.

איך האב אבער גארנישט געקענט טוהן. מיין מח איז געווען ארומגענומען ווי מיט א וואלקן.. אלעס איז געווען אזוי ווייט און נישט קלאר. איך האב זיך געפילט אפגעטיילט פון די וועלט.

איך האב אבער געהאלטן ווארט, און איך האב זיך טאקע איינגעהאלטן און אין די לעצטע פאר נעכט האב איך נישט צוגערירט דערצו. איך האב אבער נישט געפילט די זיסע געפיל וואס איך וואלט געדארפט פילן נאכן טוהן די ריכטיגע זאך, עס האט מיך זייער וויי געטוהן..

נאך כמעט א גאנצע וואך זיך איינהאלטן און דורכלעבן דאס אוממעגליכע איז עס נאכאמאל געשעהן...

דאסמאל בין איך אבער אויפגעבליבן א גאנצע נאכט צוגעקלעפט צום כלי. איך בין געווען צושוידערט פון וואס איך האב זיך אנגעזעהן.. איך האב געזעהן דאס ערגסטע ממש...

יעצט בין איך שוין געווען קלאר איבערצייגט אז איך בין צו שוואך. איך האב נישט די כוחות זיך צו שטארקן אליינס.. נאכדערצו ווען איך מוז דריי מאל א וואך זיך באניצן מיט די פארשאלטענע כלי, פון דער ארבעט.. איך בלייב פארבינדן דערצו.

וואס טוה איך??

די קומענדיגע טאג איז געווען יסורים. איך האב זיך ארומגעדרייט אן א קאפ..

איך בין נישט געווען ביי זיך. עכט נישט ביי זיך, אויף אזוי ווייט, אז איך האב זיך געדארפט פארענטפערן פאר יעדעם אז איך פיל נישט גוט.. נאך לאנטש האב איך געבעטן רשות צו ענדיגן פריער ארבעטן, איך האב סייווי גארנישט געטוהן.. איך בין אריין אין שטוב מיט אן אראפגעלאזטע קאפ.

"לאה רייזי? וואס איז געשעהן אז ביסט דא פרי היינט?"

מיין מאמע וואונדערט זיך. זי חלומ'ט נישט וואס עס איז אריבער אויף מיר די לעצטע פאר וואכן.

"איך פיל זיך נישט גוט.." פיין, מיין שטומע הערט זיך עכט שוואך.. זאל זי מיך נאר גארנישט פרעגן..

"גיי לייג זיך אראפ, לאמיר זעהן באלד אויב דו דארפסט א דאקטער"

איך האב צוגעשאקלט מיט'ן קאפ. איך דארף א דאקטער, גאר וויכטיג. אבער נישט פאר מיין גוף, נאר פאר מיין פארפלעקטע, צוביילטע און קראנקע נשמה.

איך בין אריין אין צימער און צוגעשפארט די טיר. איך דארף פריוואטקייט יעצט, קיינער זאל מיך נישט שטערן. איך קען נישט אריין אין בעט. עס קומט זיך מיר נישט צו ליגן באקוועם, נאכן אזוי דורכפאלן. איך האב זיך אראפגעזעצט אויפן ערד, מיט אזא אינערליכע צובראכנקייט.

"לאה רייזי, איך גיי ארויסגיין ערלעדיגן אפאר זאכן," מיין מאמע האט גערעדט צו מיר דורך די צוגעשפארטע טיר. "אויב דו ביסט הונגעריג קענסטו נעמען עסן פון טאפ, וואס איך האב צוגעגרייט פאר נאכטמאל.."

איך האב געהערט ווי דער דרויסנדיגע טיר ווערט פארשפארט.

יעצט בין איך דא אליין. קיינער וועט נישט מיטהאלטן וואס איך טוה. פונקט גוט. איך האב נאר געוואלט שרייען און וויינען..

"באשעפער, איך קען עס נישט אויסהאלטן.. מיין נשמה איז אינגאנצן פארפלעקט... וואס טוה איך יעצט?!"

איך האב געשטויסן אויף די ערד ווי א קליין קינד.. איך קען נישט אויסהאלטן וואס איך האב געטוהן. נאכמער, איך זעה נישט קיין וועג ארויס.. מיין מאמע וועט צאמפאלן ווען זי וועט הערן וואס איר ערליכע טאכטער האט געטוהן, און מיין טאטע ער וועט עס נעמען אזוי צום הארצן.. איך קען זיך עס אפילו נישט פארשטעלן.

וויאזוי קען איך אזוי ווייטוהן מיינע עלטערן??.. פארוואס האב איך נישט געטראכט פארדעם?!

יעצט קען איך טוהן איין זאך, זיצן אין די שולד געפילן און עסן די פירות וואס איך האב אזוי לייכטזיניג איינגעפלאנצט.. איך האב געוואלט תשובה טוהן, איבערבעטן די אויבערשטער אויף די צער וואס איך האב אים פארשאפט. איך האב אבער נישט געפילט אז איך קען. אז איך מעג.

וויאזוי קענען אזעלכע אויגן וואס האבן געזעהן דאס ערגסטע, אריינקוקן אין א סידור און דאווענען? איך בין אזוי צוויי פנים'דיג.. איין מינוט זאג איך זיך צו, אז מער וועט עס נישט געשעהן און די צווייטע מינוט זיץ איך טיף, טיף אין תהום... וואס בין איך באמת?? וואס וויל איך באמת?

וויאזוי וויל איך אויסזעהן? וועלכע שטוב וויל איך אויפשטעלן.. אזא ווי מיינע חשובע עלטערן אדער ח"ו.. אזא וואס ווערט אויפגעשטעלט אינטערן שאטן פונעם טמא'נעם אינטערנעט??...

מיין מח האט געשפירט ווי עס וועט זיך אט, אט עפענען.. די ספיקות איז נישט צום אויסהאלטן. מיין קאפ האט געהאמערט אן אויפהער..

איך ווייס זייער גוט וואס איך וויל עכט.. איך וויל עכט אויפשטעלן ערליכע דורות און גיין אין די וועגן פון מיינע עלטערן. איך האב עס אלעמאל געוואלט. די שרעקליכע כלי האט פארמישט אלע מיינע געפילן. פרובירט צו אפהאקן מיין נשמה פון איר ריינע מקור. זי האט כמעט מצליח געווען.

מיין טאטע האט געקוקט צו מיך מיט אזא ווייכע בליק, וואס האט געמאכט מיין הארץ צוגיין.

"וואס איז דאס?" זיין רואיגע שטימע האט אביסל פארשטילט מיינע הויכע הארץ קלאפענישן.

"דער טעבלעט פון די ארבעט.." איך האב פרובירט אפצוליינען זיין פנים צו זעהן אויב ער פארשטייט וואס איך רעד. "עכט איז עס כשר, ס'מיין שולד.. איך האב זיך ארומגעשפילט דערמיט.."

ארויסגעזאגט. איך האב עס באוויזן.

די בלאסקייט אויף מיין טאטע'נס געזיכט האט מיך נישט געלאזט זיך פרייען מיט מיין דערגרייכונג.

"ווילאנג איז עס שוין אזוי ביי דיר?"

איך האב געביסן מיינע ליפן. "אפאר וואכן.."

"אהא.. איך הער.."

איך האב געפילט א געדראנג זיך צו פארענטפערן. "איך גיי מער נישט. איך זאג צו.."

"עס איז נישט פשוט.." ער האט מיט זיינע הענט געגלעט זיין בארד. ער טראכט וואס מיך צו זאגן.

"מען דארף אבער לאזן וויסן פאר די קאמפאני אז זייערע כלים זענען נישט אויסגעהאלטן. דאס וועסטו טוהן און מיט דעם אפהיטן אנדערע זאלן נישט דורכפאלן.."

איך האב צוגעשאקלט מיט מיין קאפ. איך וועל טוהן אלעס וואס ער וועט מיך הייסן.

"פאר יעצט וויל איך נישט עס זאל בלייבן אין אונזער שטוב. א כלי וואס איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן קען זיך בשום אין אופן נישט געפינען דא."

מיין פנים האט געפלאמט פאר בושה. נאר איך האב עס נישט אליינס פארשטאנען..

נאך איין זאך האב איך געפילט פאר וויכטיג צוצולייגן. "מאמי ווייסט נישט.."

ער האט מיט פארשטענדעניש געשאקלט מיט זיין קאפ. ער וועט נישט זאגן. עס וועט בלייבן צווישן אונז. ווערטער האבן מער נישט אויסגעפעלט די ביטערע חרטה האט געשריגן פון זיך אליינס.

א טראפ רואיגער בין איך ארויס פון דארט, איך בין גלייך געגאנגען נעמען די טעלעפאן צו טוהן וואס איך דארף.

עס איז נישט געווען אזוי פשוט ווי איך האב געמיינט. קודם האבן זיי מיך אפילו נישט געוואלט גלייבן.

"עס קען פשוט נישט זיין, אונזערע כלים האבן די בעסטע פילטערס.."

איך האב זיך געהאלטן ביי מיינס, "דעמאלס וועל איך נישט קענען ווייטער ניצן די טעבלעט.."

זיי לאכן מיר אויס.. די פרומע נשמה. זיי כאפן נישט מיט וואס איך בין אלס דורכגעפאלן. איך האף אז איך בין כאטש אפגעקומען מיט די בושות.

צוויי טעג שפעטער האבן זיי מיך צוריקגערופן און געבעטן איך זאל זיי מסביר זיין פונקטליך וויאזוי איך האב עס געטוהן.. איך האב זיך ביטער געשעמט.. זיי האבן אויך פרובירט צו טון דאס זעלבע און זיך איבערצייגט אז איך בין געווען גערעכט.

"דו דארפסט זיין זייער קלוג דאס צו אויסטרעפן." האבן זיי מיך קאמפלימענט.

איך האב נישט געוואוסט אויב איך זאל זיך פילן גוט אדער נישט...

"מיר וועלן מוזן יעצט פאררעכטן אלע אונזערע כלים, עס איז נישט קיין אחריות אזוי צו לאזן."

א שטיין האט זיך אראפגעקוילערט פון מיין הארץ. ברוך השם. איך בין באפרייט.

איך האב שנעל גערופן מיין טאטע צו פארציילן די נייעס. ער האט זיך שטארק געפרייט און מיך געגעבן אביסל הדרכה אויף ווייטער.

עס איז גארנישט קיין קינדער שפיל, די אינטערנעט. איך האב זיך עס געלערנט אויף מיינע אייגענע ביינער. ליידער.

א א א

איך זיץ דא, שבת אינדערפרי, אין שוהל. איך בין געווען פון די ערשטע מענטשן אנצוקומען. איך האב קוים געקענט שלאפן ביינאכט. עס איז שוין אריבער א גוטע פאר טעג, איך בין מער נישט אין דעם נסיון, עס איז מיך נאך אבער אזוי שווער.. איך וויל באמת תשובה טוהן..

איך וויל אזוי שטארק מיין הארץ זאל ווערן אינגאנצן ריין. איך בין מתפלל דערויף יעדן טאג.

איך הער ווי מען זאגט שוין אהבה רבה.. מיין פנים האב איך באגראבן טיף אין מיין סידור. די טרערן רייניגן אויס מיין נשמה..

..ודבק לבנו במצותיך.. ויחד לבבנו לאהבה.. איך בעט דיר באשעפער באהעפט מיין הארץ צו דיינע מצוות און פאראייניג מיין רצון צו דיין רצון, מיט ליבשאפט. איך זאל אלעמאל ווילן טוהן דיין ווילן..

די פרויען ארום מיר וואונדערן זיך מן הסתמא וואס עס איז די התרגשות דא.

היינט. אפשר טראכטן זיי אז איך בין עפעס אזא דערהויבענע נשמה, אזא וואס ווערט איבערגענומען פון אן אהבה רבה, שבת אינדערפרי.. עס גייט מיך נישט אן, ווייל די געפיל וואס איך שפיר אין מיין הארץ וועגט אלעס איבער.

ענדליך קען מיין הארץ זיך שפירן נאנט צום אויבערשטן. ענדליך. נאך אזויפיל טעג וואס האב איך געפילט אזוי ווייט פון אים..

ווער נאך ווי איך ווייס ווי ביטער עס פילט פאר די נשמה ווען זי איז ווייט פונעם אויבערשטן. זי וויל אלעמאל נאר שפירן נאנט און פארבינדן, ווייל פון דארט קומט זי, דארט איז איר אמת'ע ארגינעלע פלאץ.

איך בעהט און האף אז מיין הארץ זאל ווערן אינגאנצן לויטער און ריין, בלייבן פאראייניגט מיט מיין חלק אלקי ממעל.

אויף אייביג. *

More in this printout

View the whole printout