Skip to content
הבדלה בליצן - אידיש

געזען אין געהערט

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הכרזת קודש

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מעורר איבער דאס אחריות פון עלטערן נישט צו געבן סעלפאונס פאר זייערע בחורים.

שהחיינו וקיימנו לזמן הזה!

אין ליכט פון די לעצטיגע אויפוואכונג איבער די שרעקליכער סכנה פון גוגל-טשעט מעלדט די בארימטע פילטערינג קאמפאני 'גדר' אין א פרישע מעסעדזש אז זיי וועלן דאס ביי דיפאלט בלאקן פאר אלע זייערע קאסטומערס.

טעכנאלאגישע הילף פאר בחורי הישיבות

מפעל לטהר שע"י חסידי סקווירא ברייטערן אויס זייערע פעולות פאר כשר'ע טעכנעלאגיע אויך אין די ישיבות, אז די בחורים זאלן האבן די ריכטיגע אינפארמאציע וויאזוי צו בלייבן אפגעהיטן פון נישט-כשר'ע כלים.

אויפוואכונג אין קהילות קדושות איבערן מכשול פון אפענע קאר-אינטערנעט

עקסידענט אלערט איבער די פראבלאמאטישע אינטערנעט קארן. ווי עס לויטעט: א איד זיצט נישט אין קיין אומגעפילטערטע קאר!

קיאסקן זענען א פראבלעם

שפאגל-נייער 'קאמפיוטער סערוויס' בק"ק וויזניץ מאנסי, וואו א ספעצילער ממונה שטעלט צו נויטיגע קאמפיוטער ארבעט ווי אימעיל'ס וכדומה פאר א מינימאלע אפצאל, כדי אפצושטעלן די באניץ פון קיאסקן וואס האט שוין געברענגט אסאך מכשולות.

היכי דמי תשובה?

זעלטענע געלעגנהייט צו תשובה טון באותו מקום, ובאותו... דורכן הערן תקיעת שופר אין חודש אלול פון אן עפפ.

כלל ישראל מאכט אינאיינעם הבדלה

ענגליש-רעדנדע וועלט נעמט אויף מיט עקסטאז דאס נייע פראפעס יאנאלע 'המבדיל-ביכל' אויף ענגליש, וואס אינהאלט רייכע אינפארמאציע און קלארקייט איבער דאס שעדליקייט פון סאושעל-מידיע באנוץ.

א כשר'ע קאר

מערקט דעם באמפער-סטיקער וואס פארציילט פאר יעדן מיט שטאלץ, אז דא פארט א קאר וואס איז גע'כשר'ט געווארן דורך 'הבדלה טעקנישאנס'.

ריכטיגע תורה וגדולה

מבצרי הכוללים אין קרית יואל שטעלן ארויס געשמאקע פאזעטיווע חיזוק פאר 'בני תורה' צו האלטן א העכערע סטאנדארט ביים ניצן טעכנאלאגיע.

קאמוניקאציע מיטל אפגעשפארט

די ברייט באניצטע סערוויס פון 'גראפ-מי' וועלכע אידן פלעגן ניצן צו ארויסשיקן טעקסט מעסעדזשעס פאר גרעסערע גרופעס אנשטאט וואטס-עפפ האט נארוואס אויפגעהערט צו אפערירן.

More in this printout

View the whole printout