Skip to content
הבדלה בליצן - אידיש

וועלכע פילטער איז פאר מיר? - גדר פילטער

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

סעיף-זאָון איז אַ ספּעציעלע מהודר'דיגע לעוועל, וואס טיילט אפ וועלכע קאַטעגאָריע וועבסייטס קענען געעפענט ווערן. די אַלגעמיינע פילטער לעוועל האָט צענדליגער טויזנטער סייטס אָפן, באַזירט לויט די קאַטעגאָריע פון די סייט, און אויב די אויטאָמאַטישע סיסטעם דיטעקט דאָס אַלס אַ אויסגעהאַלטענע קאַטעגאָריע וועט די סייט זיין אָפן, און נאר געוויסע חלקים פונעם סייט וועלן ווערן פאַרדעקט אָדער פאַרמאַכט אויב עס איז נישט אין איינקלאַנג מיט גדר, אָבער ביי סעיף-זאָון ווערט יעדע סייט אדורכגעקוקט דורך אַ לעבעדיגע מענטש וואָס גייט דאָס איבער פון אויבן ביז אַראָפּ זיכער צו מאַכן אַז דאָס איז 100% מהודר און אויסגעהאַלטן, איינמאָל עס ווערט באַשטעטיגט ווערט עס אַריינגעלייגט אין די סעיף-זאָון קאַטעגאָריע און איז שוין אָפן פאַר אַלע סעיף-זאָון באַנוצער.

ווי פאַרשטענדליך קאָסט דאָס אַ פּרייז, אַז אויב איז דאָ מערערע סעיף-זאָון באַנוצער וואָס בעטן יעצט צו באַשטעטיגן נייע סייט'ס, קען נעמען אַ וויילע ביז די שטאַב קומט פאַקטיש אן אַדורכצוגיין יעדע סייט באַזונדער, ווייל אַ מענטש קען דאָך נאר איין זאַך אויפאַמאָל... און עס קען אַמאָל זיין אומגעדולדיג צו וואַרטן, ספּעציעל פאר איינער וואָס די גאַנצע ביזנעס איז אויף די אינטערנעט און דאַרף כסדר צוקומען צו פרישע סייטס, אָבער דאָס איז די ריכטיגע גדר געאייגענט פאר מדקדקים למהדרין מן המהדרין.

13. ביזנעס נעטווארקינג פילטער!

פאר אַ ביזנעס מיט מערערע קאָמפּיוטער'ס איז רעקאָמאַנדירט צו האָבן די "נעטוואָרק פילטער" וואָס באַדייט אַז יעדער קאָמפּיוטער וואָס ציהט אינטערנעט פון דעם נעטוואָרק איז אויטאָמאַטיש בלאָקירט מיט די אַלע פילטער סעטינג'ס. אגב, די פילטער ארבעט אסאך שנעלער ווי די פשוטע פילטער.

באַזונדער קען מען צולייגן אַ שמירה מעולה אויף יעדע דעווייס באַזונדער, אַז די קאמפיוטער זאָל נאר קענען אַרבייטן מיט די אינטערנעט ווען עס איז באַהאַפטן צו דעם ספּעציפישן נעטוואָרק.

דאָס קומט מיט די אָפּציע אַז דער בעה"ב/מענעדזשער זאל באַקומען אַ נאטיפיקאציע יעדע מאָל איינער אינעם נעטוואָרק ריקוועסט אַ סייט.

די VOIP פאון סיסטעם אַרבייט אויך גאָר גוט צוזאַמען מיט די געפילטערטע נעטוואָרק.

די נעטוואָרק ווערט געפילטערט דורך אַ ספּעציעלע מאַשין. אין אַלגעמיין נעמט נישט מער ווי 24 שעה פון די באַשטעלונג ביז דאָס ווערט דעליווערד, און אין וויכטיגע פעלער קענען מיר דאָס צושטעלן אין ממש געציילטע שעות.

14. קאסטום פילטערד-עפפ'ס אויף טעבלעט'ס און סמארטפאון'ס

ביי טעבלעט'ס און סמארטפאון'ס איז זייער שווער צו פילטערן אן עפפ, די בעסטע איז צו נוצן די בראוזער וואס דאס איז אינגאנצן געפילטערט, און א עפפ וואס האט צופיל פראבלעמען ווערט טאקע אינגאנצן געבלאקט ביי גדר, פאר די מערסט-באנוצטע עפפס האבן מיר געבויט אייגענע עפפס וואס איז כשר, א שטייגער ווי Amazon, Walmart, Temu, TelOChat, און נאך.

15. וואטסעפפ פילטער

פאר די וואס דארפן וואַטסעפּפּ לצורך פּרנסה, איז פארהאן א מעגליכקייט צו בלאקן סטאַטוס און טשענעלס אויף די ענדרויד דעווייסעס, אויף די עפל דיווייסעס וואס איז אסאך מער קאָמפּליצירט איז לעת עתה נאכנישט דא קיין געהעריגע לעזונג.

עס דאַרף אונטערגעשטראָכן ווערן אַז די סטאַטוס איז אַ געפערליכע פּראָבלעם, זייענדיג אָנגעפילט מיט די נאַרישסטע זאַכן וואָס איז נאָר פאַרהאַן, און אין אסאך פעלער מיט דברים אסורים, ובפרט ווען לעצטענס האט וואטסעפפ צוגעלייגט אדווערטייזמענטס אין די סטאַטוס, וואס איז גאר א גרויסע מכשול, אפילו פאר מענטשן וואס ווילן נאר קוקן א.ג. אויסגעהאַלטענע סטאַטוס.

צום שלוס: וואספארא מעסעדזש האָט איר פאַר'ן ציבור?

עס איז זייער וויכטיג צו מברר זיין בעפאָרן קויפן א דעווייס, אויב די דעווייס קען ווערן געפילטערט, האלט אייך נישט אפ פון אריינרופן מיט די דעווייס מאדעל און מברר זיין.

גדר שטייט גרייט אייך צו סערוויסן אויף די העכסטע סטאנדארט, און מיר זענען אייביג דא צו הערן אייערע געדאנקן.

יישר כח פאר די טייערע צייט, און די רייכע אינפאָרמאַציע.

איז גדר פַארזיכערט, און מ'קען זיך פַארלָאזן דערויף מיט פַארמַאכטע אויגן?

אינטערנעט בלייבט אינטערנעט, און טראָץ די גאָר סאָפיסטיקירטע סיסטעם קען זיך מאכן אז געוויסע פראבלעמאטישע זייטלעך פאלן אריין, דעריבער שטייען מיר כסדר על המושמר ווי ווייט מעגליך, און מיר מאַניטאָרן כסדר אלעס וואס איז געווארן געעפנט וכדו' צו זיכער מאכן אז עס איז נישט געשעהן קיין טעותים.

וכאן המקום לעורר, טאמער באמערקט איר עפעס וואס וואלט געדארפט זיין פארמאכט, זייט א מזכה את הרבים און זייט אונז מודיע, און מיר וועלן עס תיכף פארעכטן. זאַכן וואָס איז אומבאַקוועם צו באריכטן, קען מען ריפארטן אַנאָנים אויפ'ן גדר וועבזייטל: geder.org/reportbug.

דאָס איז אויסער דעם וואָס נישט יעדע זאַך וואָס איז נישט אסור אויפ'ן שוואַכסטע לעוועל, באַדייט אַז דאָס איז אויסגעהאַלטן פאר אַ היימישער איד, ווען אויף אַסאַך סייט'ס וואָס היימישע יונגעלייט באַנוצן זיך, שעפּט מען זיך אָן מיט די השקפות פון אַזעלכע מיט וועמען מ'וואָלט קיינמאָל נישט געזיצן ביי איין טיש... מילד גערעדט.

More in this printout

View the whole printout