שמועס מיט מוה"ר ברוך יודא כהנא הי"ו
א גוט יאר, מיר ווילן הערן איבער וועלכע דרגא פילטערס איר פארמאגט, אבער פארדעם לאמיר הערן, וואס זענען די פעולות פון 'טעג'?
'טעג' איז די פיאנער פון כלל ישראל'ס מערכת הקודש אקעגן די פגעי טעכנאלאגיע, מיר האבן היינט זעכציג אפיסעס אויף אלע פינף וועלט-קאנטינענטן, אין יעדע מקום ווי עס איז דא א הייפעלע אידן שומרי תורה ומצוות איז ב"ה דא א טעג אפיס.
טעג שטעלט צו יעוץ והדרכה אלעס אנבאלאנגט טעכנאלאגיע, און אין די לעצטערע יארן איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן אונזערע אקטיוויטעטן אויך די חלק הלמעשה פון ארויפלייגן פילטערס, און זיכער מאכן אז דער מענטש האט די בעסטע סעטינגס אויף זיין קאמפיוטער.
וועלכע פילטערס ווערט באנוצט דורך 'טעג'?
מיר לייגן היינט ארויף אויף קאמפיוטערס און סמארט דעווייסעס די פאלגנדע פילטערס: MB Smart, Netspark, Techloq Gentech, און NetFree, געוואנדן יעדער איינער לויט זיין ספעציפישע געברויך.
אויף בעיסיק פאונס זענען דא נאך פינף פארשידענע סארט פילטערס, און עס ווענדט זיך לויט וועלכע סארט טעלעפאן מען האט.
אין צוגאב צו די פילטערס העלפט TAG אויך מיט די הארדווער — דאס הייסט עפענען גרויסע סקרינס, פיקטשער סקרינס, קעמרעס, סענסערס און ספיקערס, צו ארויסנעמען די ווייפיי, ראדיא, ווידיא, אלעס געוואנדן לויט די באדערפענישן פון יעדן איינעם.
פארוואס זאל א מענטש גיין צו טעג אויב ער קען אליינס ארויפלייגן די פילטער?
פונקט ווי קיינער וועט זיך נישט קויפן זיין טייערע שטריימל מיטן באשטעלן אויפן טעלפאון, ווייל ער דארף נישט אבי עפעס וואס האט די נאמען שטריימל, נאר ער וויל טאקע אזאנס וואס איז צוגעפאסט לויט אים, זיין סייז, זיין קאליר, און זיין געברויך. דאס זעלבע איז מיט פילטער'ס, אין די אלגעמיינע פילטער-וועלט איז דא אסאך כלליות'דיגע פילטער'ס אבער עס איז ווייט נישט אויסגעשטעלט פאר די געברויך פונעם קאסטומער, נאר דער קאסטומער דארף זיך צופאסן צום פילטער.
דערפאר ווען א איד דארף א פילטער דארף ער די סערוויס פון א איד מיט הארץ וואס ווייסט און פארשטייט פארוואס א איד דארף האבן א פילטער, און ער קען אים ריכטיג צופאסן די פילטער לויט זיין דרגא, באגלייט מיט די ריכטיגע סעטינגס און פראטעקשאן.
די מציאות כהיום איז, אז רוב פילטערס האבן א מינימום-סטאנדארט, וואס שוואכער ווי דעם פארשטייט אפילו א גוי אז עס איז נישט אויסגעהאלטן, אבער מ'זעהט עין בעין דעם ישראל קדושים, ווי אידן קלויבן אויס צו האבן די סאמע בעסטע פילטער-אפציעס אויף זייערע דעווייסעס.
דאס איז אויסער דעם וואס די גרויסע פילטערינג קאמפאני זוכט אז וואס ווייניגער זאכן זאלן דארפן אנקומען צו א עכטע מענטש צו טוישן א סעטינג, דעריבער וועט ער אהערשטעלן די קאטעגאריעס גענוג ברייט מיט א שמוץ-אריבער, אז זאכן זאלן פארן ווי מער אויטאמאטיש, אזוי אויך ווען איינער דארף האבן אפן א געוויסע חלק פון א וועבזייטל וכדו' גייען זיי זיך נישט ארומשפילן מיט עפענען געוויסע חלקים, נאר זיי גייען עפענען די גאנצע זייטל אפילו די חלקים וואס די מענטש וויל האבן פארמאכט.
משא"כ 'טעג' האט די פריאריטעט אז דער קאסטומער זאל באקומען וואס ער דארף און די איבעריגע זאל זיין פארמאכט, וואס דאס רעכנט אריין קאסטעמייזן די סעטינגס פאר די ספעסיפישע מענטש, און אזוי אויך באגלייטן שפעטער ווען א מענטש האט סיי וועלכע אישו מיט'ן פילטער.
עס איז וויכטיג צו באמערקן אז יעדע טעג לאקאציע ארבעט לויט זייערע לאקאלע רבנים און שטעלן אוועק זייערע אייגענע פאליסיס, דעריבער איז גאר וויכטיג צו גיין צו די לאקאציע וואס פארשטייט די געברויכן פון די היימישע אידן.
וואס איז די הויפט-חילוק פון א גוי'אישע פילטער צו א אידישע פילטער?
די וועג וויאזוי א פילטער ארבעט איז אז ער טיילט איין די אינטערנעט אין קאטעגאריעס, און מען שטעלט אן וועלכע קאטעגאריע זאל זיין אפן און וועלכע זאל זיין פארמאכט.
יעצט ביי די גוי'אישע פילטער איז יעדער קאטעגאריע אויסגעמישט פון אידישע זאכן מיט גוי'אישע זאכן צוגלייך, ווי למשל רעליגיע, אויב איינער פארקויפט ספרי קודש -וואס באלאנגט אינטער די רעליגיע קאטעגאריע- וועט די גאנצע רעליגיע קאטעגאריע זיין אפן, און עס האט אויך אלע גוי'אישע רעליגיעס וואס איז כמובן פיל מיט געפערליכע זאכן. משא"כ א אידישע פילטער איז געמאכט דורך א אידישע קאפ, וואס פארשטייט די געברויך צו וואס א איד דארף א פילטער.
נאכדעם איז דא נאך א זייער פונדאמענטאלע חילוק, און דאס איז ווען איינער בעט מ'זאל אים עפענען א סייט וואס איז פארמאכט לויט זיין לעוועל, די אלגעמיינע פילטער [נישט היימישע קהלה-פילטער'ס], וואס איז נישט אונטער 'טעג' וועט אלעמאל עפענען וואס מ'בעט זיי, אבער 'טעג' וועט אלעמאל קודם אדורכגיין מיט'ן מענטש און אויסשמועסן וואס די סייט איז, און זיכער מאכן אז ער וויל עס טאקע עפענען.
א איד וואס וויל האבן שטערקערע גדרים וסייגים, וועלכע פילטער איז אים רעקאמענדירט?
מ'רעדט נישט נאר פון איין איד, כלל ישראל האט ב"ה נאכנישט באנקראטירט... עס איז דא טויזנטער אידן, וואס נוצן היינט אונזער העכערע לעוועל פון פילטער'ס באקאנט אלס "טעג Preferred", וואס איז ספעציעל אוועקגעשטעלט צו זיין העכער ווי די פשוטע מינימום, מיט העכערע און בעסערע סטאנדארטן.
טעג פריפערד איז א דורכברוך אין די פילטערינג ליין, ווען פאר לאנגע חדשים האבן מיר געארבעט מיט רבנים און אינטערנעט באנוצער צוגלייך צו טרעפן די ממוצע צווישן קענען גוט ארבעטן מיט ווי ווייניגער פראבלעמען און דאך נישט האבן די מכשולות פון די אלגעמיינע פילטער'ס.
בכלליות ווערט נאר געעפנט וויכטיגע זאכן א שטייגער ווי ביזנעס וועבזייטלעך און אידישע זאכן, אשר ע"כ איז עס אסאך א העכערע לעוועל ווי די אלגעמיינע פילטער'ס, און איז שטארק רעקאמענדירט.
עס איז דא א שטאב פון עסקנים וואס ארבעטן אויף דעם יעדן טאג, עס זאל ווערן בעסער און שטערקער ברוחניות ובגשמיות.
צום ביישפיל, אויף די בארימטע Techloq פילטער האבן מיר די 'Enhanced סעטינג' וואס איז א צווייגעלע פון טעג Preferred, מיר האבן זייער שווער געארבעט צו מסדר זיין די קאטעגאריעס, אז נישט אויסגעהאלטענע קאנטענט זאל זיין געבלאקט, עס זאל האבן א גוטע פיקטשער פעינטינג, און בעיקר איז די דגוש אויף וועלכע זאכן קען מען עפענען מיט א ריקוועסט און וואס נישט, און נאך פיל מער. אבער אפילו אין דעם לעוול אליין קען מען גיין העכער און בעסער, און בלאקן זאכן וואס זענען נישט פאר די פערזענליכע געברויך.
אפילו איינער וואס קען נישט גיין מיט די "טעג Preferred לעוועל", איז נאך אלס וויכטיג אריינצוקומען צו א היימישע טעג לאקאציע, און מיר וועלן פראבירן צו פארזיכערן אז די סעטינגס איז די בעסטע פאר זיין ספעציפישע צורך.
וועלכע סארט אפציעס קען מען מאכן בעסער ווי די דיפאלט פילטער, לגבי א קאמפיוטער?
1] – בלויז קאטעגאריעס וואס מ'דארף - די ערשטע זאך, איז צו פארמאכן אלע קאטעגאריעס וואס דער ספעציפישער מענטש דארף נישט פאר זיין צורך פרנסה וכו', און נאר אפן לאזן די קאטעגאריעס וואס די מענטש דארף. וואס מיט דעם האט מען שוין אוועקגעשניטן אסאך פארדארבענע זאכן.
2] – בעסערע אימעדזש פילטערינג - אין "אימעדזש פילטערינג" איז דא אסאך לעוועל'ס, עס קען צודעקן געוויסע חלקים פון די גוף אדער קען עס אינגאנצן צודעקן א מענטשליכע בילד, אזוי אויך קען עס ארבעטן נאר אויף פרויען-בילדער, אדער בכלליות אויף יעדע מענטשליכע בילד.
3] – שטערקער דיטעקטן קאנטענט - א פילטער ארבעט אז עס דעטעקט ווערטער און לויט דעם מאכט ער אפ אויב די זייטל איז אויסגעהאלטן אדער נישט, אין דעם איז אויך דא אסאך דרגות ווי שטרענג ער זאל זיין.
4] – פערזענליכע ווייט-ליסט - אויף יעדע פילטער קען מען מאכן א ווייט-ליסט, ד.ה. אלעס איז געבלאקט, נאר די מענטש באקומט א אייגענע ווייט-ליסט ווי זיינע זאכן וואס ער דארף האבן זענען אפן.
5] – בלאקן אידישע נייעס און אינטערטענמענט - באזונדער קען מען אויף אלע פילטער'ס בלאקן אידישע נייעס, און אידישע אינטערטענמענט.
6] – בלאקן אנליין ווידיאו'ס - אזוי אויך קען מען אינגאנצן בלאקן אלע אנליין ווידיאו'ס.
7] – אראפנעמען ווידיאו פון קאמפיוטער - ווייניג מענטשן ווייסן דערפון, אבער מען קען בלאקן די גאנצע קאמפיוטער פון קוקן ווידיאו, אפילו נישט אנליין.
8] – פילטער לויט שעות - מען קען אנשטעלן אלע מיני סעטינגס צוטיילט אין שעות, ווי למשל אז אין די ארבעטס שעות איז אפן אלעס וואס די מענטש דארף פאר די ארבעט, און אין אנדערע צייטן איז דאס אויך פארמאכט.
9] – פילטער לויט יוזער'ס - אדער קען מען מאכן צוויי users, למשל אז ווען די מאן נוצט עס זאל עס זיין מער פארמאכט, און ווען די פרוי נוצט עס זאל עס זיין אביסל מער אפן. עס איז וויכטיג צו געדענקן אז פרויען דארפן אויך האבן א גוטע פיקטשער פעינט, נישט איידעלע בילדער איז אסור פאר פרויען פונקט ווי פאר מענער.
10] – קאטעגאריעס וואס מ'קען נישט בעטן צו עפענען - אזוי אויך קען מען זיך ארומשפילן מיט די ריקוועסטס, אז געוויסע נושאים/קאטעגאריעס זאל מען בכלל נישט קענען ריקוועסטן, אדער אז א צווייטער זאל קענען מיטהאלטן יעדע ריקוועסט.
וועלכע סארט בעסערע דרגות איז דא לגבי סמארטפאון און טעבלעט דעווייסעס?
11] – בלויז די עפפ'ס - פאר איינער וואס דארף נאר אויפ'ן דעווייס געוויסע עפפ'ס קען מען אינגאנצן אראפנעמען די בראוזער, אזוי האט ער נאר וואס ער דארף. פון די אנדערע זייט איז דא געוויסע עפפ'ס וואס איז זייער שמוציג און איז נישט מעגליך צו פילטערן, דעריבער וועט אזא איינער יא דארפן גיין דורכ'ן בראוזער און נישט די עפפ. דעריבער וועלן אונזערע עקספערטן געבן די טאט און ראט לויט'ן געברויך פונעם קאסטומער.
12] – פילטער אויף וואטסעפפ – אויף די ענדרויד דעווייסעס קען מען בלאקן סטאטוס, טשענעלס, פראפייל פיקטשערס, און AI, וואס דערמיט איז דאס א שטארקע בוחר הרע במיעוטו פאר די וואס באנוצן זיך דערמיט.
צום שלוס: וואספארא מעסעדזש האט איר פאר'ן ציבור?
ווען מ'רעדט פון פילטער'ס, און פון כשר, און מער מהודר, איז וויכטיג צו געדענקן אז די אינטערנעט איז נישט קיין ביהמ"ד, אדער אפי' די גאס אין פארנט פונעם ביהמ"ד ווי מענטשן לופטערן זיך אויס, ניין! דאס איז א פולקאמע טיאטער ווי קיין שום איד וואלט נישט אריינגעטרעטן. די בעסטע פילטער'ס איז נאר געבויעט פאר יענע מינוט וואס מ'מוז בהכרח צוקומען דערצו, אז דאס זאל זיין אויפ'ן מערסט-אויסגעהאלטענע אופן, אבער עס איז קלאר אז דאס איז בשו"א נישט רעקאמענדירט פאר א איד וואס וויל אביסל פארברענגען, זיך אויסלופטערן וכדו'.
די מציאות איז אז ווען איינער איז אויף די אינטערנעט מיט איבריגע צייט, אפי' מיט א גוטע פילטער, וועט מען אייביג טרעפן פראבלעמען, צו וואס די מענטש וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען אן די אינטערנעט. מ'דארף וויסן אז די פילטער איז ממש נאר די מינימום השתדלות און יעדער איינער לויט זיין תכונת הנפש דארף מאכן זיינע אייגענע גדרים, אויף יעדע זאך וואס ברענגט נסיונות.
אפי' דאס וואס קוקט שוין יא אויס אידיש'ליך, אן קיין אויסערליכע ראיות אסורות וכדו', איז אבער אדורכגעפוילט פון די השקפה'דיגע חלק, ווען אויפ'ן אנליין וועלט איז אלעס איינס, ווער עס קען רעדן אדער שרייבן אין די היימישע שפראך ווערט געהערט, און אפגעקויפט פאר גוט-געלט, און מ'כאפט זיך נישט ווי ווייט יענער איז פון מיר. יעדע מענטש וואס פארברענגט / לערנט / לופטערט זיך אויף די אינטערנעט, האט זיך זיין השקפה געטוישט, עס געשעהט טאקע נישט אין איין טאג, אבער ליידער צוביסלעך פאסירט דאס, און דאס ברענגט א שטארקע ירידה אין אלע עניני יהדות, ובפרט אין די נושא פון זיך האלטן צו די וועגן פון די אייגענע עלטערן, קהלה, און מסורה.
פון א געוויסע פערספעקטיוו קען מען זאגן, אז די אידישע אינטערטענמענט אויפ'ן אינטערנעט איז זאגאר נאך ערגער, ווייל ווען איינער פאטשקעט אין גוי'אישע זאכן, שפירט ער כאטש א ציפ אין הארץ, ער ווייסט אז ער טוט עפעס וואס מ'טאר נישט, אבער ווען מ'באזוכט אויף די א.ג. כשר'ע אינטערנעמענט סייט'ס, האט מען נאך א רואיגע געפיל אז איך בין נאך גאר א כשר'ע איד, און ווען עס פעלט די גילטי געפיל, שלעפט דאס זייער שטארק אויף אראפ די גאנצע לעבנס-שטייגער.
לכו בכוחכם זה, די זכות זיכוי הרבים זאל אייך ביישטיין צו קענען ווייטער אויפטון בסייעתא דשמיא.