שמועס מיט מוה"ר אברהם וואלף טירנויער הי"ו
יברכך ה' וישמר"ך. מיר ווילן הערן און פארשטיין איבער די אויסוואל פון פילטערס וואס איר שטעלט צו, אבער פאר אלעם, אלס איינער פון די שטערקסטע פילטער'ס ביים היימישן ציבור, לאמיר הערן וואס שטעלט "משומר" מיט זיך פאר?
"משומר" איז געבויעט צו זיין זייער שטארק גוט און פראקטיש, אבער אין די זעלבע צייט איז די פאקוס, אויף די תקנות און פאליסיס פונעם פילטער, באזירט אויף די פולע הוראות פון די חשובע רבנים וועלכע זענען ממונה אויף משומר, און יעדע החלטה ליגט אויסדרוקליך אין זייער דעת תורה. וואס דאס ברענגט די קאמבינאציע פון זיין סיי שטארק און סיי גוט.
די משומר אדמיניסטראציע און די גאנצע שטאב, האלט שטארק פאר די אויגן, אז עס ווערט מער און מער ערליכע אידן וואס דארפן צוקומען צום אינטערנעט, און דערפאר טוען מיר פון אונזער זייט די מאקסימום אז די פילטער זאל זיין צוגעשטעלט מיט די העכסטע קוואליטעט קאסטומער סערוויס, סערווירנדיג שנעל און פלינק, און מיט די ריכטיגע אחריות פרובירן אויפצוקומען מיט א מהלך וואס זאל ארבייטן לויט די סיטואציע פון יעדן יחיד, אבער פארט זיך נישט דארפן רירן פון די קלארע דעת תורה דורך די חשובע רבנים ודיינים שליט"א פון משומר. אזוי ארום אז יעדער וואס קומט צו משומר ווייסט אז ער באקומט די בעסטע פראדוקט לויט זיין געברויך, אבער פארט איז דאס נישט אויפ'ן פרייז פון אידישקייט.
דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל גרויסע קהלות, טראסטן משומר צו זיין די פילטער נאכצוקומען זייערע תקנות, ווייל זיי ווייסן אז די סטאנדארטן וועלן ווערן אויסגעפירט פונקטליך אן קיין לעכער, א פילטער מיט משומר באדייט אז ס'נישטא אזא זאך ווי זיך אוועקרירן פון די סטאנדארט וואס מ'האט אראפגעשטעלט.
פאר וועלכע סארט פילטער איז משומר געאייגענט?
מיר זענען דא סיי פאר ביזנעסער און סיי פאר יחידים, מיר האבן יעדע סארט ביזנעס און סערוויס אין אונזער פילטער, און יעדער איז ב"ה העכסט צופרידן, מיר אפערירן איבער די גאנצע וועלט, ווי עס איז נאר דא א איד וואס וויל האבן די הויכע משומר סטאנדארט, און מיר ארבייטן האנט-ביי-האנט מיט חשובע קהלות קדושות וואס פארלאנגן פון זייער ציבור דייקא די משומר פילטער, און די זעלבע צייט ארבייטן מיר אינאיינעם מיט בארימטע איי-טי עקספערטן וועלכע סערווירן די גרעסטע ריזן ביים היימישן ציבור, אז די פילטער זאל נישט פאראורזאכן ארומיגע סייד-אפעקט, און מיר שטעלן צו באזונדערע פריאריטי-סופארט פאר די איי-טי עקספערטן
וואס איז די לעוועל פון משומר פילטערינג?
פאר יעדן קאסטומער שטעלן מיר צו די בעסטע און די שטערקסטע לויט זיין געברויך, אין די צייט וואס איין סארט ביזנעס אדער ארגאניזאציע איז איין געוויסע סייט אדער קאטעגאריע א לכתחלה זייענדיג עפעס וואס איז וויכטיג פאר זייער ליין, איז דאס פאר א אלגעמיינער יונגערמאן וואס טוט בעיקר אין סערוויס קאל'ס פאר מענטשן בכלל נישט א קאטעגאריע וואס באלאנגט פאר אים, דעריבער שטעלט מען פאר יעדן צו דאס וואס איז געאייגענט פאר זיין פערזענליכע געברויך.
אונזער טיעם איז גוט טרענירט צו פארשטיין יעדנס געברויך, און מיר רעקאמענדירן אלעמאל קודם אריינצורופן אין אפיס און רעדן צו א היימישע יונגערמאן וואס זאל אייך העלפן צושטעלן די ריכטיגע דרגא פון די פילטער.
וואס איז די פשוט'סטע סטאנדארט פון א משומר פילטער?
בעסיק סטאנדארט משומר – די בעסיק סטאנדארט משומר, איז געפילטערטע אינטערנעט וואו די מערסט-נוצבארע קאטעגאריעס זענען אפן, און פון דארט קען מען עס פארשטערקערן צו כמעט יעדן שטאפל וואס מ'וויל.
"היים פלאן" פילטער – די "היים פלאן" לעוועל פארמאגט די קאטעגאריעס ווי העלט, פינאנציעל, רעגירונג דאקומענטן, א.א.וו. אבער אנדערע קאטעגאריעס זענען פארמאכט.
"אפיס פלאן" פילטער – די אפיס פלאן נעמט שוין אריין מער קאטעגאריעס אין צוגאב צום היים-פלאן, א שטייגער ווי שאפינג און טראוול.
אנליין ווידיא'ס – אויף אלע פלענס איז ווידיאו געבלאקט ביי דיפאלט. מ'קען בעטן צו עפענען ספעציפישע ווידיאס, און א משומר ספעציעליסט וועט דאס איבערקוקן אויב עס קומט נאך די סטאנדארט צו קענען עפענען.
פיקטשער פעינט – אלע אונזערע פלענס קומען מיט'ן בעיסיק "פיקטשער פעינט", וואס די בעסיק לעוועל פארדעקט טיילן פונעם קערפער.
גוגל סירטש – גאר שטארקע כוחות לייגט מען אריין אז די "גוגל סוירטש" זאל זיין אויסגעהאלטן, און דאך זאלן קאסטומערס האבן שנעלע און גוטע סערוויס צו קענען טרעפן ביי א סוירטש וואס מ'זוכט.
וואס זענען די אפציעס פאר איד וואס איז מהדר אויף כשרות?
נאר אימעל עקסעס - פאר די וואס דארפן נאר צוטריט צו אימעיל, איז דא א "נאר אימעיל" אפציע. דאס איז פיל ביליגער ווי די סטאנדארט פלענס, און אלע אנדערע אינטערנעט צוטריט איז אינגאנצן בלאקירט.
דזשענעראל ווייט-ליסט – א דרגא ארויף פון די אלגעמיינע "היים פלאן" און "אפיס פלאן" וואס לאזן דורך קאטעגאריעס לויט די אנאליז פונעם פילטער, איז ביי די "דזשענעראל ווייט-ליסט" נאר אפן וועבסייט'ס וואס א טרענירטע אגענט האט איבערגעקוקט און אריינגעלייגט אין א משומר "לייברערי" פון טראסטעד סייטס. דאס פארזיכערט אז יעדע איינציגע וועבזייטל שטייט אונטער די העכסטע סטאנדארטן פון משומר.
פריוואטע ווייט-ליסט – נאך א העכערע לעוול פון די אלגעמיינע ווייט-ליסט, איז די קאסטום ווייט-ליסט וואס יעדע יחיד אליין קען זיך אנשטעלן פאר זיך, און וואס די קאסטומער האט נישט באשטעלט צו זיין אפן איז אויטאמאטיש פארמאכט, חוץ אויב מען ריקוועסט עס צו עפענען.
וועב-גארד - איז אונזער סאמע שטרענגסטע פילטערינג סערוויס. עס בלאקירט פון פאראויס סיי וועלכע אינהאלט וואס קען נאר זיין א פראבלעם, אריינגערעכנט אלע פובליק-פיילס פון סערוויסעס, ווי גוגל דרייוו, PDF דאקומענטן, און עס צווינגט ארויף א גאר שטרענגע גוגל סוירטש, און נאך פארשידענע באגרעניצונגען אויף די אינטערנעט באנוץ.
סטריקט עידזש. די. שעדינג – אין צוגאב צו די אלגעמיינע פיקטשער-פעינטינג, האבן מיר די פיל העכערע דרגא פון "סטריקט עידזש. די. שעדינג", ווי יעדע אפראווד בילד פון א מענטש, ווערט נאר געזעהן אין א שווארץ-איבערגעמאלענע ווערסיע, און אויב איז וויכטיג צו האבן די אריגינעלע בילד קען מען דאס ריקוועסטן. אט די אפציע איז אויטאמאטיש אפיליאירט מיט די וועב-גארד לעוועל, אבער קען אויך ווערן צוגעלייגט לויט'ן פארלאנג, אינאיינעם מיט סיי וועלכע משומר פילטער לעוועל.
איינצעלע וועב-גארד פיטשערס – אזוי ווי וועב-גארד איז ב"ה א העכסט געלונגענע פראדוקט זייענדיג די סאמע שטרענגסטע וואס משומר פארמאגט, און אסאך וואס ווילן האבן א מהודר'דיגע פילטער, קענען זיך פארט נישט צופאסן מיט אלע דעטאלן דערפון, איז דא די אפציע צו אנשטעלן נאר געוויסע שטאפלן און פיטשער'ס פונעם וועב-גארד פילטער אז דאס זאל ארבייטן מיט סיי וועלכע פלאן, א שטייגער ווי שטרענגערע גוגל סוירטש, בלאקן PDF פיילס, און נאך.
בלאקן ספעציפישע וועבסייט - יעדע וועבסייט אדער קאטעגאריע וואס איז אפן אלס דיפאלט, קען מען בלאקירן פאר א ספעציפישן באנוצער לויט'ן פארלאנג.
גענצליך בלאקירן מענטשן בילדער – באזונדער איז דא די אפציע אינגאנצן צו בלאקירן אלע בילדער פון מענטשן, וואס דאס העלפט פארזיכערן אז מ'טרעפט נישט אן קיין שום אומאיידעלע בילדער.
ריקוועסט נאטיפיקאציעס - יעדע אקאונט קען מען אנשטעלן מיט אן "אדמין אימעיל" וואס באקומט א נאטיפיקאציע יעדעס מאל וואס מ'שיקט אריין א ריקוועסט צו עפענען א בלאקירטע פעידזש. אלטערנאטיוו קען מען עס אנשטעלן אז יעדע ריקוועסט זאל קודם געשיקט ווערן צום אדמין איבערצוקוקן, און ער שיקט עס דערנאך ווייטער צו משומר. דאס קען מען האבן סיי אויף "היים פלאן" און סיי אויף "אפיס פלאן".
צייטן פילטער – א שטארק באנוצטע פיטשער, ארויס פון די בעסיק סטאנדארט פילטער, איז די אפציע אנצושטעלן די פילטער אז נאר אין געוויסע שעות זאל די אינטערנעט זיין אפן, און באזונדער איז דא די מעגליכקייט צו מאכן אז געוויסע קאטעגאריעס זאל זיין נאר זיין אפן אין געוויסע שעות אין טאג אדער אין די וואך.
קהילה סטאנדארטן – זייענדיג די עקסקלוסיוו פילטער פאר מערערע קהלות, ארבעטן מיר האנט-ביי-האנט מיט יעדע קהילה אוועקצושטעלן זייערע ספעציפישע תקנות און גדרים פאר זייערע מעמבערס. צום ביישפיל ביי געוויסע קהילות וועט ביי דיפאלט זיין בלאקירט וואטסעפפ, גוגל טשעט, שאפינג, און נאך. און ווי פארשטענדליך האלטן מיר זיך פולקאם צו זייערע פארשריפטן, און אין א אויסנאם פאל וועט עס דער משומר ארבייטער איבערשמועסן מיט'ן ממונה מטעם הקהילה, ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די ריקוועסט.
ביזנעס נעטווארק – פאר גרעסערע ביזנעסער מיט מערערע אפטיילונגען, שטעלן מיר אהער די אפציע צו פילטערן די גאנצע ביזנעס נעטווארק, וואס דאס פארזיכערט אז קיין איין קאמפיוטער בלייבט נישט ארויס, אזוי ארום אז מ'זאל דאס נישט קענען טוישן צו א צווייטע נעטווארק.
וואס זענען די דרגות לגבי מאביל דעווייסעס?
ביי סמארטפאונס און טעבלעטס, איז פילטערן אן עפפ א שטארק-קאמפליצירטע ארבעט וואס פארלאנגט אסאך טעכנישע כוחות אונטער די קוליסן. אויב א קאסטומער דארף א ספעציפישע עפפ, וועט 'משומר' דאס גוט דורכקוקן און מאכן זיכער אז די חלקים פון די עפפ וואס מען דארף האבן, זאל ארבעטן, אן פארציכטן אויף די כשרות סטאנדארטן. און אויב מיר זענען נישט ביכולת אראפצונעמען די נישט-אויסגעהאלטענע חלקים, פרובירן מיר צו געפינען אנדערע לעזונגען וואס געבן א ענליכע עקספיריענס, ווי למשל א צווייטע עפפ וואס טוט דאס זעלבע אדער נוצן דעם בראוזער אנשטאט די עפפ.
לגבי וואטסעפפ, אויף אלע עפל דעווייסעס זענען די בילדער אין די טשענעלס בלאקירט. אויף ענדרויד דעווייסעס ווערט גאנץ טשענעלס אויטאמאטיש בלאקירט. 'סטאטוס' קען מען בלאקירן לויט'ן פארלאנג פונעם קאסטומער, אדער לויט די תקנות הקהלה פאר זייערע מעמבער'ס.
אז מ'רעדט פון וואטסעפפ מוז ארויסגעברענגט ווערן, אלס איינער וואס זעהט די גרויסע פיקטשער, איז ווייטאגליך צו זען, אז וואטסעפפ איז געווארן שטארק אריינגעכאפט אין די היימישע גאס, און מחמת חסרון ידיעה מיינען מענטשן אז דאס איז א וואוילע אומשולדיגע עפפ, נישט כאפנדיג וואספארא אפענע לאך דאס איז, זייענדיג זייער שווער דאס צו ריכטיג באהיטן מיט א שטארקע שמירה, און עס איז ממש אוממעגליך נישט נכשל צו ווערן מיט די אומאיידעלע בילדער אויף די טשעט'ס, סטאטוס'עס, און טשענעלס, ה"י.
ובפרט איז די ריזיקע געווארן ערגער לעצטענס, ווען וואטסעפפ האט אנגעהויבן לייגן געמיינע עד'ס אויף די 'סטאטוס' פיטשור. עס טוט וויי צו זען ווי באזארגטע אידן רופן אונז אריין און בעטן זיך פאר א עצה וויאזוי מ'קען בלאקירן די עדווערטייזמענטס, אבער פארט זענען זיי נישט גרייט זיך אפצורייסן פון וואטסעפפ באנוץ.
אין אזא קאמפליצירטע אפאראט אויף אזויפיל פראנטן, ווי אזוי פארזיכערט מען זיך אז אלעס איז טאקע ריכטיג משומר?
אודאי פאדערט דאס א ספעציעלע סייעתא דשמיא, אבער מצידנו טוען מיר דאס מאקסימאלסטע, מיר האלטן אפענע אויגן אויף אלעס וואס גייט פאר, צו פארזיכערן אז עס קומען נישט ארויס קיין מכשולות.
פארט אזוי ווי די טעכנאלאגיע איז אזוי פארגעשריטן, און עס זענען כסדר דא נייע אפדעיט'ס און פיטשער'ס, מאכט דאס אז עס זאל אמאל פאסירן א לאך אין די סיסטעם, איז אבער וויכטיג צו וויסן, אז מיר נעמען זייער ערענסט די אלע לעכער, דאס צו פאררעכטן תיכף ומיד, און מיר זענען דאנקבאר פאר אלע וואס נעמען זיך די מיה צו מודיע זיין, און אדרבה ווער עס פאסט אויף סיי וועלכע פראבלעם זאל אונז תיכף מודיע זיין צו קענען אוועקנעמען באצייטנס די בור ברשות הרבים.
וואס איז יעצט שטארק עומד על הפרק אין משומר?
איר מיינט צו פרעגן 'עומדים' על הפרק, מיר זענען אצינד אקטיוו צו ארבעטן אויף עטליכע גרעסערע פראיעקטן, און ספעציעל ארויפצוברענגען אונזער קאסטומער-סערוויס צו פרישע הויכע-שטאפלן אין יעדע הינזיכט, מיר האפן אז אין די נאנטע תקופה וועט שוין דער ציבור קענען זען די פירות פון אונזער שווערע הארעוואניע אין דעם געביהט.
איינער פון די שטארק אלארמירנדע נושאים וואס איז עומד בראש אין משומר, איז די ברענעדיגע נושא פון AI, וואס דאס האלט אונז פארנומען אווער-טיים... דאס איז טראץ וואס אסאך מענטש באגרייפן באמת נישט די סכנה פון AI, ווען איינער האט אן אומגעפילטערטע AI פלאטפארמע, אפילו אויב די איבריגע חלקים פונעם דעווייס זענען יא געפילטערט, עפנט עס למעשה אויף דעם גאנצן אינטערנעט פאר אים. מען קען באקומען אן ענטפער אויף יעדע שאלה, און עס קען פראדוצירן גאר שמוציגע בילדער רחמנא ליצלן.
ב"ה משומר האט א גוטע אויסוועג וואס ערמעגליכט פאר אונזערע קאסטומערס צו נוצן א געפילטערטע AI, וואס געבט זיי די מעגליכקייט צו האבן דעם פולן נוצן פון די וויכטיגע טולס פאר זייער צורך אן קיין שום מכשולות.
עפעס אויפ'ן אויבערפלאך וואס איז לעצטענס געווען די געשפרעך ביי די משומר שטאב?
עס איז ווערד צו פארציילן א סטעיטמענט וואס מיר האבן געהערט פון א איד ביים לייגן זיין פילטער, אמאל איז אריינגעקומען צו אונז אין אפיס א יונגערמאן אז ער וויל ארויפלייגן א פילטער אויף זיין דעווייס, זיין לבוש און באנעמונג האט ארויסגערופן א היבשע חידוש אז ער וויל בכלל לייגן א פילטער, נאכ'ן אינסטאלירן דעם פילטער האבן מיר אים איידעלערהייט מסביר געווען אז פון יעצט און ווייטער גייט ער נישט קענען נוצן די פארשידענע אומאויסגעהאלטענע זאכן, האט ער אויף דעם זיך אנגערופן און געמאכט א סטעיטמענט וואס שטייט מיר אלעמאל פאר די אויגן: "יא, עס איז שווער צו זיין א איד. אבער, עס איז נאך שווערער צו זיין א גוי". און ער האט געגעבן אזא בלינק מיט די אויגן צו זאגן ווי פרייליך ער איז אז ער איז פטור געווארן פון די אלע אומגעוואונטשענע עפפס, קאמענטארן זענען איבריג.
צום שלוס וואס איז אייער מעסעדזש פאר'ן ציבור?
משומר שטייט זייער שטארק אויף אלע פאליסיס, יעדע באשלוס ווערט געפאסט מיט די העכסטע מאס אחריות, נאכ'ן זיך אדורכרעדן בכובד ראש מיט די רבנים וועלכע שטייען בראש פון משומר, צו פארזיכערן אז דאס איז טאקע די ריכטיגע פילטער פאר אן היימישער יונגערמאן לויט'ן בעסטן סטאנדארט, און אין די זעלבע צייט זאלן אונזערע צענדליגער טויזנטער קליענטן זיין צופרידן מיט'ן הויכן קאליבער פראדוקט וואס זיי באקומען.
און מיר ארבייטן זייער שטארק צו געבן טאפ סערוויס פאר יעדע קאסטומער, אפגעזען צו ער האט אן איינצעלע לעפטאפ אדער א ריזיגע ביזנעס פון הונדערטער קאמפיוטער'ס, און יעדע פידבעק ווערט גענומען צום העכסטן שטאפל, און דאס איז צו פארדאנקן די הויכע שטאפל ווי מיר שטייען כהיום יום, און דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער מיט הצלחה און סייעתא דשמיא.
יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן, די אלע אינפארמאציע וואס מיר האבן דא אויסגעשמועסט איז אלעס נאר אויפ'ן שפיץ-גאפל, ווי אזוי מ'קען אין ראם פון אונזער בארימטע פילטער ארויפגיין פרישע העכערע שטאפלען, אבער אין פאקט שטעלט משומר פאר נאך אסאך מער פון דעם, און אדרבה רופט אריין אונזער שטאב און מיר וועלן אייך געבן מער אקוראטע דעטאלן וואס איז אייך נוגע.
יישר כח פאר די גאר ווערדפולע אינפארמאציע, און הצלחה אין די עבודת הקודש!