Skip to content
הבדלה בליצן - אידיש

אפיסעס

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ביז איין טאג ווען איך האב בטעות געעפנט א נישט ריכטיגע פייל ביי די דאונלאודס... השם ישמרנו וואס מיינע אויגן האבן געזען פאר יענע האלבע סעקונדע!

מאניטערן די קאמפיוטערס

א גוטן, איך האב געוואלט ענטפערן אויף די שאלה וואס מען האט אנגעפרעגט איבער די וואס ארבעטן אין אן אקאונטינג אפיס, ווי אסאך מאל איז כמעט נישטא קיין ארבעט, און מען טרעפט זיך אין א גרויסן נסיון צו טון זאכן און אויסשפילן דעם פילטער. איך מיין אז די איינציגסטע זאך וואס ארבעט עכט פאר א מענטש, ספעציעל אויב ער ארבעט אין אן אפיס, איז אז די ביזנעס זאל האבן א מהלך פון דורכצוקוקן יעדן קאמפיוטער; עס זאל זיין א מאניטערינג סיסטעם אויף יעדן ארבעטער'ס קאמפיוטער.

דער בעל הבית, אדער א ספעציעל אוועקגעשטעלטע טיעם, קען איבערקוקן וואס מ'האט אלץ געטון אויפן קאמפיוטער. מען קען בעטן די איי-טי עס אויפצוסעטן און פארשטייט זיך אז מ'זאל לאזן וויסן פאר די ארבעטער אז די קאמפיוטערס ווערן געמאניטערט.

איינציגסטע מהלך צו זיין אינגאנצן אפגעהיטן: נעטפרי

א גוטן, איך וויל צולייגן צום שמועס איבער וועלכע פילטער עס איז א גוטער פילטער, אז איך האב גענומען דעם "נעטפרי" פילטער מיט א ווייט ליסט, און לויט ווי איך זע איז דאס די איינציגסטע עצה צו זיין גענצליך אפגעהיטן. מ'דארף אראפשטעלן א פיס אז מען זאל עס לייגן אויף דיין קאמפיוטער. אויב דער יעצטיגער פילטער פילטערט נישט אלעס און דער בעה"ב איז נישט מסכים צו לייגן נעטפרי, דארף מען פרעגן א דיין אויב מען מעג עפ"י הלכה ארבעטן אין אזא פלאץ.

נאר "נעטפרי" איז א גוטער פילטער!

איך ליין די "הבדלה בליצן" פון דעקל צו דעקל, די אויפוואכונג האלט צוריק גרויסע חורבנות.

איך וויל מיטטיילן מיין ערפארונג: מיין מאן לערנט אין כולל און איך האב א ביזנעס אינדערהיים. מיין ביזנעס האט זיך אנגעהויבן אין א קיאסק, ביז איין טאג ווען איך האב בטעות געעפנט א נישט ריכטיגע פייל ביי די דאונלאודס... השם ישמרנו וואס מיינע אויגן האבן געזען פאר יענע האלבע סעקונדע! און יענע קיאסק האט געהאט א "משומר" פילטער.

נאכדעם האב איך געהאט א לעפטאפ מיט די אלגעמיינע "טעקלאק" פילטער. איך קען עדות זאגן אז טעקלאק איז בכלל נישט קיין פילטער; אלעס וואס מען בעט צו עפענען ווערט געעפנט. אפילו פשוט איינצוקויפן אויף ALIEXPRESS מיט אזא פילטער איז א פראבלעם.

לויט מיין עקספיריענס איז נישטא נאך א אידישע פילטער אויסער "נעטפרי". איך האב ארויפגעלייגט נעטפרי און איך האב צום ערשטן מאל געפילט "סעיף". יעדע מאל א סייט איז פארמאכט אדער ווען איך זע די XXXXXXXXXXxxxx וואס נעטפרי לייגט אנשטאט ווערטער וואס א איד דארף נישט זען, מאכט עס מיך פילן גוט, ווייל איך ווייס אז מיין נשמה בלייבט ריין. אפילו ווען די סערוויס איז אפשר אומבאקוועם אדער לאנגזאם, פונקט ווי איך וועל נישט אויסלעשן א לייט אין קינדער-צימער אום שבת אפילו ס'איז אומבאקוועם, די זעלבע זאך וועל איך נישט טוישן א פילטער נאר ווייל ס'איז אומבאקוועם!

מיט האפענונג און א תפילה צו קענען אויפציען ערליכע אפגעהיטענע אידישע דורות.

א אידישע מאמע. *

More in this printout

View the whole printout