1. איך פלעג נוצן גאגל טשעט אין מיין ביזנעס ווייל דארטן האט איך געקענט אויסמעקן פריוואטע אינפארמאציע, יעצט האט עס מיין פילטער צוגעשפארט צוליב אירע פילע מכשולות, איז דא אן אלטערנאטיוו?
יא, איר קענט נוצן 'סלעק' - עס פארמאגט אויך די אפציע.
2. איך נוץ אן אלגעמיינע פילטער מיט א קהלה אסאסיעשן, אבער עס פילטערט נישט גוט די AI טשעט, וואס קען איך טון?
נוצן נאר אידישע AI פלאטפארמעס ווי: ALEF AI, פוינטפלאו, קאושער GPT, אדער קענט איר טוישן פילטער צו גדר/משומר וואס פילטערן עכ"פ די געווענליכע AI טשעט אויף א גוטע וועג.
3. איך ארבעט אין א ביזנעס און איך וויל האבן א בעסערע פילטער, וועלכע פילטער וועט נישט שטערן די ווארקפלאו אין די ביזנעס?
גדר אדער משומר.
4. איך האב געליעסט א נייע קאר, איז דא א וועג צו אראפנעמנען די אינטערנעט און נישט אוועקנעמען די פארגעשריטענע פיטשערס?
יא! מען קען שוין ב"ה פילטערן רוב קארס! געווענליך קען מען אויך בלייבן מיט די אפגרעיטעד פיטשערס, רופט אריין צו הבדלה קאר אפטיילונג אויף 718.851.2399 עקס. #0 און לאזט א מעסעדזש, א טעקנישן וועט זיך פארבינדן מיט אייך.
5. איך ארבעט אין א אפיס און וויל מאכן בעסער מיין עקזעסטירנדע פילטער, איך בין נישט באקאנט אין די דעטאלן פון די פילטער, וואס זאל איך בעטן פון די פילטער קאמפאני?
רופט הבדלה טעקניקל-סופארט אויף 718.851.2399 עקס.6 א מומחה וועט אויסקלארן די דעטאלן און באגלייטן מיט טאט און ראט.
6. איך וויל איינטוישן מײַן סמארטפאון צו א טעבלעט, אבער איך באקום צומאל גאר וויכטיגע מעסעדזשעס, איז דא א וועג צו באקומען נאר נאוטיפיקעישנס צו וויסן ווען צו גיין צו די טעבלעט אין קאר?
עס איז דא א גאר-פארגעשריטענע נאטיפיקעישן עפפ - וואו אלע נאטיפיקעישנס פון די טעבלעט ווערן געשיקט אלס א טעקסט מעסעדזש, מען באקומט די נאמען פון דער וואס האט געשיקט די מעסעדזש און די סאבדזשעקט. אזוי אויך קען מען מען עס קאסטומייזן וועלכע סארט נאוטיפיקעישנס זאלן אריינקומען, און נאך פילע אפציעס. פאר מער רופט: 718.851.2399 #6 אדער אימעילט [email protected]
7. איך דארף האבן א טעבלעט פאר געוויסע עפפס וואס ארבעטן נישט אויפן קאמפיוטער, אבער איך וויל נישט האבן די נסיון עס ארויסצוטראגן פון אפיס, איז דא וועג אז ס'זאל נאר ארבעטן אין אפיס?
א טעבלעט וואס האט נאר ווייפיי און נישט LTE סערוויס, דאס קען שטארק צוהעלפן פאר די שמירה.
8. איך דארף האבן א טעבלעט פאר אין געוויסע עפפ, וויאזוי מאך איך זיכער אז מען קען קיינמאל נישט צולייגן נאך עפפס?
MB SMART האט א פראפייל וואס הייסט בלאקד, דארט קען מען נישט צולייגן קיין עפפס אויף קיין שום פאל, מען קען עס באקומען אין אלע טע"ג לאקאציעס.
9. איך וויל איבערגעבן א עצה וואס האט מיר זייער שטארק געהאלפן, און מן הסתם קען דאס העלפן נאך אסאך מענטשן.
איך האב א פליפ פאון אן קיין וואטסעפפ וכדומה, און זייענדיג אסאך אויפן ראוד האב איך געזוכן א גרינגע וועג צו קענען 'זאגן' מעסעדזשעס אויף א לייכטע אופן, ביז איך האב געטראפן א מהלך דערויף.
עס איז דא א קליינע פראקטישע דעווייס וואס הייסט פלאוד PLAUD, וואס מען רעדט אריין דערין מיט איין דרוק אויף א קנעפל, און ווען מען קומט אריין אין אפיס שטעקט מען עס איין אין קאמפיוטער און עס ווערט אויפגעטייפט אלע רעקארדינגס, און מען האט אלע טעקסט גרייט געשריבן.
10. איך האב פרובירט צו עפענען א פרישן אימעיל-אדרעס מיט די הבדלה לינק אויסצומיידן די פראבלעם פון די QR קאוד, אבער עס האט נישט געארבעט. איז דא נאך א עצה פארדעם?
אין פאל אז איינער האט שוין פרובירט און עס איז נישט געלונגען, קען מען אונז שיקן נאך אן אימעיל און מיר וועלן אייך העלפן מיט די קומענדיגע אפציע, וואס איז ערמעגליכט געווארן דורך די בארימטע קאמפאני 'איזי עקסעס'.