Skip to content
הבדלה בליצן - אידיש

איך וויל קענען אוועקגיין פונעם אפיס מיט א רואיג הארץ!

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א ברייטער שמועס מיט מו"ה ר' שמואל לייב פריעד הי"ו וואס פירט אן מיט זיין "ישרות" מיסיע, וואס איז דער פארמיטלער וואס זיצט צווישן צוקריגטע שותפים, ירושה קאנפליקטן, מיליאנען דאלארן אין קאמפליצירטע געשעפטן, ביז'ן זען די ריכטיגע פשרה צו צופרידנשטעלן אלע צדדים בס"ד | "איך האב געזוכט א פילטער וואס זאל מיך לאזן ארבעטן געהעריג, אבער אויך לאזן מיין קאפ און הארץ רואיג" | וויאזוי ברענגט מען צוויי מענטשן, וואס ווילן שוין נישט רעדן איינער צום צווייטן, צוריק צום זעלבן טיש? • פארוואס האט א שותף פלוצלינג מוחל געווען א מיליאן דאלאר? • וואס האט געברענגט ר׳ שמואל לייב צו פרובירן פילטער נאך פילטער? • און וואס איז די איינפאכע פראגע וואס יעדער קען זיך פרעגן פאר זיך אליין?

דער טיש אין ר' שמואל לייב פריעד'ס אפיס האט שוין אסאך געזען. שותפים וואס האבן אינאיינעם אויפגעבויט א ביזנעס און האבן שפעטער נישט געקענט אויסהאלטן צו קוקן איינער אויפ׳ן צווייטן. קאמפליצירטע חשבונות, ירושות, שווערע טענות, און סכומים וואס א געווענליכער מענטש דארף צוויי מאל ליינען כדי צו כאפן וויפיל נולן עס שטייען דארט.

ר' שמואל לייב איז אבער נישט קיין דיין. און ער גיבט זיך אויך נישט אהער ווי איינער. ער איז א פארמיטלער, א מפשר, א דעת בעל הבית וואס פרובירט צו הערן ביידע צדדים - און בעיקר, וואס עס ליגט אונטער די ציפערן. ווייל צומאל שרייט דער חשבון "געלט", אבער אינעווייניג שרייט דער מענטש גאר עפעס אנדערש.

במשך פונעם שמועס זענען מיר טאקע ארומגעפארן צווישן מחלוקת, מיליאנען, מידות און ביזנעס, ביז דער גרויסער סקרין אין זיין אפיס האט אונז געברענגט צו א נושא וואס האט לכאורה גארנישט מיט א פשרה צווישן שותפים: דער פילטער אויפ׳ן קאמפיוטער.

נישט מיט קולות, נישט מיט א פינגער אויף קיינעם, און זיכער נישט מיט א טענה אז יעדער מענטש און יעדער ארבעטס-פלאץ איז די זעלבע. נאר א פערזענליכע בליק פון אן ערליכער איד וואס האט געדארפט א ברייטע אינטערנעט פאר קאמפליצירטע ביזנעס-ענינים, האט פרובירט מהלך נאך מהלך, און האט נישט אויפגעהערט זוכן ביז ער האט געקענט זאגן: יעצט קען איך ארבעטן - און יעצט קען איך אויך זיין רואיג.

א גוטן ר׳ שמואל לייב. בעפאר מיר קומען צום קאמפיוטער און זיינע נסיונות, וואס פונקטליך טוט "ישרות"?

איך בין א פארמיטלער צווישן מענטשן ביי דיני ממונות. געשעפטליכע סכסוכים און ירושות. מענטשן קומען צו מיר ווען זיי זענען פארהאקט אין א מחלוקה און זוכן א וועג ארויס דורך א פשרה.

איך בין נישט קיין דיין, און עכט דארף איך זייער אכטונג געבן נישט צו זאגן וואס די הלכה איז. ווייל אויב עס קומט זיך פאר א מענטש געלט ע''פ הלכה און איך רעד אים איין מוותר צו זיין דערויף אן ער זאל וויסן די הלכה, קען איך חלילה זיין ווי איינער וואס נעמט צו יענעמס געלט.

ווען עס פעלט אויס, בעט איך טאקע די צדדים צו גיין פרעגן א דיין, כדי זיי זאלן וויסן אויף וואס זיי זענען מוותר.

אבער דער חילוק צווישן מיר און א דיין איז אז ביי מיר שרייבט מען נישט אונטער קיין שטרי בירורין; ביידע צדדים קומען ווילנדיג, און איך קום אריין מער ווי א דרויסנדיגער דעת בעל הבית, צו זען זאכן וואס זיי זעען יעצט נישט און פרובירן זיי צוזאמענברענגען מערסטנס טייל דורך א פשרה וואס ביידע גייען בעז"ה ארויס צופרידן.

דאס קלינגט זייער שיין ווען מ׳זאגט עס אזוי רואיג. אבער דער מענטש וואס קומט אריין איז דאך געווענליך נישט אין דעם רואיגן מצב... ער איז זיכער אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט, און יענער איז הונדערט פראצענט נישט גערעכט, און יעצט זאלט איר מאכן שלום. נו, וואו הייבט מען אן?

איך האב אמאל געהערט א מורא׳דיג ווארט: יעדע מחלוקה האט צוויי צדדים - מיין צד און דיין צד. אבער ווען איך הייב אן פארשטיין דיין צד, און דו הייבסט אן פארשטיין מיין צד, ווערן עס שוין פיר צדדים...

ווילאנג יעדער האט נאר געהאט איין צד איז יעדער געקומען צו באווייזן אז ער איז גערעכט; אבער יעצט אז ביידע הערן אויך די צווייטנ'ס צד קען זיך אנהייבן שלום.

איך נעם נישט קיין שלום-בית אדער שכנים-קעיסעס, נאר געלט-סכסוכים, שותפות און ירושות. מענטשן קומען דורך דעם וואס זייערע רבנים און לויערס שיקן זיי צו מיך בס"ד, צומאל נאכדעם וואס דער קריג שלעפט זיך שוין יארן.

אמאל איז דער שלום אז מען ברענגט זיי צוריק צוזאמען, און אמאל איז דער שלום גאר אז מען צעטיילט די שותפות אויף א וועג וואס וועט נישט שאטן פאר ביידע צדדים. צומאל איז דער בעסטער סוף אז יעדער גייט זיין וועג, אבער אן דעם אז די מחלוקה זאל זיי ווייטער אויפעסן. אויך דאס הייסט שלום.

איר זאגט "אויפעסן". איז דאס טאקע וואס געלט-מחלוקת טוט מיט א מענטש?

זייער אפט.

מענטשן רעדן זיך איין אז די מחלוקת איז נאר איבער געלט.

אבער אונטער די נומערן ליגט א ווייטאג: יענער האט מיך נישט אנערקענט, ער האט פארגעסן וואס איך האב אריינגעלייגט, ער האט מיך נישט מכבד געווען. געווענליך קומט אלעס אן צו בייגן די מידות. נאר ביי געלט-סכסוכים איז מען מלבש די מידות פראבלעם אין די געלט חלק.

מ׳זאגט א טייטש פון חסיד'ישע ספרים: "השם גבולך שלום, חלב חטים ישביעך". ווען מ׳לייגט א גרעניץ צום קריג און עס קומט שלום, דאן איז חלב חטים ישביעך, עס קומט אריין ברכה.

איך האב עס געזען מיט די אויגן. א קעיס וואס איז געלאפן דרייצן יאר און איז שוין געלעגן יארן ביי א לויער, איז ביי מיר בסייעתא דשמיא געקומען צו א פשרה אין דריי חדשים, און די שותפים האבן גלייך דערנאך געזען אן אויסטערלישע ברכה אין די ביזנעס.

לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום! גיבט אונז א מעשה דורכאויס די יארן אין "ישרות" וואס איז אייך ממש געבליבן אין קאפ.

איך האב געהאט צוויי שותפים וואו דער חשבון איז געווען אז איינער האט ארויסגענומען בערך צוויי און א האלב מיליאן דאלאר מער פונעם צווייטן.

מ׳איז געזעסן ביי מיר ביים טיש, די טענות זענען אויסגעשמועסט געווארן, און פלוצלינג זאגט דער שותף צו וועמען ער איז געקומען דאס געלט: "איין מיליאן דאלאר בין איך דיר מוחל. אויפ'ן איבריגן אנדערטהאלבן מיליאן מאך א פעימענט-פלאן."

איך פארשטיי נישט, מענטשן טראכטן איבער צוויי מאל פאר זיי זענען מוחל פינף דאלאר וואס א חבר האט געבארגט... און דא פליט א מיליאן אראפ פונעם טיש?

איך בין אויך ממש געבליבן פארפרוירן. מוחל זיין א מיליאן דאלאר איז נישט א זאך וואס מ׳הערט יעדן טאג.

צוויי יאר שפעטער האב איך אים געפרעגט ווען איך האב אים געטראפן: "זאג מיר דעם אמת, וויאזוי האסטו געקענט מוחל זיין אזא סכום?"

זאגט ער מיר: "דו ווייסט וויפיל געלט איך אליין האב ארויסגענומען פונעם ביזנעס זינט דעמאלט? אסאך מער פון וויפיל איך האב מוחל געווען. פרעג איך דיך: האב איך דערלייגט, אדער האב איך געמאכט? איז דאס נישט געווען א גוטע ביזנעס-אינוועסטמענט?"

בקיצור, ער האט "פארלוירן" א מיליאן, איז געבליבן מיט'ן ביזנעס, און האט אין צוויי יאר ארויסגענומען איין מיליאן צוויי הונדערט טויזנט. אזא פארלוסט וואונטשן מיר פאר יעדן...

דאס איז פשרה.

נישט אז איינער האט בלויז נאכגעגעבן א מיליאן, נאר אז ער האט געקענט זען וואס ער גייט פארדינען דורכ'ן נישט שטיין אויף יענעם מיליאן.

איר הערט אזויפיל ביזנעס-קעיסעס, איר זענט שוין כמעט געווארן א ביזנעס-קאנסאלטענט אויך...

איך האב נישט ליב ווען מ׳רופט מיך אזוי. אבער יא, יעדער מענטש לערנט מיך אויס זיין ליין, און במשך די יארן לערנט מען זיך אסאך. צומאל קען איך אפילו ווארענען א מענטש פאר ער גייט אריין אין א געשעפט, וויבאלד איך קען זייער אסאך אינדוסטריעס.

לעצטנס האט איינער געוואלט אריינלייגן בערך צוואנציג טויזנט דאלאר אין א געוויסן ביזנעס; איך האב געוואוסט פון אן אנדערן איד וואס האט אין דער זעלבער ליין אריינגעלייגט איבער א מיליאן דאלאר און איז ארויס מיט א גרויסן פארלוסט, האב איך פאר יענעם געזאגט אז צוואנציג אלפים איז א קינדער-שפיל פאר אזא ביזנעס. אזוי האב איך יענעם געקענט ראטעווען אז כאטש צוואנציג אלפים זאל נישט גיין לטמיון.

ווען איר זיצט מיט אזעלכע קאמפליצירטע חשבונות, גייט אלעס פנים אל פנים, מיט פאפירן אויסגעשפרייט אויפ׳ן טיש?

נישט אלעמאל.

עס זענען דא מענטשן מיט וועמען איך טו אלעס אויפ'ן טעלעפאן און איך קען זיי אפילו נישט פערזענליך.

אבער ווען מען זיצט אין אפיס דארף מען אסאך מאל דורכגיין וועבסייטס, חשבונות, קאנטראקטן און פארשידענע ביזנעס-אינפארמאציע. איך האב א גרויסן סקרין אינעם אפיס, אזא רבי'שן סקרין... אז ווען צוויי מענטשן זיצן ביי מיר זאל יעדער קענען מיטהאלטן וואס מען ווייזט און וואס מען רעכנט.

און אט דער גרויסער סקרין, וואס העלפט אייך מאכן קליין די מחלוקת, האט אייך געמאכט גרויס די פילטער-פראגע...

פונקט אזוי.

זייער אסאך מאל דארף איך אריינגיין אין א וועבסייט וואס איך האב קיינמאל פריער נישט גענוצט. איך קען נישט פאראויס וויסן וועלכע סייט דער קומענדיגער קעיס וועט פארלאנגען.

איז דא האט זיך אנגעהויבן די זוכעניש: וויאזוי האלט מען דעם קאמפיוטער שטארק אפגעהיטן, ווען מיין ארבעט פארלאנגט אז איך זאל האבן ברייטע עקסעס, און אז אלעס וואס איך דארף זאל זיין פולקאם אפן אן קיין פראבלעמען.

מיט וואספארא פילטער האט איר אנגעהויבן?

איך האב געהאט דעם געווענליכן גדר-פילטער.

א פילטער איז דאך א פילטער, דאס קען האבן פראבלעמען?

עס זענען פארהאן אלעס סארטן פילטערס יעדע כפי דרגא דילי'. איינס איז שטערקער אדער שוואכער פונעם צווייטן.

אלעס וואס איז אונטער די שטערקסטע פילטער, באדייט, אז דאס קען האבן מכשולות אויף פארשידענע אופנים.

אבער איך האב געוואוסט איין זאך: איך זיץ אליין אין אפיס, און איך וויל האבן דאס בעסטע וואס איך קען האבן.

האב איך קודם פרובירט א ווייטליסט. דער געדאנק דערפון איז זייער שטארק; אלעס איז פארמאכט, אויסער וואס דו בעטסט ספעציעל צו עפענען. דער עצם פאקט אז מ׳דארף בעטן איז שוין א גדר.

א גוטער געדאנק. אלעס פארמאכט, מען עפנט נאר וואס מען דארף. פארוואס האט זיך די שידוך נישט אויסגעארבעט?

למעשה האב איך נישט געקענט געהעריג ארבעטן אזוי.

א סייט קען אויסקוקן אפן, אבער אין בעק ענד לויפן אנדערע סערוויסעס און טיילן. דאס הייסט ס'איז דא די מעין וועבסייט סאפטוועיר, דערנאך קענען זיין פארשידענע אנדערע סאפטוועירס און עפפס 'אינערהאלב' די מעין וועבסייט, וואס קען אויסקומען אז אפילו די הויפט וועבסייט איז אפן, זאלן אבער פארשידענע אינסייד פעידזשעס זיין פארמאכט, און אויב דאס איז נישט אפן געהעריג, ארבעט דער סייט נישט ווי עס דארף.

איך האב כסדר געדארפט צוקומען צום קאסטומער-סערוויס פון גדר, און פאר מיין סארט ארבעט, וואו איך מוז זיך שנעל אריינלייגן אין א פרישן קעיס מיט פארשידענע ביזנעס וועבזייטלעך וואס טיילמאל איז דאס פריוואטע זייטלעך פון א ספעציפישן ביזנעס, איז עס געווען זייער שווער.

דער סייט איז אפן, אבער ער ארבעט נישט; דער קאסטומער-סערוויס ארבעט, אבער איר קענט נישט ווארטן... איר האט נישט געקענט מיט אייער עקספיריענס אויסארבעטן עפעס א פשרה...?

זעהט אויס אז נישט.

איך בין צוריק צום געווענליכן פילטער, נאר איך האב געבעטן אז בלויז די קאטעגאריעס וואס איך דארף פאר דער ארבעט זאלן זיין אפן.

דאס איז שוין געווען מער נוצבאר, אבער ביי סייטס מיט אסאך בילדער האב איך געדארפט זיך אליין איינהאלטן וואו צו גיין און וואס נישט צו עפענען. בילדער קענען זיין נישט געהעריג געבלאקט, טיילמאל כאפט נישט די סיסטעם אויף אז דאס איז א בילד פון א מענטש, אסאך מאל איז עס בלויז למחצה ולשליש געבלאקט. און נאך אנדערע לעכער.

איך האב געשפירט אז איך זוך נאך אלץ עפעס בעסער.

דא קען דאך דער מענטש אין קאפ אריינרעדן: "שמואל לייב, לאז אפ. דו ביסט אן ערליכער איד, דו ביסט פארנומען מיט מיליאן-דאלאר חשבונות, דו וועסט שוין אליין אכטונג געבן." האט איר נישט געהערט יענע קול?

איך האב עס געהערט, אבער איך האב עס נישט געוואלט אננעמען. איך זיץ אליין אין אפיס, קיינער שטייט נישט נעבן מיר, און יעדער מענטש האט א יצר הרע. איך אויך.

איך האב עס געזוכט ווייל איך האב געוואלט זיין ערליך מיט מיר אליין. א מענטש דארף נישט ווארטן ביז ער האט א מעשה צו מודה זיין אז א בעסערער גדר וואלט אים גוט געווען.

נו, ווייטליסט איז נישט געגאנגען, דער געווענליכער מהלך האט אייך נישט געגעבן גענוג רואיגקייט. וואס איז געווען דער קומענדיגער סטאנציע אויף דער פילטער-רייזע?

ווען "גדר סעיף-זאון" איז ארויסגעקומען האב איך עס פרובירט.

איך האב געהאפט אז דאס וועט געבן א שטארקן בילדער-פילטער מיט א גוטן ארבעטס-מהלך. למעשה האבן זיך ביי מיר אסאך סייטס נישט געהעריג געעפנט, און איך האב ווייטער נישט געקענט ארבעטן ווי עס דארף צו זיין.

איך האב געוואוסט פון נעטפרי, און אז עס איז גאר שטארק. איך האב אבער געוואלט בלייבן אונטערן קהילה-פילטער, און איך האב דעמאלט געמיינט אז נעטפרי איז נישט דער מהלך דערפאר.

אבער נעטפרי קען מען היינט אויך האבן אונטער א קהילה.

איך הער.

דאס האב איך דעמאלט נישט געוואוסט. למעשה האב איך ווייטער געזוכט א מהלך וואס זאל מיר געבן ביידע זאכן: אפגעהיטנקייט צוזאמען מיט געהעריגע ארבעטס-מעגליכקייט. דעמאלט בין איך געוואויר געווארן איבער "גדר פלאס".

און דא האט זיך ענדליך געשלאסן די פשרה, צווישן אייער פרנסה און אייער רואיגקייט?

יא ב"ה.

זינט איך האב עס גענומען בין איך זיך באמת מחי'.

וואס טוט עס אנדערש ווי די אלגעמיינע פילטער? זייט עס מסביר פשוט, אויך פאר דעם ליינער וואס פארשטייט צו פילטערס בערך וויפיל מיר פארשטייען צו א צוויי-און-א-האלב מיליאן דאלאר פשרה.

דער פילטער ארבעט ווייטער מיט קאטעגאריעס. אבער די בילדער גייען דורך א בילדער-פילטער. די נישט-פאסיגע בילדער ווערן שווארץ, מ׳זעט זיי בכלל נישט, און די אנדערע בילדער בלייבן געהעריג אפן.

דער סייט אליין קען דעריבער ארבעטן געהעריג; דאס איז נישט אז יעדער איינציגער סייט דארף זיין פאראויס אויף א ווייטליסט.

ווען איך דארף א פריוואטן אדער אומבאקאנטן סייט, קען איך בעטן עס צו עפענען, און געווענליך געשעט דאס אויטאמאטיש אין עטליכע סעקונדעס. דאס האט געמאכט א גרויסן חילוק פאר מיין ארבעט.

דא האט איר געזען אז דאס איז ריין פון מכשולות?

איך קען מיך נישט אויס צו טרעפן אלע לעכער פון פילטערס... אבער אין די באנוץ פון יעדן טאג, און אין די הלוך-ילך וויאזוי סתם א מענטש גייט צו צו א קאמפיוטער, אין סיי-וועלכע סייט פאר ביזנעס אדער שאפינג, איז עס ב"ה הונדערט פראצענט ריין פון מכשולות.

זינט איך בין אריבער צו גדר+ האב איך זיך נישט אנגעטראפן אין א מכשול פון שמירת עינים אדער ענליך ב"ה.

לויט ווי איך פארשטיי איז גדר פלאס מעגליך אביסל שוואכער ווי נעטפרי, אבער איך קען מיך נישט אויס. און איך קום נישט דא פסק׳ענען פאר יעדן מענטש וואס ער זאל נעמען. יעדע ארבעט איז אנדערע, און יעדער דארף זיך דורכרעדן מיט די רבנים און די פילטער-מומחים וואס קענען זיין מצב.

איך קען נאר דערציילן מיין פערזענליכע מציאות: אין מיין טעגליכן באנוץ האב איך נישט געטראפן קיין ממשות׳דיגן מכשול.

איר זאגט שוין צום צווייטן מאל "דעם מהלך וואס איך האב געזוכט". וואס האט איר באמת געזוכט?

רואיגקייט.

רואיגקייט. נאר דאס איין ווארט?

רואיגקייט. אין דעם איין ווארט ליגט אלעס.

אז איך בין אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט איך זאל נישט האבן נסיונות פארנט פון מיך.

א יצר הרע וועל איך אלעמאל האבן ווילאנג איך לעב, אבער דער יצר הרע זאל נישט טאנצן פארנט פון מיך אין א שטילן פארמאכטן אפיס.

איך האב געוואוסט וואס איך וויל קענען שפירן ווען איך זיץ אליין ביים קאמפיוטער.

עס איז דא א פשוט׳ער פארהער וואס א מענטש קען מאכן מיט זיך אליין: "וואלט איך געווען רואיג צו לאזן מיין זון זיצן ביי דעם קאמפיוטער אזוי ווי ער איז יעצט?"

ביים פריערדיגן מצב בין איך נישט געווען באקוועם צו ענטפערן "יא". היינט בין איך יא באקוועם.

דאס איז א שארפע פראגע! וואלט איך געווען רואיג צו לאזן מיין זון זיצן ביי דעם קאמפיוטער אזוי ווי ער איז יעצט?" ווייל ווען דער טאטע זיצט דארט הייסט עס בדרך כלל האפנטליך "פרנסה", אבער ווען דער זון זיצט דארט זעט מען פלוצלינג דעם קאמפיוטער אן דעם טיטל אויפ׳ן טיר...

ריכטיג.

איך רעד נישט דא אז אינטערנעט ווערט א לכתחילה. אינטערנעט בלייבט עפעס וואס מ׳נוצט נאר וואו עס פעלט אויס לצורך פרנסה און לויט די הוראות. אבער לגבי די מכשולות וואס קענען אריינקומען אינעם ארבעטס-טאג, שפיר איך היינט פיל מער רואיג.

און איך וואלט נישט געהאט א פראבלעם אז מיין זון זאל זיצן דארט, ווען נישט דער עצם אינטערנעט פראבלעם.

לאמיר זיין אמת'דיג. עס זענען דא חשוב׳ע, ערליכע ביזנעסלייט מיט א געווענליכן פילטער, און זיי שפירן באמת מסודר. וואס קענט איר זאגן דערוועגן?

איך וויל נישט רעדן אויף קיין שום מענטש און נישט אפשאצן יענעמס מדריגה.

איך ווייס נישט יענעמס ארבעט, זיינע מעגליכקייטן אדער וואס ער האט שוין פרובירט.

אבער איך האב שוין געהאלפן אסאך מענטשן ארויפצולייגן א בעסערן פילטער, און איך פרעג זיי זייער פשוט: "דו ווילסט טאקע וויסן ווי אפגעהיטן דו ביסט, אדער דו ווילסט זיך נאר בארואיגן אז דו האסט עפעס?"

אביסל אן אומבאקוועמע פראגע...

יא. אבער דאס איז נישט קיין באשולדיגונג.

צומאל ווייסט א מענטש נישט גענוג וואס זיין פילטער לאזט דורך. צומאל האט ער זיך שוין צוגעוואוינט צו זאכן און כאפט אפילו נישט אז דאס וואלט אים אמאל געשטערט.

דאס מיינט נישט אז ער איז א שלעכטער מענטש. פארקערט, ער קען זיין א חשוב׳ער, ערליכער איד וואס איז פשוט אזוי פארנומען מיט'ן ארבעטס-טאג, אז ער האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט צו איבערקוקן דעם מצב פון פריש.

דעריבער איז מיין מעסעדזש נישט "דו ביסט נישט גוט". מיין מעסעדזש איז: מאך אמאל דעם פארהער. פרעג וואס איז היינט פארהאן, וועלכע שטארקערע אפציעס דיין פילטער-קאמפאני האט, און צי דו קענסט ארויפגיין נאך א שטאפל אן חרוב מאכן דיין ארבעט.

איר זאגט אז א מענטש קען זיך צוגעוואוינען און שוין נישט כאפן. האט איר דאס אמאל געזען ממש פון דער נאנט?

יא. איך האב אמאל געזען א וואוילער איד זיצן אין אפיס און קוקן א מוזיק-ווידעא פון יו-טוב, מיט נישט-אויסגעהאלטענע בילדער.

איך קום אריין אין זיין אפיס, און איך בין געבליבן ביים טיר שאקירט.

איך האב אים געפרעגט זייער איידל: "אנטשולדיגט, איר זענט אן ערליכע איד, וואס גייט דא פאר?"

זאגט ער מיר: "איך ווער נישט נכשל דערפון."

האב איך אים געזאגט: "איך רעד נישט יעצט צי עס וועט דיך ברענגען צו גיין נאך ווייטער. דאס עצם קוקן איז דאך א פראבלעם."

און ער האט עס באמת נישט געכאפט, נישט ווייל ער האט געוואלט זיין הפקר, נאר אין זיין קאפ איז די גאנצע שאלה געווען נאר צי דאס ברענגט אים נסיונות. ער האט נישט געטראכט אז סתם קוקן אויף וואס מ׳טאר נישט איז אליין נישט אויסגעהאלטן, און איז א געהעריגן איסור דאורייתא.

אוודאי איז דא אזא זאך ווי אן אומווילנדיג בליק וואס אויב קוקט מען גלייך אוועק האט מען נישט עובר געווען. אבער בידים קוקן, דאס איז דאך א געהעריגן איסור.

איך האב אים פרובירט צו זאגן די פשוט'ע הלכה, אבער ער האט זיך גע'טענה'ט מיט מיך.

איך בין דאן אריבער צו די חשוב'ע ארויסגעבער פון די בארימטע גליון טהור עינים, און געבעטן זיי זאלן מיך אפשרייבן א קורצע תשובה איבער די פשוט'ע גדרים פון שמירת עינים.

זיי האבן מיך געשיקט די טרוקענע הלכות וואס עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך, אז אפילו אצבע קטנה פון א פרוי איז א געהעריגן איסור. און יעדע ראי' איז א באזונדערע עבירה.

ווייל ראיות אסורות איז אן עבירה פאר זיך, נישט קיין חילוק צי ס'ברענגט נסיונות. און נישט קיין חילוק ווי צניעות'דיג א פרוי איז, קען זיין אן איסור דאורייתא צו קוקן אויף איר.

און בכלל, א בשר ודם קען דען זאגן אויף זיך אז ער ווערט נישט נכשל. דער גרעסטער צדיק קען נישט גלייבן אין זיך, וואס קענען אונז פשוטי עם זאגן אין דעם.

זעט אויס אז זיין היתר איז געווען 'עבר ושנה נעשה לו כהיתר'.

אט אזוי.

די מעשה האט מיר געוויזן ווי גרינג א מענטש קען ווערן צוגעוואוינט. ער זאגט באמת וואס ער שפירט. אבער אפשר שפירט ער שוין נישט, ווייל דער אויג האט זיך צוגעוואוינט.

וואו קומט אייך אויס צו העלפן אנדערע אידן צו ארויפגיין שטאפלען מיט זייער פילטער?

וויבאלד איך האב קליענטן פון אלע סארטן, קומען אראפ צו מיך די גרעסטע ביזנעס-לייט צו פארמיטלען סכסוכים, איז אסאך מאל קאנעקטן זיי זייער כלי צו מיין קאמפיוטער צו צייגן דאקומענטן.

אבער ווען דאס עפנט זיך און איך זע אפענע אינטערנעט אן קיין שטארקע גדרים, זאג איך זיי, אנטשולדיגט, דאס איז מיין קאמפיוטער און איך לאז דאס נישט עפענען ביי מיך.

איך זאג נישט פאר יענעם אז ער איז נישט גוט, איך זאג סך הכל אז ביי מיר בין איך בעל הבית און איך קען נישט אדורכלאזן מכשולות ביי מיר אין אפיס.

זייער אסאך מאל פארקירעוועט זיך די שמועס צו פילטערס. ב"ה כלל ישראל וויל זיין אפגעהיטן און ווען מ'הערט אז ס'איז דא שטערקערע שטאפלען אין פילטערס, בעטן זיי פון מיך אויב איך קען זיי ארויסהעלפן ביז דאס ווערט אינסטאלירט.

איך הייב אלץ ארויס מיין פערזענליכע געשיכטע, דאס אז איך דארף צוקומען כסדר צו פארשידענע וועבסייטס און איך מוז האבן עקסעס צו טיפע סאפטוועירס וכדו', און אז איך קען זיך באגיין מיט דעם סארט פילטער, באדייט דאס אז יעדער, אדער כמעט יעדער, קען טון דאס זעלביגע.

איר רעדט זייער אפן אז יעדער מענטש האט א יצר הרע. עס איז דא מענטשן וואס זאגן מיט א זיכערקייט: "ביי מיר איז דאס נישט קיין נסיון."

איך גלייב נישט אין דעם מהלך. יעדער מענטש האט נסיונות, יעדער האט זיינע גדרים, און יעדער קען דורכפאלן. דער יצר הרע ארבעט ביי מיר פונקט ווי ביי יעדן אנדערן.

דאס איז נישט קיין בושה. די שאלה איז נאר צי איך לאז אים זיצן מיט מיר אליין אין אפיס ביי אן אפענער טיר, אדער איך פארמאך אים דעם וועג נאך פאר ער הייבט אן רעדן.

הייסט עס, אז אויב לייגט מען ארויף די בעסטע פילטער וואס האט נישט קיין מכשולות האט מען אפגערוימט דעם יצר הרע?

מיט'ן יעצטיגן פילטער האב איך נאך א יצר הרע, און ער איז העיר טו סטעי עד יום האחרון.

אבער אינעם פרט פונעם קאמפיוטער שפיר איך אז איך האב אים נישט געגעבן וואו אריינצוקומען. איך קען אריינגיין אין אפיס, טון מיין ארבעט, און זיך אויפשטעלן סוף טאג פונעם קאמפיוטער מיט'ן רואיגן געפיל: היינט בין איך נישט נכשל געווארן מיט קיין שום מכשול! דאס איז פאר מיר א געוואלדיגע זאך.

יעצט וועלן די טעכנאלאגיע-ליבהאבער פרעגן: קומט נישט אויס אז מיט א שטארקן פילטער פארלירט מען די נייע כלים, בפרט די גאנצע עי-איי וועלט וואס לויפט שנעלער ווי מיר אלע?

יא, עס קען זיין אז געוויסע עי-איי זאכן זענען געבלאקט, און דאס קען אמאל זיין אן אפקומעניש. אבער טאקע דאס איבערצייגט מיך אז איך האב געטון די ריכטיגע שריט!

אויב עי-איי איז נישט בלאקירט, וויל איך נישט טראכטן איבער דעם יצר הרע וואס קומט מיט דעם.

איך האב למשל שטרות און קאמפליצירטע דאקומענטן וואס איך וואלט געוואלט מסדר זיין מיט מיין געפילטערטע עי-איי, למעשה די הלכה חלק האט די פילטער נישט אדורכגעלאזט וויבאלד דאס האט מיט אידישקייט, אבער די פראקטישע חלק האט יא געארבעט.

איך בין נישט קיין פראגרעמער און איך האב נישט גענוצט קיין פראגרעמער, אבער איך האב אויפגעבויט מיין גאנצע וועבסייט "ישרות.קאם", דורך די געפילטערטע עי-איי.

דאס ווייזט אז אפילו מיט א שטארקן פילטער קען מען יא נוצן געוואלדיגע נייע כלים.

אבער אפילו ווען ס'גייט נישט אזוי גרינג, איז עס נישט שווער אין מיין מח.

ביי מיר איז עס קלאר: קודם וויל איך זיין אפגעהיטן, און אינעווייניג אין יענעם ראם זוך איך וויאזוי צו באקומען וואס איך דארף פאר דער ארבעט.

פאר'ן שמועס האט איר אונז געזאגט אז אסאך האבן אייך שוין געוואלט האבן פאר אן אינטערוויו, אבער איר האט יעדן אפגעזאגט ביז היינט. וואס האט "הבדלה" זוכה געווען אז איר האט יא מסכים געווען? מיר האבן אויך א גוטן פארמיטלער?...

איך האב א שטארקן רעספעקט פאר "הבדלה". יעדע "הבדלה בליצן" ליינט מען ביי מיר אין שטוב פון דעקל צו דעקל. איך גיב טאקע נישט קיין אינטערוויוס פאר יעדן, אבער ווען "הבדלה" האט געבעטן האב איך געשפירט אז דער שמועס קען האבן א תועלת.

"הבדלה" רעדט נישט בלויז. עס מאכט אז מענטשן זאלן נעמען קליינע, אבער ממשות׳דיגע טריט.

ר׳ שמואל לייב, לאמיר פארענדיגן מיט א גוטע פשרה, נישט מיט א דרשה, נישט מיט שולד-געפילן, נאר מיט איין זאך וואס דער ליינער קען ממש טון. א איד ליינט דעם שמועס און טראכט: "אפשר וואלט איך טאקע געקענט זיין אביסל בעסער אפגעהיטן, אבער איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן." וואס זאגט איר אים?

זאל ער נישט אנהייבן מיט'ן קוקן אויף א צווייטן. זאל ער אנהייבן מיט איין ערליכע פראגע צו זיך אליין: "בין איך באמת רואיג מיט מיין מצב?"

אויב ער הערט אינעווייניג א שטימע "נישט אינגאנצן", זאל ער דאס נישט דערשטיקן.

דאס מיינט נישט אז ער דארף מארגען פארמאכן זיין ביזנעס, ער קען פשוט אנרופן זיין פילטער-קאמפאני, פרעגן וועלכע בעסערע שטאפלען זענען פארהאן, זיך דורכרעדן מיט א רב אדער א מומחה, און זען וואס קען ארבעטן פאר זיין פרנסה.

איך בין אויך נישט אנגעקומען צו מיין יעצטיגן מהלך אין איין טאג.

איך האב פרובירט א ווייטליסט, איך האב זיך געמוטשעט, איך בין צוריק, איך האב פרובירט נאך א סיסטעם, און איך האב ווייטער געזוכט.

דער עיקר איז אז איך האב נישט געזאגט: "עס ארבעט נישט פונקט ווי איך וויל, איז לאמיר בלייבן ביים גרינגסטן."

איך האב געזוכט ביז איך האב געפונען א וועג וואס לאזט מיר טון מיין ארבעט - און לאזט מיר אויך אהיימגיין מיט א רואיג הארץ. אפגעהיטן הונדערט פראצענט.

וויאזוי וואלט איר געזאגט דער גאנצער שמועס אין איין שורה?

זוך דעם גדר וואס לאזט דיך זיך אויפשטעלן ביים סוף טאג און זאגן מיט אמת:

"ברוך השם, היינט האב איך געהאט וואס איך דארף פאר דער פרנסה, און איך בין געבליבן אפגעהיטן!"

יישר כח ר' שמואל לייב פאר'ן איבערגעבן אייער פערזענליכע געשיכטע וואס וועט בעז"ה זיין אינספירירנד פאר די צענדליגער טויזנטער ליינער, צו זען די בעסער אפציעס וואס עס זענען פארהאן בעז"ה אין די היינטיגע וועלט צו טון פרנסה אן קיין שום מכשולות וואס זאל זיך וואלגערן אינעם קאמפיוטער. ויה"ר שתשרה שכינה במעשי ידך!

More in this printout

View the whole printout