Skip to content
פרדס יהודה

פון וואו זענען געקומען די אתרוגים איבערנאכט

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

איין זומער איז געווען אין פולין א זייער קאלטער וועטער און אין ווארשא איז נישט געווען צו באקומען אתרוגים און עס האט זיך דערנענטערט דעם יום טוב סוכות און מען זוכט עצות וואס צו טאן, דערווייל איז געווען א גוי א כיטרא סוחר וואס האט געוואוסט ווי אזוי צו שאפן אתרוגים און ער האט געוואוסט אז דא אין ווארשא וועט ער קענען זייער שיין פארדינען, ער האט געדונגען א געשעפט און ארויס געלאזט א מעלדונג אז ביי אים איז דא צו פארקויפן אתרוגים. דער עולם איז געווארן פריילאך אז מען וועט האבן אתרוגים אויף יו"ט אבער ווען די ערשטע אידן האבן אויס געקליבן זייערע אתרוגים האט דער גוי געבעטן א גאר הויכן פרייז, און ווען די אידן האבן זיך געטענה'ט מיט אים האט דאס נישט געהאלפן, זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה און ווען זיי האבן מסכים געווען צו באצאלן די הויכע פרייז האט די גוי געזען אז די אידן זענען גענויטיגט אין זיין סחורה, האט דער גוי שוין געבעטן א העכערן פרייז, די אידן האבן געזען מיט וועמען זיי האנדלען און זענען ארויס געגאנגען, אזוי האבן פרובירט אנדערע צו האנדלען מיטן גוי און האבן שוין מסכים געווען אויפן הויכן פרייז אבער דער גוי איז אלץ געגאנגען העכער און העכער. אלע האבן שוין געהערט פון דער גויאישער סוחר און געוואוסט אז מען האט נישט מיט וועמען צו רעדן. זענען די ראש הקהל געגאנגען צום הייליגן חידושי הרי"ם פון גור זוכן א עצה וואס צו טאן און ווי אזוי באקומט מען אתרוגים אויף יו"ט א פָאר טעג פַאר סוכות! דער רבי האט געטראכט און געזאגט ער האט א פלאן, מען זאל שנעל רופן די אלע אתרוגים סוחרים פון ווארשא זאלן קומען צו אים ווייל ער האט א עצה ווי צו לייזן דעם פראבלעם פון גוי און זיינע אתרוגים! שנעל זענען געקומען די סוחרים און דער רבי האט זיי געגעבן א עצה וואס זיי זאלן טאן אבער קיינער טאר נישט וויסן פון דעם פלאן נאר זיי אליין. די סוחרים זענען ארויס זייער צופרידן מיטן פלאן און שנעל גענומען צו די ארבעט, אינדערפרי זענען געווען אויס געשטעלט אין די פענסטער'ס פון די אידישע אתרוגים געשעפטן פול מיט גאר שיינע אתרוגים, די געשעפטן זענען נאך געווען פארמאכט לויטן באפעל פון רבי'ן נאר צו עפענען 11 אזייגער. אבער די פענסטער'ס זענען שוין געווען אויס געשטעלט פון גאר פרי. מענטשן פון ווארשא שפאצירן גיין דאווענען און לערנען און אלע זעען די שיינע אתרוגים אין די פענסטער'ס פון די געשעפטן, בליץ שנעל זענען די אידן פון ווארשא געווארן פריילאך אז ענדע וועלן זיי האבן א אתרוג דעם יאר און מיט א נארמאלן פרייז. די שמיעה איז אויך אנגעקומען צו דעם גויאישן סוחר און ער אליין איז געגאנגען קוקן אין די פענסטער'ס און זעעט טאקע גאר שיינע אתרוגים, עס ווערט אים שלעכט ווייל יעצט נישט נאר וואס ער האט זיך בַאנַערִישט און געבעטן אלעמאל א העכערן פרייז און דערווייל גארנישט פארקויפט און יעצט שטייט ער בכלל צו דערלייגן אלעס ווייל קיינער וועט נישט קויפן א אתרוג ביי אים בשעת די אידישע סוחרים האבן גענוג סחורה! ער האט געעפנט זיין געשעפט און א פאר אידישער סוחרים זענען אריין צום גוי מיט געלט און אים געפרעגט אויב ער וויל פארקויפן זיין סחורה? האט ער זיין שטאלץ געבראכן און געזאגט אויב איינער וועט אים געבן חאטש וואס ער האט אריינגעלייגט אין געשעפט איז ער מסכים דאס צו טאן! די אידישע סוחרים האבן מסכים געווען און אפגעקויפט ביים גוי אלע זיינע אתרוגים, און דער גוי איז אנטלאפן פון ווארשא פרייענדיג זיך אז ער האט נישט דערלייגט זיין געלט. יעצט האט שוין די שטאט ווארשא באקומען גענוג אתרוגים און דער הייליגער חידושי הרי"ם האט אויך באקומען א אתרוג הדר. נאך סוכות האבן די סוחרים דערציילט וואס איז געווען די קלוגע עצה פון רבין ווי אזוי מען צוברעכט דעם גוי. דער רבי האט געהייסן די סוחרים זאלן נעמען מיינסטער'ס וואס זאלן מאכן אתרוגים פון האלץ און דאס פארבן אז זיי זאלן אויסזען ווי אמת'ע אתרוגים און די פאלשע אתרוגים זאלן זיין אין די פענסטער'ס פון גאר פרי כדי אלע זאלן זען אז עס זענען דא אתרוגים און מען האט נישט געמעגט עפענען די געשעפטן ווייל מען זאל נישט באטראכטן די אתרוגים און גלייך זען אז זיי זענען האלץ און דער גוי וועט זיך דערוויסן, אבער נאך וואס דער גוי האט אליין געזען אז אתרוגים זענען אין די פענטסטער'ס איז אים נישט איינגעפאלן אז די אתרוגים זענען פון האלץ, און אזוי האט ער זיך געבראכן און די סוחרים האבן באקומען אתרוגים צו פארקויפן פאר זייערע קונים. אזוי מיטן חכמה פון דעם חידושי הרי"ם האט ווארשא געקענט מקיים זיין די ד' מינים בהידורו זיע"א.

More in this printout

View the whole printout