דער הייליגער סטייפלער גאון דער בעל קהלות יעקב זצוק"ל איז אמאל אריין אין א געשעפט זוכן א לולב אבער ער האט נישט געטראפן עפעם אין זיין גלייכן און ער האט געזאגט פאר זיין משמש מען דארף שוין גיין און דער משמש האט פארשטאנען אז דער גאון האט דא נישט געטראפן קיין לולב, און זיי גייען נאנט צום טיר ארויסגיין, ווען דער סטייפלער פלוצלינג גייט צוריק און זוכט און קלייבט זיך אויס א לולב און באצאלט פאר דעם און גייט ארויס פון געשעפט, פרעגט אים זיין משמש אז דער רב איז שוין געגאנגען ווייל ער האט נישט געטראפן א לולב פאר אים, אויב אזוי פארוואס איז ער צוריק אריין נעמען א לולב? האט אים דער גאון געענטפערט, דארפסט פארשטיין אז אין געשעפט זענען געווען אסאך מענטשן זוכן לולבים און אויב זיי וואלטן געזען ווי איך גיי ארויס אן א לולב וועלן זיי אפטייטשן אז דער סטייפלער האט נישט געטראפן א לולב איז דאס א סימן אז דא זענען נישטא גוטע לולבים וועט דער סוחר חלילה האבן הפסד צוליב מיר, דעריבער האב איך צוריק געקערט און גענומען א לולב וועלן די מענטשן זאגן אז דא איז דא גוטע לולבים ווייל הראיה אז דער סטייפלער האט דא געקויפט זיין לולב! דאס איז א מורא'דיגן חשבון פון א הייליגן גאון.
More in this printout
- דרוש - ראשון הוא לחשבון עונות - פארוואס ביי סוכותThis article explores the meaning of Sukkos as a time for spiritual accounting and unity, explaining why the mitzvah of Sukkah commemorates the Clouds of Glory
- דרוש לסוכות - דער עץ ביי אברהם מיינט א סוכהדער ארטיקל פארשטייט די קשר צווישן אברהם אבינו'ס הכנסת אורחים און די מצוה פון סוכה, לויט רש"י און זוהר הקדוש, און ווי אזוי די סוכה איז א סימן פון אמונה.
- ווער זאל תשובה טאן?א הערליכע טייטש פונעם הייליגן בארדיטשובער רב זיע"א אויף די ווערטער 'מלך רחמן שתשוב ותרחם עלינו' וואס מען זאגט אין די תפילה פון מוסף שלש רגלים.
- פנינים לסוכותדער ארטיקל "פנינים לסוכות" באשרייבט א מחלוקת צווישן צדיקים איבער די גרעסערקייט פון שבת קעגן סוכה, און פארשפרייט א טיפן בליק אויף די סדר פון אושפיזין לויט אשכנז
- די פראווע פון סוכות איז פאר חשבון עוונותדער ריי"צ נ"ע ברענגט א סיפור פון בעש"ט וועגן א איד וואס האט מקבל געווען באהבה א נסיון מיט זיין אתרוג, און וויאזוי דאס ווייזט די גרויסקייט פון נישט ווערן אין כעס
- פנינים לסוכותעטליכע קורצע פנינים און געדאנקען אויף חג הסוכות, אריינגערעכנט די מעלה פון נישט ווערן אין כעס, די כוונה פון מלך רחמן שתשוב, און די גרויסקייט פון מצות סוכה.
- א ווינקל אין הלכה און מנהגדער ארטיקל באשרייבט די חילוקים אין די נוסחאות פון אושפיזין לויט אריז"ל און אשכנז, און וויאזוי מען לאדענט איין די אושפיזין אין סוכות.
- געהאלפן דעם גרויסע ר' אשר מסטאלין זצוק"ל מיט א סוכה און באקומען אריכות ימיםDiscover the inspiring story of Rebbe Asher of Stolin and a devoted Chassid who risked his health to prepare a Sukkah in harsh conditions. This act of self-sacr
- דורך א אתרוג איז הרה"ק ר' פינחס מקאריץ זצוק"ל מפורסם געווארןא געשיכטע איבער הרה"ק ר' פינחס מקאריץ זצוק"ל, ווי ער איז געווארן באקאנט דורך א נס מיט א אתרוג אין א שווערן יאר, און ווי ער האט געהאט אמונה אין זיינע רייד.
- געראטעוועט דעם אתרוג מיט א פעטשלאן אינטערעסאנטע מעשה וויאזוי רבי יוסל חריף האט געראטעוועט דעם אתרוג פונעם חוזה מלובלין דורך א פלפול אין גמרא מיטן רב פון שטאט, דער אייזערנער קאפ.