Skip to content
הבדלה בליצן - אידיש

הבדלה גריסן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ווארף אוועק ביידע - נישט צוביסלעך

א גוטן, איבער די שאלה וואס קומט פריער: אוועקווארפן דעם סמארטפאון אדער צומאכן וואטסעפפ. איך האב געהאט א סמארטפאון גענוג לאנג, סיי מיט וואטסעפפ און סיי אן וואטסעפפ, און מיין מיינונג איז אז די גאנצע זאך איז א פראבלעם; ס'איז נישט שייך צו וועלן צווישן די צוויי פראבלעמען.

איך פלעג זיין אדיקטעד צום ציגארעטל, און וועלנדיג אויפהערן האב איך גענומען דעם מהלך פון "די איזי וועי", וואס שטעלט אויס א וועג וויאזוי זיך ארויסצודערזען פון אדיקשאנס. זיי האבן א וועג אויף רייכערן, עסן נישט געזונט, אלקאהאל, וויאזוי מען קען זיך ארויסזען פון דעם. דארט ברענגען זיי ארויס אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי "צוביסלעך". ווען איינער טראכט "איך גיי נאר רייכערן יעדן צווייטן טאג", וועט ער זיך נישט קענען ארויסדרייען. דער שואל פרעגט צי ער זאל ענדערש אפהאקן פונעם סמארטפאון אדער פון וואטסעפפ; איז אז דו ווייסט אז ביידע זענען אן עדיקשאן, איז צייט צו ארבעטן שטארק אויף ביידע, און נישט אנהייבן קודם מיט קליינע סטעפס.

נאך א נקודה וואס איך וויל צולייגן איבער דעם אפיס ארבעטער וואס האט א פראבלעם אז ער האט געטראפן 'לופהאלס' אינעם פילטער: איך מיין אז לכאורה איז דאס א פראבלעם מיטן פילטער אליין, און מיין מיינונג איז נעטפרי א גוטע פילטער וואס וועט נישט האבן דעם פראבלעם. אדער איז דא נאך אן אפציע פון א פילטער וואס נעמט כסדר "סקרינשאטס" פונעם סקרין און שיקט עס צו אן אימעיל פון א היימישער מענטש וועמען מען שטעלט אן.

זיכער מאכן אז עי-איי אויף טעלעפאן סיסטעמען איז געפילטערט

א גוט יאר. אזויווי ס'זענען דא אסאך קאמפאניס וואס נוצן AI באטס פאר זייער טעלעפאן סיסטעם, דארף מען אויפמערקזאם מאכן אלע קאמפאניס צו האבן א גוטע פילטער אויף דעם. די אלע AI באטס זענען קאנעקטעד צו די אלגעמיינע AI מאדעלס וואס קענען ענטפערן כל דבר אסור, און ס'דארף זיין זייער זייער גוט געפילטערט אז נאר די שאלות וואס זענען נוגע פאר די ביזנעס זאלן קענען ווערן געענטפערט. אסאך מאל קען אויסקוקן ווי ס'איז גוט געפילטערט, אבער דער יונגערער דור קען גוט אויסשפילן די אלע בלאקעדזשעס, און ס'איז זייער גרינג צו אויסשפילן די אלע פילטערס אויב מ'מאכט עס נישט לכתחילה אויפן בעסטן אופן. איך האב נעכטן אויסגעפרובירט איין קאמפאני, א קליידער סטאר, און איך האב זייער גרינג געקענט אנקומען צו פלעצער וואס די סיסטעם וואלט נישט געדארפט ענטפערן!

איך טראכט אז די פילטער קאמפאניס זאלן מאכן א דיפאלט טעמפלעט פאר אלע קאמפאניס וואס נוצן AI פאר זייער טעלעפאן סיסטעם וויאזוי צו פראמפטן די AI באט וואס יא און וואס נישט צו ענטפערן. די אלגעמיינע AI נומערן זענען טאקע געבלאקט ביי די כשר'ע פאונס, אבער די אלע קאמפאניס וואס נוצן AI קען מען נישט בלאקן, נאר מען דארף זיכער מאכן אז ס'איז גוט געפילטערט.

א ריינערע בין הזמנים

איך האב זייער הנאה פון יעדע גליון. מיין ישיבה גדולה בחור האט מיר דערציילט אז דעם פארלאפענעם בין הזמנים חודש ניסן האבן פופציג פראצענט ווייניגער בחורים געהאט סעלפאונס ווי געווענליך! ס'איז א מורא'דיגע אויפטו.

בנוגע דעם איד וואס פרעגט וועלכע שריט ער זאל ענדערש נעמען אין טעכנאלאגיע: עס איז באקאנט די ווארט פון רבי ישראל סאלאנטער זצ"ל אז ווען מ'לערנט א פערטל שעה מוסר ווערט מען געוואויר אז מ'האט פיל מער צייט פאר תורה. לענינינו, אויב דער איד וועט אויפגעבן דעם סמארטפאן און נעמען א טעבלעט, וועט ער אסאך שנעלער געוואויר ווערן אז מ'קען עקזיסטירן אן דעם. אויב ער וועט קודם נאר אויפגעבן סטאטוס, וועט ער ווייטער מיינען אז מ'קען נישט עקזיסטירן אן א סמארטפאן.

בעסער צו גיין צוביסלעך

א גוט יאר. איך זע יעצט אין "הבדלה בליצן" די שאלה ווי איינער פרעגט אז ער וויל נישט אפהאקן פון אלעס אויף איינמאל, נאר ער וויל גיין צוביסלעך, און ער פרעגט וואס ער זאל טון צוערשט.

היות איך האב עקספיריענס מיט דעם, וועל איך עס דא מיטטיילן. מיט ארום פינף יאר צוריק, ברוך השם, האב איך אויפגעגעבן מיין סמארטפאון, און איך בין געגאנגען מיט'ן מהלך פון גיין צוביסלעך. איך געדענק אז די ערשטע זאך וואס איך האב געטון איז געווען אויסצומעקן איין עפפ. שפעטער האב איך אויסגעמעקט די געימס. נאכדעם האב איך געלאזט דעם סמארטפאון אין מיין קאר פאר פערציג טעג. אזוי צוביסלעך צוביסלעך האב איך גענומען נאך א קלייניגקייט און נאך א קלייניגקייט. נאך א שטיק צייט האב איך אויסגעמעקט אינסטעגראם, און שפעטער בין איך אינגאנצן פטור געווארן דערפון!

די נקודה איז, אז מען דארף וויסן פאר זיך וועלכע זאכן זענען מער אדיקטיוו. למשל, אין מיין פאל איז געווען אז געוויסע עפפס האט מיר זייער געשלעפט; איך האב געפילט אז ס'ברענגט מיר די ווייניגסטע נוצן און עס נעמט די מערסטע פון מיר - מיין צייט און מיין ענערגיע. מען קען עס טון צוביסלעך, מען דארף נישט גיין ווילדערהייט אלעס אויפאיינמאל.

באמת איז זייער שווער צו זאגן פאר א צווייטן וואס ער זאל טון, אבער איך קען דערציילן וויאזוי עס איז צוגעגאנגען ביי מיר.

וואטסעפפ קען אנגיין אויך אן מיר

פארגאנגענעם חודש אדר תשפ"ה לפ"ק האב איך געהאט די זכיה, נאכ'ן זיין קאנעקטעד מיט וואטסעפפ פאר די לעצטע פופצן יאר זינט שנת תש"ע - ממש פונעם גרינדונג - עס אינגאנצן אפצולאזן! איך האב געהאט אזא הרגשה כאילו וואטסעפפ קען נישט עקזיסטירן אן מיר, איך בין ממש דער רוקנביין דערפון... צו די אנדערע עפפס בין איך נישט געווען אזוי צוגעבינדן, אבער צו וואטסעפפ איז עס געווען גאר שטארק.

נאך אסאך טראכטן איבער דעם, האב איך אפגעמאכט פון איין מינוט אויף דער אנדערער אז איך גיי פרובירן עס צו "דיליטן", און לאמיר זען צי וואטסעפפ קען בלייבן אן מיר... איך האב עס פארשלאסן, און איך האלט יעצט פופצן חדשים שפעטער, און ברוך השם, איך דארף נישט צוקומען צו זיי און זיי דארפן נישט צוקומען צו מיר... איך האב באקומען א הערליך פרייליך לעבן. סיי וואס איך דארף קען איך רופן און טעקסטן, און אלעס גייט אן אן קיין פראבלעמען.

דער וועג איז נישט צו גיין צוביסלעך; געב זיך א שטעל אפ, מאך עס אפילו נישט צו, נאר וואק פשוט אוועק דערפון! וועסטו זען אז קיינער לויפט דיר נישט נאך...

אפענע אינטערנעט ביי "פי-די-עף"

א גוטן, דא רעדט א זעכצן-יעריג מיידל. מיר האבן א משפחה-טעלעפאן וואס מיר האבן גע'כשר'ט מיט "דעווייס קאנטראל". מען האט עס אליין געבלאקט, מען האט אפגעשטעלט דעם בראוזער, מעסעדזשעס, אימעיל און וויי-פיי. אבער ווען איך בין אריין אין "פייל מענעדזשער" און געגאנגען צו א "פי-די-עף", האב איך געטראפן אז מען קען אנקומען צו אפענע אינטערנעט, יוטוב, וועבסייטס און נאך!

איך בין געווען שטארק שאקירט. און טאקע נאר אדאנק אייך, די מערכת "הבדלה", וואס האט שוין אזויפיל מעורר געווען אויף די מערכה, האב איך געהאט די כוחות עס גלייך איבערצוגעבן פאר מיינע עלטערן.

איך וויל ברענגען די אוועירנעס אז אסאך מאל מיינט מען אז מ'קען עס אליין טון; אבער למעשה ווייסט מען נישט פון אלע פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן. די פילטער קאמפאניס ווייסן שוין פון פארדעם פון אלע פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, און בלאקן עס פאראויס.

רודערן וועלטן איבער די "קיאסקן"

א גוטן. איך האב געוואלט לאזן א מעסעדזש וועגן קיאסקן. ס'איז מורא'דיג וואס מ'טוט שוין ביז יעצט, אבער אויב מ'קען מאכן נאך מער אוועירנעס און אויפרודערן וועגן "קיאסקן", וואלט עס געווען א שטארקע תועלת!

איך האב יעצט געהערט פון א איד וואס ער האט נישט געהאט קיין ברירה, און טראץ די בושה האט ער דערציילט אז ער גייט אריין אין א קיאסק – וואס האט א שטארקן פילטער! – און ער ווייסט וויאזוי צו עפענען דעם פילטער גרינגערהייט און אנקומען צו ממש די ערגסטע שמוץ. ער האט פשוט געמוזט מיטטיילן מיט איינעם ער זאל אים העלפן זיך אפהאלטן פון גיין אהין, דער מענטש האט שאדן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות; ער ווערט דיפרעסט, מיט אלעס וואס קומט מיט ביים זען די אלע מיני זאכן.

און דאס רעדט מען נאך פון א זייער ערליכע קיאסק מיט א גוטן פילטער, כש"כ אין אנדערע פלעצער. אויב מ'קען עפעס מער רעדן אדער טון דערוועגן, וואלט דאס געווען א מורא'דיגע זאך. א גרויסן שכח פאר אייער הייליגע ארבעט ביז היינט, און אסאך הצלחה אויף ווייטער.

אן אלטמאדישע טענה

איך האב געוואלט זאגן א קליינע הערה בנוגע דעם וואס עס שטייט אין "הבדלה בליצן" אין די דעבאטע איבער וואטסעפפ פאר קאנסטראקשן, ער זאגט:

"איך וואלט געזאגט אז יעדער וואס האט וואטסעפפ ווייסט וויאזוי העריס קוקט אויס... אבער וואס זאל איך טון? דאס איז די מציאות. איך בין אין די קאנסטראקשן ליין און איך האב נישט קיין ברירה. אויב וועל איך אויפגעבן וואטסעפפ, וועט מיך קיינער נישט נעמען פאר א דזשאב, און איך דארף דאך מאכן פרנסה..."

וויל איך צולייגן, אז די טענה איז זייער א ריכטיגע, אבער בלויז ביז מתן תורה. נאך מתן תורה, וואס מיר זענען מושבע ועומד מהר סיני, שטייט בפירוש גע'פסק'נט אין רמ"א (יורה דעה סימן קנ"ז ס"א) אז פאר א "לא תעשה" איז א מענטש מחויב אוועקצוגעבן זיין גאנצע געלט כדי נישט עובר צו זיין אפילו איין מאל. דאס באדייט אין אנדערע ווערטער, אז אויב איז דאס טאקע די מציאות אז כדי צו זיין אין קאנסטראקשן מוז מען עובר זיין אויף 'לא תתורו' איז ער על פי תורה מחויב צו אפלאזן זיין פרנסה פון קאנסטראקשן און ארומגיין אין בתי מדרשים ביי מנינים נאך געלט, אבי נישט עובר צו זיין אויף א לא תעשה פון זען א קאנדידאטקע!

More in this printout

View the whole printout