א לענגערע באהאנדלונג לכבוד יום טוב איבער דעם געהויבענעם "שבוע שכולו שבת", ווען די יונגע צורבי מרבנן, בני הישיבה, האבן זיך מקשר געווען מיט די צדיקים הקודמים לענגאויס אוקראינע, פוילן און אונגארן.
דינסטאג פרשת כי תבא, י"ב אלול
והכינו את אשר יביאו
אנגעהויבן פון 11:00 פארמיטאג זענען די תלמידי הישיבה ערשינען אין בנין הישיבה אויף העיווארד סטריט, וואו די בחורים זענען אנטפאנגען געווארן דורך הרה"ג המנהל שליט"א און די הנהלה גשמית. מ'האט דארט געמאכט א קאפי פון די פאספארטן, און יעדער בחור האט באקומען זיין ענוועלאופ וואס האט אנטהאלטן די בלעטער גמרא וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו מסיים זיין "על אם הדרך", א קאפי פון דעם סדר הנסיעה, און א פונקטליכע רשימה אין וועלכע חבורה ער וועט זיין דורכאויס די פאר טעג, מיט וועלכע פליגער ער וועט פארן, און אין וועלכע צימער ער וועט איבערנעכטיגן; דאס איז געווען בנוסף צו א "תהלים המפורש" וואס איז נתנדב געווארן דורך הרב יוסף הלוי דופלט שליט"א, מנכ"ל מוסדותינו הקדושים. אזוי אויך האט מען אויסגעטיילט פאר אלע בחורים א "קונטרס ההוספה" צום "קונטרס ההתקשרות", א הערליכער קונטרס וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די תלמידי שיעור ג'. דער קונטרס האט ענטהאלטן איבער 450 זייטן מלא תוכן מיט דברי תורה, סיפורים, ענינים און עובדות פון די צדיקים וואס מען האט פוקד געווען זייערע ציונים הקדושים.
פארווארט
תלמידי ישיבתינו הקדושה האבן דעם פארגאנגענעם חודש אלול מיטגעלעבט א גאר דערהויבענע וואך, ווען די תלמידים זענען בראשות די ראשי הישיבה שליט"א ארויסגעפארן אויף א געהויבענע נסיעה "צורבא דרבנן" פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון רבותינו הקדושים מצוקי תבל מאורי הדורות, ובתוכם ציון קדשו פון רבינו הקדוש בעל ערוגת הבושם זיעוכ"יא. עס איז בגדר בלתי אפשר אראפצוגעבן די געוואלדיגע התרגשות און די געהויבענע מאמענטן וואס די בחורים האבן זוכה געווען מיטצולעבן; מיר וועלן זיך באגניגן מיט'ן איבערגעבן דעם פשוט'ן גופא דעובדא כהוויתו, א כראנאלאגישן סדר הדברים פונעם טעגליכן הלוך ילך.
נוסעים אנחנו אל המקום
ארום 12:15 זענען די באסעס ארויסגעפארן צום JFKלופטפעלד, ביים טערמינאל 1. דארט האט "נסיעה טרעוול" אויסגעטיילט פאר אלע בחורים א זעקל וואס האט ענטהאלטן לעכט, א פען מיט פאפיר פאר קוויטלעך, און נאך עטליכע קלייניקייטן פאר די באקוועימליכקייט. מען האט גלייך אנגעהויבן אריינטשעקן די רענצלעך און דורכגיין די סעקיוריטי. בערך 2:30 האבן שוין אלע בחורים געהאט אריבערגעגאנגען די סעקיוריטי, און מען האט זיך געשטעלט דאווענען א געהויבענע תפילת מנחה ביים געיט פארן ארויספארן. דערנאך האט מען אנגעהויבן בארדן, און אום 3:40 האט זיך דער פליגער געהויבן בשעה טובה ומוצלחת.
השמים מספרים כבודו
אויפ'ן פליגער האבן די בחורים געדאוונט מעריב, געגעסן נאכטמאל, און שפעטער אויך א לייכטן פרישטאג. די בחורים האבן פרובירט צו כאפן א דרימל, נעמדיג אין באטראכט אז מען וועט כמעט גארנישט שלאפן די קומענדיגע פאר טעג.
ויהי ערב ויהי בוקר יום שני
מיטוואך פרשת כי תבא, י"ג אלול
הגענו!
ום 5:25 פארטאגס ארטיגע צייט, 11:25 ביינאכט אין ניו יארק, האט דער פליגער געלאנדעט אין פראנקפורט, דייטשלאנד, וואו אלע בחורים זענען אפגעשטיגן פונעם פליגער, מ'האט געזיגלט די פאספארטן, און חבורה א' האט זיך געשטעלט דאווענען א דערהויבענע תפילת שחרית ביים געיט. די קאנעקטינג פלייט פון חבורה ב' האט זיך געהויבן אום 6:40 און געלאנדעט אין בודאפעסט, אונגארן 8:10 וואו זיי האבן זיך דארט געשטעלט דאווענען א דערהויבענע שחרית. 9:20 האט זיך די קאנעקטינג פלייט פון חבורה א' ארויסגעלאזט פון פראנקפורט און 10:55 האט מען געלאנדעט אין בודאפעסט.
טאהש קודש
מנוחת כבודם פון הרה"ק השרף והסבא קדישא מטאהש נ"ע
12:00 זענען אלע בחורים שוין געווען אינדרויסן פון עירפארט, וואו צוויי באקוועמע קאוטש באסעס האבן אפגעווארט די בחורים, און מ'איז ארויסגעפארן אויף די דריי-שעה'דיגע וועג קיין טאהש. דורכאויס די גאנצע נסיעה זענען די באסעס געווען אנגעפילט מיט כל טוב וטוב און לייכטע איבערבייס, און די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט מיט לערנען, אביסל דרימלען, און פארברענגען צוזאמען בשבת אחים גם יחד. 3:00 זענען די בחורים אנגעקומען קיין טאהש, מ'איז געגאנגען אין מקוה, און דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א גאר ברייטע מיטאג.
הרה"ג ר' יוסף פרץ פריעדמאן : התפללו בעד הוריכם
ארום פיר אזייגער זענען די בחורים ארויפגעגאנגען צו די ציונים הקדושים פון הרה"ק השרף מטאהש זי"ע ובנו הרה"ק ר' אלימלך, דער "סבא קדישא" מטאהש זי"ע. וואו עס האט אויפגעטרטן הרה"ג ר' יוסף פרץ פרידמאן שליט"א, וועלכער האט צווישן אנדערע דערמאנט פאר די בחורים צו אינזין האבן די עלטערן וואס האבן זיך אזויפיל איבערגעגעבן כדי די בחורים זאלן קענען מיטפארן אויף דער נסיעה. אויך האט דער מגי"ש דערמאנט אז די גאנצע נסיעה איז נישט קיין ביטול תורה, וויבאלד עס איז ספעציעל פארגעקומען פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט אין די לימודים במשך דעם יאר און גייען זיך ווייטער פארהערן. דערנאך האט מען אנגעהויבן זאגן תהלים מיט א גרויסער התעוררות, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט י"ג מידות של רחמים און קדיש.
קאלוב
מנוחת כבוד פון הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער נ"ע
הרה"ג רבי אברהם יצחק לעווי: על ידי לימוד דף גמרא כראוי זוכים להיות ערליכער איד!
די באסעס זענען ארויסגעפארן בערך 4:00, און 5:30 איז מען אנגעקומען קיין קאלוב, פוקד צו זיין ציון קדשו פון הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע. וואו מ'האט געזונגען קאלוב'ע ניגונים, און עס האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' אברהם יצחק לאווי שליט"א, אן אייניקל פונעם גרויסן צדיק. צווישן אנדערע האט דער מגי"ש ארויסגעברענגט וואס עס שטייט אויפן ציון לויט זיין צוואה: "היה יכול ללמוד על הדף והיה ערליכער איד". ער האט דערביי נאכגעזאגט פון הרה"ק מטאהש זצ"ל, אז דורך דעם וואס "היה יכול ללמוד על הדף", דורך דעם איז ער געווען אן ערליכער איד; ער האט שטארק מחזק געווען די בחורים צו גיין בדרכי רבותינו און זיך נישט פאפן, נאר גוט אפלערנען א בלאט גמרא. נאכן זאגן קאפיטלעך תהלים מיט גרויס התעוררות זענען די בחורים אריינגעגאנגען אין בנין הכנסת אורחים, וואו מ'האט זיך געשטעלט דאווענען א געהויבענע תפילת מנחה, און נאך מנחה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין דערהויבענע ריקודים אויפן ניגון גע'פועל'ט אלעס גוטס.
הרה"ג המנהל שליט"א: הכרת הטוב!
נאכן זאגן תהלים מיט א גרויסער התעוררות, האט הרה"ג המנהל שליט"א געבעטן ביי די ציונים פון די הייליגע צדיקים אז זיי זאלן מעורר רחמים זיין לזכות הרבני הנגיד רבי יחזקאל דוד בן בתי' בערקאוויטש שליט"א ומשפחתו, נאך וואס דער נגיד האט פינאנצירט א גרויסער טייל פון די נסיעה. עס האט נאכגעפאלגט מיט י"ג מידות של רחמים און א קדיש.
ליסקא
מנוחת כבוד פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה וחתנו בעל טל חיים
9:15 איז מען אנגעקומען אין שטאט ליסקא, וואו מען האט פוקד געווען די ציונים הקדושים פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה זי"ע וחתנו הרה"ק בעל טל חיים זי"ע. נאכן זאגן תהלים האט מען פאר א לענגערע צייט מזכיר געווען נעמען לישועות ורפואות, און מען האט זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס.
קערעסטיר
אכילה שתייה לינה נוסף קערעסטיר
אפאר מינוט נאך 10 איז מען אנגעקומען אין שטאט קערעסטיר, וואו מ'האט מסדר געווען די בחורים אין די צימערן און סערווירט פאר די בחורים א גאר רייכע נאכטמאל, לשובע ולא לרזון.
רבי ישעי'לע
לא כעס מעולם!
הרה"ג רבי יוסף גליק: גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן!
נאך מעריב אין 'רבי ישעי'לע'ס קוויטל שטוב' איז מען ארויף מיט די ספעציעלע שאטעל'ס צום ציון הקדוש פון רבי ישעי'לע, וואו עס האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' יוסף גליק שליט"א. וואס האט צווישן אנדערע דערציילט עטליכע עובדות ווי דער הייליגער צדיק האט גע'פועל'ט פרנסה פאר כלל ישראל, זייענדיג מעורר אז "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", און אז דער צדיק זאל ווייטער משפיע זיין שפע פאר גאנץ כלל ישראל. דערנאך האט מען געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים און מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות.
12:00 איז מען געגאנגען זיך לייגן, צו שעפן כוחות פאר'ן קומענדיגן טאג.
ויהי ערב ויהי בוקר יום שלישי
אוהעל
מנוחת כבודם פון הרה"ק רבי סענדער'ל קאמארנער און בעל ישמח משה
הרה"ג רבי אהרן זאב פריעדמאן: נעתיר לביאת משיחנו במהרה
בערך 8:00 איז מען אנגעקומען אין שטאט אוהעל, וואו מ'האט פוקד געווען דעם ציון קדשם פון הרה"ק ישמח משה זי"ע און הרה"ק ר' סענדר'ל מ'קאמארנא זי"ע. מ'האט אינאיינעם געזאגט דעם "יהי רצון" פאר תהילים פונעם הייליגן ישמח משה, און דערנאך האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' אהרן זאב פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט מעורר רחמים געווען למען הכלל והפרט, על החולים שיתרפאו ועל הברואים שלא יחלו, און צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע תשוקה וואס דער הייליגער ישמח משה האט געהאט צו משיח צדקינו, און מעורר געווען די בחורים איינצורייסן אז משיח זאל שוין קומען בב"א.
דאנערשטאג כי תבא, י"ד אלול
הגומל לחייבים טובות
6:15 אינדערפרי זענען די בחורים אויפגעשטאנען, געגאנגען אין מקוה און אריינגעכאפט צו לערנען פאר'ן דאווענען. 7:10 האט מען זיך געשטעלט דאווענען א ווארימע שחרית; ביי קריה"ת האבן די רמ"ים עולה געווען און געבענטשט גומל, און נאכן דאווענען איז געווען צוגעגרייט א גאר ברייטע פרישטאג.
רשפי אש שלהבת כאש
דברות קודש ממאור נתיבתנו כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א
להקדים מחשבת התבוננות קודם עשיית ופעולת המצוה
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטן זאגן גאנץ גאנצן ספר רביעי שבתהלים מיט השתפכות הנפש. דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דורך א הוק-אפ דברי אלקים חיים, שלהבת אש קודש, פון ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואס האט מיט גאר שטארקע דיבורים מעורר רחמים געווען אויף כלל ישראל. דער רב האט ארומגערעדט איבער אלץ מקדים זיין די מחשבה פאר א מצוה, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז מען זאל אויספועל'ן אלעס גוטס, און זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, א שנת גאולה וישועה, און א גוט געבענטשט זיס יאר. דער מעמד איז אריהערגעפירט געווארן לעבעדיג דורכן טעלעפאן, וואו הונדערטער אנשי שלומינו און עלטערן פון די תלמידי הישיבה הקדושה האבן מיטגעהאלטן דעם התעוררות'דיגן מעמד און די פייערדיגע דברות קודש אויף מערכת "קול צעהלים".
חוסט
מנוחת כבוד קודש הקדשים מרן רביה"ק בעל ערוגת הבושם והמהר"ם שיק נ"ע
אום 5:30, נאכ'ן פארן א וועג פון ארום א האלבע שעה, איז מען אנגעקומען אין עיר האבות חוסט. גלייך ביים אנקומען איז פארגעקומען דער גרויסער מעמד "שפכו כמים" ביים ציון המצוינת, קודש הקדשים פונעם ראש השושילתא דדהבא, מרן רבינו הקדוש הערוגת הבשם זיעועכי"א.
הייליגער ערוגת הבושם האט מרביץ געווען תורה לאלפים, בבחינת תורה מחזרת על אכסניא שלה.
הרה"ג רבי הערשל נייהויז: מיר זענען אלע תלמידים פון הייליגן ערוגת הבושם
אין אנהייב פונעם סדר הלימוד, האט אויפגעטראטן מיט א גאר שטארקע און יסודות'דיגע דרשה הרה"ג ר' הערשל נייהויז שליט"א וועלכע האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז כאטש מיר האבן דעם הייליגן ערוגת הבשם קיינמאל נישט געזען, דאך ווערן מיר פאררעכנט ווי זיינע תלמידים ווייל די גאנצע תורה וואס מיר לערנען קומט מגודל כח תורתו וקדושתו דורך דעם וואס מיר לערנען אין די ישיבה וואס איז נקראת על שמו. אויך האט דער מגי"ש ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הארות אין די סוגיא וואס מען גייט קענען זוכה זיין ביים לערנען אין די שטאט פונעם צדיק. הלא כה דברי נאום ה'.
באלד דערנאך האבן אלע תלמידים זיך געזעצט לערנען מיט א געוואלדיגן פלאקער און ברען, און עס האט זיך גאר שטארק אנגעזען ווי די הייליגע המשכה ציט זיך ווייטער.
שווערצן גרעניצן: מאונגארן לאוקריינא
9:15 האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין אוקראינע, וואו די צוויי באסעס האבן זיך צעטיילט: איין באס איז געפארן דירעקט צום גרעניץ אריין קיין אוקראינע, און דער צווייטער באס איז געפארן דורך טשעכאסלאוואקיי כדי מען זאל נישט ווערן אויפגעהאלטן ביים גרעניץ. 4:15 ארטיגע צייט (3:15 אין אונגארן און 7:15 אין ניו יארק) איז מען אנגעקומען אין שטאט בישטינא.
בישטינא
מנוחת כבודו פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מ'נאדבורנא
הרה"ג המנהל: פילעווען אין חומש רש"י
גלייך ביים אנקומען איז מען ארויפגעגאנגען צום ציון פון הייליגן מהר"ם שיק זי"ע, דער זיידע פון רבינו שליט"א, וואו מען האט געזאגט נאך עטליכע קאפיטלעך תהלים מיט א גרויסע התעוררות. עס האט אויפגעטרטן הרה"ג המנהל שליט"א, וואס האט צווישן אנדערע דערמאנט וואס הרה"ק מסאטמאר זצ"ל האט נאכגעזאגט בשם דעם גרויסן צדיק, אז ער האט געקענט גרויסע אידן וואס האבן נישט געוואוסט וואו דער באשעפער שטייט איין ווייל זיי האבן נישט געפילעוועט אין חומש רש"י. דערביי האבן זיך אלע בחורים אונטערגענומען מסיים צו זיין גאנץ חומש רש"י אויפ'ן קומענדיגן יאר, שנת תשפ"ז הבעלל"ט.
נאכ'ן מעמד איז דער עולם אריבערגעגאנגען צום ציון הקדוש פון הרה"ק הרבי ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע, וואו מ'האט געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים מיט א גרויסע התעוררות. די תלמידים פונעם 'ערוגת הבושם' דערנאך זענען די בחורים אריין אינעם הערליכן נייעם בנין הכנסת אורחים, וואו מ'האט ווייטער ממשיך געווען דעם הייליגן מעמד מיטן דאווענען א גאר ווארעמע מנחה. נאך מנחה איז געווען צוגעשטעלט א לייכטע מאלצייט, בעפֿאָרן זיך זעצן צום גרויסן סדר הלימוד אין שטאט וואו דער רום 2:30 איז דער ערשטער באס אנגעקומען קיין רימנוב, ווען עטליכע מינוט דערויף איז דער צווייטער באס אויך אנגעקומען, און די בחורים האבן גענומען די ספעציעלע שאטלס ארויף צום בנין הכנסת אורחים וציון הקדוש. אנקומענדיג אויבן אויפן בארג, האט מען געדאוונט א גאר ווארעמע מעריב, און זיך דערקוויקט מיט א גאר ברייטן נאכטמאל.
אין פוילן אריין צו פועל'ן
נאכן סדר הלימוד האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג, און 8:30 אויפן אוקריינישן זייגער איז מען אנגעקומען צום גרעניץ. 10:00 (9:00 אין פוילן און 3:00 אין ניו יארק) זענען שוין ב"ה ביידע באסעס געווען אויפ'ן וועג צום שטאט רימנוב, פוילן.
עונג רוחני גאנצע פיר שעה!
נאכן דאווענען איז מען אריין אינעם גרויסן שאטער צום קידושא רבא און סעודת שב"ק, ומלפ' ר"מ בישיבתינו הק', וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', ווען די סעודה האט זיך פארצויגן פאר איבער 4 שעה. עס איז געווען א תענוג רוחני צו זיצן און פארברענגען אינאיינעם בשירות ותשבחות ובדברי תורה, ווען די ראשי הישיבה האבן פארזינגען און מעודד געווען די ניגונים, און הגה"צ ר' עמרם האט אויפגעטרטן עטליכע מאל. נאך א קורצען דרימל, איז 6:15 פארגעקומען א ספעציעלע שיעור, ווען הגה"צ ר' עמרם שליט"א האט פארגעלערנט צעטיל קטן פונעם הייליגן ר"ר אלימלך, משולב מיט דברי מוסר ואגדה. 7:45 איז געווען מנחה, און דערנאך איז געווען שלש סעודות אינעם גרויסן שאטער.
רימנוב
מנוח"כ פון הרה"ק רבי ר' מענדל"י ותלמידו רבי ר' הערש מרימנוב
הרה"ג ר' אליעזר יצחק ווייס: שלא לשכוח להתפלל גם בעדנו
דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען צום ציון פון הרה"ק הרבי ר' מענדל'ע רימנוב'ער זי"ע, וואו עס האט אויפגעטרטן הרה"ג ר' אליעזר יצחק ווייס שליט"א, וואס האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז כאטש עס איז זייער חשוב און גרויס צו מתפלל זיין פאר אנדערע אידן, דאך זאל מען נישט פארגעסן פון זיך אליינס, וויפיל בחורים מוטשען זיך נעבעך מיט שווערע נסיונות, וויפיל בחורים איז זיי שווער נעבעך צו טרעפן חברותות, בחורים האבן נעבעך א חולה אין די משפחה, בחורים'ס עלטערן מוטשענען זיך נעבעך מיט פרנסה, און מ'זאל נישט פארגעסן פון זיך, ווייל יעצט איז דער זמן מתפלל צו זיין. דערנאך האט מען געזאגט פרקי תהלים מיט גרויס התלהבות.
והאר עינינו בתורתיך
דערנאך איז מען אריין צום ציון הקדוש פון הרה"ק הרבי ר' הערש מרימנוב זי"ע, וואו מ'האט נאכן זאגן אינאיינעם עטליכע קאפיטלעך תהלים און זינגען עטליכע ניגונים, אן עקסטערע התעוררות איז געווען ביים זינגען דעם באקאנטן ניגון אויף אהבה רבה וואס איז מקובל פונעם צדיק, און די בחורים לומדי הג' בבות מיט גרויס התלהבות זיך אויסגעבעטן "והאר עינינו בתורתך ודבק לבנו במצוותיך", און אריינגעריסן אויף די אייגענע הצלחה אויף דעם קומענדיגן זמן הלימודים הבעל"ט. אנקומענדיג אונטן פונעם בארג מיט די ספעציעלע שאטלס, האבן זיך די בחורים ארויסגעלאזט אין גאר פרייליכע ריקודים, פילנדיג אז מ'האט זיכער אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום שטאט צאנז.
ויהי ערב ויהי בוקר יום רביעי
עש"ק כי תבא, ט"ו אלול
צאנז
מנוח"כ פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זיע"א ובניו ונכדיו הק'
6:20 זענען די באסעס אנגעקומען צום האטעל אין צאנז וואו מען האט מסדר געווען אלע בחורים אין די צימערן, און דערנאך האבן זיך געשטעלט עטליכע מנינים שחרית. נאכ'ן שלאפן פאר עטליכע קורצע שעות האט מען 11:00 אנגעהויבן וועקן דעם עולם, און דער באס איז ארויסגעפארן צום בנין הכנסת אורחים. נאך א ווארימע מקוה האבן די בחורים זיך געוואשן פת שחרית. נאך פרישטאג איז מען ארויף צום ציון הק' פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, וואו מ'האט קרוב צו א שעה צייט געזאגט פרקי תהלים מיט גרויס התעוררות.
מלוה מלכה
הרה"ג המשגיח: סיום מסכת בבא מציעא
בשעת'ן מלוה מלכה איז פארגעקומען די סיום מסכת בבא מציעא דורכ'ן משגיח הרה"ג ר' בערל גאלדהירש שליט"א, וינועו אמות הסיפים, ווען נאכן סיום האבן זיך די תלמידים אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה ארויסגעלאזט אין געהויבענע טענץ בתופים ומחולות, אשרי מי שגדול בתורה ועמלו בתורה, אין שמחה כשמחת התורה. גלייך נאכן בענטשן האט מען געדאוונט מעריב, דערנאך האט דער גאנצער ציבור געזאגט פרשת וישלח, בעטנדיג הצלחה אויף דעם לעצטן חלק פון די נסיעה. הרה"ג ר' יוסף פרץ פרידמאן שליט"א האט אויפגעטרטן מיט סיפורי צדיקים, מ'האט געזונגען די זמירות מלו"מ, און הרה"ג ר' אהרן זאב פריעדמאן שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס. און ארום 1:45 האט מען זיך געלייגט שלאפן, ווען פון גרויס התרגשות האבן די בחורים קוים געקענט פארמאכן די אויגן...
א נייע וואך, א גוטע וואך
יום הששי
א' נצו"י, י"ז אלול
רום 7:00 איז מען אויפגעשטאנען און געגאנגען אין מקוה, טייל בחורים האבן נאך אריינגעכאפט צו לערנען פאר'ן דאווענען, ווען אנדערע בחורים האבן זיך נאכאמאל ארויפגעכאפט אויפ'ן ציון הקדוש. אפאר מינוט נאך 8 האט מען זיך געשטעלט דאווענען א ווארימע שחרית, דערנאך איז געווען צוגעגרייט פת שחרית. אום 9:45 האבן זיך די באסעס ארויסגעלאזט צום שטאט לאנצוט.
לאנצהוט
מנוח"כ פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ
ארום 10:40 איז מען אנגעקומען קיין לאנצהוט, און מ'איז ארויפגעגאנגען צום ציון הקדוש פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע. מ'האט געזאגט עטליכע קאפיטלעך מיט גרויס התעוררות, און דער משגיח, הרה"ג ר' בערל גאלדהירש שליט"א, האט אויפגעטרטן מיט גאר טרעפליכע דיבורים און צווישן אנדערע ארומגערעדט דאס וואס שטייט אויפ'ן ציון הקדוש "יחיד בדורו בחכמת אלקים". 11:20 האט זיך די באס ארויסגעלאזט אויפן וועג פון לאנצהוט צום ישיבת חכמי לובלין, אין שטאט לובלין.
לובלין
סדר הלימוד בישיבת חכמי לובלין, מנוח"כ של גדולי הצדיקים
1:40 איז מען אנגעקומען צום בנין ישיבת חכמי לובלין. די בחורים האבן זיך אומגעקוקט אינעם בנין, און דערנאך האט מען זיך געזעצט צום קורצן - אבער גאר געהויבענעם סדר הלימוד - און 2:10 נאך די זמירות האט מען אויסגעלאשן די לעקטער און הגה"צ רבי עמרם שליט"א האט אויפגעטרטן מיט גאר ווארעמע ווערטער ארויסגעברענגנדיג אז נאר די מצוות ומעשים טובים בלייבן אויף אייביג, זייענדיג מעורר לתשובה ותיקון המעשים, און נאכן פארזארגן ה' מלך און שמע ישראל האט מען געזינגען צוזאמען ניגוני דביקות. תיכף דערנאך איז מען אריין אין היכל הביהמ"ד וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע מלוה מלכה, הרה"ג ר' הערשל נייהויז שליט"א האט געמאכט הבדלה, און מ'האט זיך געוואשן צו מלוה מלכה. דערנאך זענען אויך זיי צוגעפארן צום ביה"ח הישן, מקום מנוחתם פון הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, הרה"ק רבי שלום שכנא מלובלין זי"ע, דער אייזערנער קאפ, און דער הייליגער מהרש"ל זי"ע מיט וועמען די בחורים פארמאגן אויך גאר א גרויסן שייכות, וואו מ'האט געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות. און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן קורצן וועג קיין מיידאנעק לאגער.
ארץ אל תכסי דמם
בערך 3:50 איז מען אנגעקומען אין לאגער, עס איז געווען א מורא'דיגער מחזה צו זען ווי קרוב צו הונדערט בחורים דרייען זיך ארום אין לאגער מיט די חסיד'ישע היטן און כאלאטן, און עס האט זיך קלאר אנגעזען אז נצח ישראל לא ישקר, כלל ישראל וועט אייביג פארבלייבן ביז משיח'ס טאג. די בחורים זענען ארומגעגאנגען צווישן די באראקן, עס האט געריסן ביים הארצן צוזעענדיג און ליינענדיג די גרויזאמע מיטלען מיט וואס די נאציס ימח שמם האבן געפייניגט אונזערע עלטערן. ביים אנקומען צום פלאץ וואו מ'האט פארברענט די גופים הטהורים, האט הרה"ג ר' יוסף פרץ פרידמאן שליט"א פארגעזאגט קאפיטל פ"ג פסוק בפסוק, און הרב שמחה כהנא הי"ו און הרה"ג המנהל שליט"א האבן געזאגט א קדיש. רבי שמחה הי"ו האט באגלייט און הערליך פאראייביגט די גאנצע נסיעה, און אזוי אויך איז ער געקומען מיט זיינע כלים צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא, וואס האט ברוך השם נישט פארגעקומען אויסגעפעלט. 5:15 האבן זיך די באסעס ארויסגעלאזט צום שטאט קאזניץ און אויפ'ן באס האט מען סערווירט א לייכטע מיטאג פאר אלע בחורים.
קאזניץ
מנוח"כ של הרה"ק בעל עבודת ישראל
הרה"ג ר' ברוך יודא ווערצבערגער: אל תיפול מיצר הרע
7:00 איז מען אנגעקומען קיין קאזניץ, וואו מ'איז אריין אין בנין הכנסת אורחים און מ'האט געדאוונט א ווארימע מנחה. דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען צום ציון פון הרה"ק בעל עבודת ישראל מקאזניץ זי"ע וואו עס האט אויפגעטרטן הרה"ג ר' ברוך יודא ווערצבערגער שליט"א וועלכער האט פארגעלערנט א שטיקל פון הייליגן ספר עבודת ישראל, דאס ברענגנדיג אז די בחורים זאלן זיך קיינמאל נישט לאזן פאלן פארן יצר הרע וואס וויל אונז אראפברענגען. דערנאך האט אויפגעטרטן הרה"ג המנהל שליט"א וואס האט שטארק מעורר געווען מתפלל צו זיין לרפואת א חשובע איד, וואס מוטשעט זיך נעבעך מיט גאר א שווערע מחלה, נאכזאגנדיג פונעם הייליגן צדיק אז ווען די בלוט אין די אדערן שטעלט זיך אפ, און די איברים פון א מענטש הערן אויף צו פונקציאנירן געהעריג, איז נישט קיין חילוק וואס די דאקטוירים זאגן, נאר די איינציגסטע עצה איז צו מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער. דערביי האבן די בחורים גענומען די תהלים אין די הענט און מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש האט מען איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה. 7:55, נאכן זאגן י"ג מידות של רחמים און קדיש מיט גרויס התעוררות האבן זיך די באסעס ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ראדאשיץ.
ראדאשיץ
מנוח"כ של הרה"ק הסבא קדישא מראדאשיץ
הרה"ג ר' יוסף פרץ פריעדמאן: גודל נחיצות של תפילה, התעוררות על גלות השכינה
10:25 איז מען אנגעקומען קיין ראדאשיץ, וואו די בחורים האבן זיך דערכאפט דאס הארץ מיט גאר א מקוה און מ'האט געדאוונט גאר א געהויבענע מעריב. 12:00 איז מען ארויפגעגאנגען צום ציון פון הרה"ק הסבא קדישא מראדאשיץ זי"ע וואו עס איז פארגעקומען גאר א הייליגער מעמד נעילת הנסיעה, אלס עפנונג צום מעמד האט הרה"ג יוסף פרץ פרידמאן שליט"א פארגעזאגט אוחילה לקל, יהיו לרצון אמרי פי, און פתח לנו שער בעת נעילת שער אויפן נוסח פון די ימים נוראים, דערנאך האט דער מגי"ש אויפגעטרטן, נאכזאגנדיג פון הרה"ק משינאווא זי"ע, אז נאכ'ן מתפלל זיין דארף מען מתפלל זיין אז מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, זאגנדיג אז מיר זענען אלע שלוחים אהיימצוברענגען זעק מיט ישועות און רפואות, און מיר טארן ח"ו נישט מועל זיין אין אונזער שליחות. דער מגי"ש האט נאכגעזאגט פון ספרים הקדושים אז ס'איז דא אן ענין פון לעולם יקדים אדם תפילה לצרה. נאכזאגנדיג פון הייליגן חפץ חיים זצ"ל אז א מענטש זאל נישט גיין אויפ'ן גאס און זיך איינרעדן אז ער איז נישט פון די חברה וואס שטארבן, ער איז נישט פון די חברה וואס האבן נישט געזונטע קינדער, ווייל קיינער שרייבט זיך נישט איין אין די חברה! דערביי האט דער מגי"ש מיט א קול מיצר הרע א איד, וואס פלאגט זיך נעבעך מיט די ביטערע מחלה, אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור אין א יאמערליכן געוויין, ווען מ'האט איינגעריסן למען רפואתו השלימה. דערנאך האט מען מיט גרויס התעוררות געזינגען מכניסי רחמים און זכרנו לחיים, און דער מגי"ש האט מעורר געווען די בחורים אויך איינצורייסן אויפן גלות השכינה, נאכזאגנדיג פון זוהר הקדוש אז א כנישתא חדא וואס איז מתפלל פון טיפן הארצן, קען אויספועלן די גאנצע גאולה. דאן האט מען געזאגט ספר רביעי שבתהלים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און עס האט נאכגעפאלגט מיט י"ג מידות של רחמים. דערנאך האט מען פארגעזאגט שמע ישראל און ה' הוא אלקים מיט גרויס התעוררות, און נאך קדיש, האט מען אום 1:00 זיך שנעל ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום ווארשא עירפארט.
יום שביעי
מאנטאג נצו'י, י"ח אלול
בערך 2:00 איז מען אנגעקומען אין עירפארט וואו מען האט אויסגעטיילט א לייכטן פרישטאג פאר אלע בחורים מיטצונעמען. חבורה א' איז אריין אין עירפארט וואו מען האט אריינגעטשעקט די רענצלעך, דורכגעגאנגען די סעקיוריטי, און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען א ווארימע שחרית ביים געיט. חבורה ב' איז געפארן ווייטער צום שטאט מאגלעניצא, וואו מ'איז ארויף צום ציון פון הרה"ק השרף מ'מאגלעניצא זי"ע און געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות. דערנאך איז מען אריין אין בנין הכנסת אורחים, וואו מ'האט געדאוונט א ווארימע שחרית. נאך שחרית האט מען זיך צוריק ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום ווארשא עירפארט. 6:40 האט זיך דער פליגער פון חבורה א' געהויבן, און געלאנדעט אין פראנקפורט 8:30. אין די זעלבע צייט האט זיך געמאכט א שטיקל פראבלעם ביי חבורה ב', ווען צוליב א טעכנישן טעות זענען זיבן בחורים וואס האבן געדארפט גיין מיט חבורה א' געקומען מיט חבורה ב' און זיי האבן נישט געהאט קיין פלאץ אויפ'ן פליגער. גלייך האבן זיך די מגידי שיעורים וואס זענען מיטגעפארן מיט דער חבורה זיך צוטיילט. ווען הרה"ג ר' בערל גאלדהירש שליט"א און הרה"ג ר' אליעזר יצחק ווייס שליט"א זענען געבליבן צו זיין מיט די 17 בחורים וואס זענען געפארן מיטן יעצטיגן פליגער, און הרה"ג ר' אברהם יצחק לעווי שליט"א איז אראפגעגאנגען פונעם פליגער צו זיין מיט די 7 בחורים וואס זענען איבערגעבליבן. 10:55 האט זיך דער פליגער פון חבורה א' געהויבן פון פראנקפורט צום JFKעירפארט. און 0:00 האט זיך דער פליגער פון חבורה ב' געהויבן פון ווארשא קיין פראנקפורט. חבורה ג' ארויסגעגאנגען פונעם עירפארט, וואו עס האט זיי אפגעווארט א הערליכע באקוועמע ספרינטער וואס האט זיי געטראגן מתפלל זיין אין גור ביי די ציונים הקדושים פון הרה"ק בעל חידושי הרי"ם זי"ע און הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע. דערנאך זענען זיי געשטיקט פון טרערן, מעורר רחמים געווען למען כלל ישראל, און דער מגי"ש האט מעורר געווען די בחורים אויך איינצורייסן אויפן גלות השכינה, נאכזאגנדיג פון זוהר הקדוש אז א כנישתא חדא וואס איז מתפלל פון טיפן הארצן, קען אויספועלן די גאנצע גאולה. דאן האט מען געזאגט ספר רביעי שבתהלים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און עס האט נאכגעפאלגט מיט י"ג מידות של רחמים. דערנאך האט מען פארגעזאגט שמע ישראל און ה' הוא אלקים מיט גרויס התעוררות, און נאך קדיש, האט מען אום 1:00 זיך שנעל ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום ווארשא עירפארט.
שובו לכם לאהליכם, מיט זעק פון השפעות ישועות רפואות וכל טוב
1:10 פארמיטאג האט דער פליגער פון חבורה ב' זיך געהויבן אויפן וועג צום ניוארק עירפארט. 1:35 אין ניו יארק האט חבורה א' ב"ה געלאנדעט, וואו מ'האט ארויסגעטשעקט די רענצלעך. אינדרויסן פון עירפארט האבן שוין אפגעווארט צוויי באסעס וואס האבן צוגעטראגן די בחורים צום בנין הישיבה.
אין דער זעלבער צייט האט חבורה ב' ב"ה געלאנדעט, און נאכן ארויסטשעקן די רענצלעך זענען זיי צוגעפארן צום בנין התלמוד תורה, וואו אלע בחורים זענען אהיימגעגאנגען פון דארט מיט זעק, פון ישועות און רפואות. בערך 11:30 ארטיגע זייגער, 5:30 אין ניו יארק, איז חבורה ג' אנגעקומען אין האטעל אין שטאט קראקא, און מ'האט זיך צוגעלייגט פאר די נאכט. רום 4:00 זענען די בחורים אויפגעשטאנען, און מ'איז געפארן צום עירפארט, וואו די בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג. דינסטאג נצו"י, י"ט אלול, 4:00 נאכמיטאג האט חבורה ג' אויך געלאנדעט ברוך השם, און זענען צוגעפארן צום בנין התלמוד תורה.
יהא בואכם לשלום
ברכת תודה
הננו בזה להביא עומק ברכותינו ותודתינו בשם רמ"י ותלמידי הישיבה אל מעלת כבוד הרבני הנגיד מו"ה ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו בטרון הנסיעה ואתו עמו הר"ר יוסף דובלט הי"ו מנכ"ל מוסדותינו הק' אשר נטלו חלקם בראש לנדב חלק גדול מההוצאות הנסיעה הרוממה ויהי רצון שישלם ד' פעלם ותהי משכרתם שלימה מעם ד' וזכות הגדול יעמוד להם להתברך בכל מילי דמיטב אמן
ויהי רצון שיתקבלו תפילותינו לרחמים ולרצון מיט דעם האט זיך געענדיגט א פולע וואך פון התרוממות הנפש וואס וועט אייביג פארבלייבן אין זכרון פון די בחורים. דורכאויס די גאנצע נסיעה האבן פילע הורי תלמידי ישיבתינו הק' מיטגעהאלטן אלע הייליגע מעמדים אויפ'ן ספעציעלן הוק-אפ וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך קול צעהלים. מ'קען קען שוין איבערהערן אלע מעמדים אויף 7-2 פון די מעין מעניו.
ויום טוב היה אותו בצאתו בשלום מן הקודש גע'פועל'ט אלעס גוטס, אמן.