הערליכע מסיבה השנתית לטובת כולל מגדלות מרקחים פארגעקומען ג' עשי"ת פארופן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, מייסד הכולל.
גאר געלונגענע מסיבה לטובת כולל "מגדלות מרקחים" איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דינסטאג האזינו (ב') ג' עשי"ת בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אויפן פערזענליכן רוף פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מייסד הכולל. די מסיבה איז בעזרת השם יתברך געקרוינט געווארן מיט א גרויסע הצלחה ווי סאיז אריינגעקומען גרויסע סכומים למען החזקת הכולל.
דורכאויס די נאכט האט זיך דער שטראם פון צענדליגער אנשי שלומינו נישט אויפגעהערט, וועלכע זענען געקומען זיך באטייליגן בגוף ובנפש מיט ווארימע סכומים לטובת דעם חשוב'ן מקום תורה וואו די רבני הכולל זענען זיך מייגע באהלה של תורה. אזוי אויך האבן זיך משתתף געווען פילע רבני העיר וועלכע זענען געקומען אפגעבן נדבת לבם פארן חשובע'ן מקום תורה און מקבל זיין ברכת השנים ביי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, און עס האבן זיך פארצויגן הערליכע שמועסן איבער ענינים שונים. צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזען: האדמו"ר מקאשוי, הרה"ג ר' ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קיט"ל העריסאן, אב"ד שפאראן, אב"ד בית שלמה, אב"ד נמיזשא, האדמו"ר מלעלוב וומ"ס, אב"ד גלאנטא, אבד"ק וואלקאן, הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד בן האדמו"ר מפאפא שליט"א, הגה"צ ר' יחזקאל שרגא הורוויץ בן האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, הגה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ בן האדמו"ר מוויען שליט"א, האדמו"ר מקליוולאנד, אב"ד יעמרינג, אב"ד באלטימאר, אב"ד מישקאלץ, אב"ד שכונת קעיסקעיד, אב"ד סאווראן, אב"ד פאלטישאן וומ"ס, אב"ד בית ארי ליבוש קאלוב, אב"ד קערעסטיר, אב"ד דרוהוביטש ועוד. צוליב דעם ריבוי עם בלעה"ר, איז די מסיבה אזוי ווי אין די פארגאנגענע פאר יאר פארגעקומען פון 9:00 און ווייטער בהיכל בצלאל יוסף בבית מדרשינו, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור תומכי הכולל. די מסיבה האט זיך פארענדיגט מיט א גרויסע הצלחה בסייעתא דשמיא.