Skip to content
פרדס יהודה

מסירת נפש פאר א סוכה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער סטייפלער גאון האט מקפיד געווען צו שלאפן אין א סוכה, ווען מען האט אים גענומען אין די רוסישע ארמיי, וואס די קעלט איז נישט געווען אויסצוהאלטן האט ער אויך געשלאפן אין סוכה, ער האט דאס געטאן מיט א שמחה של מצוה וואס האט אים דערווארעמט, און האט נישט געפילט די קעלט. איינמאל סוכות האט ער געדארפט היטן אויף א שפיטאל און ער האט זיך געמאכט א קליין סוכה און אזוי האט ער געהיטן, דער סדר איז געווען, אויב דער שומר זעט ווי דער שונא קומט, דארף ער שיסן א קויל מיט זיין ביקס און אזוי וועט מען זיך צוגרייטן. אזוי ווי דער סטייפלער איז געווען זייער מיד האט ער איינגעדרימלט און בטעות האט זיין ביקס געשאסן, און עס איז געווארן א טומל און מען גרייט זיך. ווען דער מצב איז געווארן רוהיג און מען זעט נישט קיין שונא שיקט מען רופן דעם סטייפלער, פרעגנדיג פארוואס האט ער געשאסן? דער סטייפלער טראכט ער וואלט זיך געקענט פשוט ארויסדרייען פון דעם גאנצן ענין מיט זאגן א ליגן אז ער האט עפעס געזען און געמיינט אז דער שונא קומט, און מיט דעם וואלט ער זיך ארויס געדרייט, פון צווייטן זייט אויב ער וועט זאגן דעם אמת, קומט אים טויט שטראף. מאכט דער גאון א חשבון: מדבר שקר תרחק, ממילא קומט נישט אין באטראכט צו זאגן ליגן, איי מיטן אמת דראט אויף אים א עונש, האט ער געטראכט ער האט דאך געשלאפן אין א סוכה, און ושומר מצוה לא ידע דבר רע, ממילא איז ער זיכער אז דער אויבערשטער וועט אים ראטעווען, און ער זאגט דעם אמת! מען נעמט דעם סטייפלער און מען לייגט אים אריין אין תפיסה מיט די גרעסטע פושעים און מען משפט אים ר"ל אויף צו הענגען. דער גאון פארלירט נישט זיין בטחון, און איז זיכער אז אין זכות פון מצוות סוכה, און זאגן דעם אמת, וועט אים דער אויבערשטער העלפן, אזוי ווי יענע צייט איז געווען דעם יום הולדת פון קיסר, פלעגט ער פארגעבן פאר מענטשן זייער שטראף, אויב דער מענטש האט געטראפן חן ביים אים, און אזוי איז דער קיסר אויך געגאנגען צום תפיסה ביים סטייפלער, און דער סטייפלער האט געפונען חן בעיני אלקים ואדם האט דער קיסר פארגעבן דעם סטייפלער, דער גאון איז געראטעוועט געווארן פון טויט דורך זאגן אמת!

More in this printout

View the whole printout