Skip to content
פרדס יהודה

נישט געוואלט ארויסגיין פון סוכה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרה"ק רבי יהודה צבי ברנדויין (תק"ם - תר"ד) איז געווען די מייסד פון חסידות סטרעטין און ער האט געהאט א זון הרה"ק רבי אליעזר פון אזיפולי. ר' אליעזר פלעגט אלע יאר דערציילן דער מעשה אין די סוכה: עס איז געווען א איד וואס ער האט געלעבט א חיות דקדושה פון סוכה, און האט געקושט די ווענט און נישט ארויס פון סוכה אפילו נאך יו"ט ביז די קעלט און די שניי האט אים געצוואונגען ארויסגיין פון סוכה. איין יאר האט ער געבעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל זוכה זיין צו קענען זיין אייביג אין סוכה ווייל דאס איז זיין גן עדן, ווען עס איז אריבער דעם יו"ט און עס האט אנגעפאנגען ווערן קאלט און ווינטיג, האט דער אויבערשטער געמאכט א נס אז זיין סוכה איז געפלויגן צוזאמען מיטן איד אין א ווייטער ארט וואו עס איז ווארעם אגאנץ יאר, און דער איד האט זיין גן עדן אויף דער וועלט. דאס איז טיפע סודות! פון דעם דארף מען זיך אפלערנען אז דער טעם און קדושה פון דעם סוכה זאל בלייבן ביים מענטש אויף א גאנץ יאהר. אזוי וועט זיין עולמך דיי עולם הבא, תראה בחייך, וועסט דאס זעהן אויף דעם וועלט. קען זיין אז דאס האט דוד המלך געבעטן אַחַת שָׁאַלְתִי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵשׁ שִׁבְתִּי בְבֵית ה' כָל יְמֵי חַיֵּי. אוּן כִי יִצְפְנֵנִי בְסְכֹה, אז ער זאל זוכה זיין צו שטענדיג זיין אין די סוכה און מרגיש זיין דער טעם און קדושה. (שמח זבולון תשפ"ג)

More in this printout

View the whole printout