Skip to content
פרדס יהודה

סיפור פון חפץ חיים- האבן גוטע מידות אויך אין סוכות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

שטייט אז די תשובה פון ימים נוראים איז יראה, און די תשובה פון סוכות איז אהבה, שטייט אין ספר יסוד ושורש העבודה אז וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ איז אנטקעגן אהבת ה', עס טיילט זיך נישט אפ, אויב מען האט נישט ליב אידן האט מען נישט ליב דעם אויבערשטן, וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ מיינט וואס דו האסט פיינט מען זאל דיר טאן זאלסט נישט טאן צו דיין חבר, דַעֲלָךְ סְנֵי לְחַבְרָךְ לָא תַּעֲבִיד (שבת דף לא.). סוכות איז א צייט וואס מען קען פארגעסן פון וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ. סיי ביי קויפן די ד' מינים און סיי ביי מאכן די סוכה. אבער צדיקים האבן געהאלטן קאפ דייקא ביי די ענינים, מיט דעם קען מען אויך מסביר זיין דער מדרש תנחומא ראשון לחשבון עונות, אז דייקא ביי סוכה וואס מען ווייסט אז די ד' מינים זענען גאר חשוב, און דער בעל דבר לייגט גרויסע כוחות מורא היתר זיין ביים איינקויפן די ד' מינים, מיט אונאת דברים און אמאל גניבה אויך, און ביי דעם בויען די סוכה אויך לייגט די בעל דבר גרויסער כוחות, אריינצוברענגען כעס דעמאלטס, מען דערציילט אז די הייליגע חפץ חיים האט אויף דער עלטער נאכאמאל חתונה געהאט, פאר סוכות האט ער אויפגעשטעלט זיין סוכה אליין אזוי ווי ער האט אלע יארן געטאן, יענער יאר נאכן מאכן די סוכה זאגט אים זיין נייע רעבעצין אז זי האלט אז די סוכה וואלט געווען שענער אין א אנדער ווינקל, דער חפץ חיים זאגט איר אז זי איז גערעכט און ער צונעמט די סוכה רוהיגערהייט און שטעלט דאס אויף אין יענעם ווינקל, נאך די גאנצע מוטשענישט זאגט אים זיין ווייב אז ער איז געווען גערעכט די סוכה איז שענער אויף דעם ערשטן פלאץ און מיט א רוהיגעקייט צונעמט דער חפץ חיים די סוכה און שטעלט דאס צוריק. דער חפץ חיים פלעגט זאגן וואס דארף מען אינזינען האבן ווען מען דרייט זיך ארום די בימה מיט די ד' מינים? אז מען זאל אכטונג געבן נישט טרעטן אויף איינעמ'ס פיס ווייל מען וועט חלילה נישט וויסן וועמען צו איבערבעטן. (שמח זבולון תשפ"ג)

More in this printout

View the whole printout