Skip to content
פרדס יהודה

צופיל זוכן פאר א אתרוג איז ביטול תורה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער גרויסער גאון דער ראש ישיבה פון טשעבין -הרה"ג ר' דוב בעריש וויידענפעלד מחבר דובב מישרים- איז אמאל אריין אין א געשעפט וואס האט פארקויפט אתרוגים, און עס איז געווען פול מיט קונים וואס האבן געקוקט און באטראכט אסאך אתרוגים ווי דער שטייגער איז, ווען דער גאון איז אריין און בעט פון סוחר ער זאל אים אויס קלייבן א אתרוג, דער סוחר ברענגט ארויס א אתרוג און דער ראש ישיבה קוקט דאס אן און באטראכט דאס און פרעגט וויפיל דער סוחר וויל און באצאלט און פאקט איין דעם אתרוג און הויבט אן ארויסגיין ווען דער ראש ישיבה הערט ווי איינער רופט זיך אן צו זיין חבר דער ראש ישיבה האט דאס געמאכט זייער שנעל ממילא קען זיין אדער ער האט שוין א שענערע אתרוג און דאס איז נאר א זייטיגער אתרוג, אדער האט דער סוחר געוואוסט אז דער ראש ישיבה קומט און האט אים אנגעגרייט א מהודר'דיגן אתרוג. האט דער גאון זיך אנגערופן אז דאס איז זיין איינציגסטן אתרוג און דער סוחר האט נישט אוועקגעלייגט פאר אים א אתרוג, נאר ער האלט אז מען דארף נישט אוועקגעבן צייט פאר זוכן א אתרוג, מען דארף קוקן און זען אויב עס איז שיין און כשר איז דאס גענוג, ווייל אנדערשט איז דאס ביטול תורה. מען דערציילט אז אסאך צדיקים האבן געגלויבט אז זייער אתרוג איז אנגעשריבן און וועלן דאס באקומען!

More in this printout

View the whole printout