אֵלֶּׁה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִיש צַדִּיק וגו': עס ווערט דאך שוין געברענגט אין די ספרים הק', אז א מענטש דארף דאך נישט אזוי פיל זיין פארנומען "מחנך" זיין זיינע קינדער, ווייל אונזערע קינדער ווערן דאך שוין "מחונך" פון זיך אליין, ווייל אויב דער טאטע פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, וועט זיך שוין דעמאלט'ס דער קינד [על פי רוב] אויך אויף פירן ווי עס דארף צו זיין.
און ד י גאנצע ענין פון: "חִינּוְך" מיינט דאך בעצם נאר איין זאך, און דאס איז: "דּוגְמָא אִישִית" – זיין א לעבעדיגע משל פאר די אייגענ'ע קינדער ווי אזוי מען דארף זיך אויף פירן.
און איינמאל די קינדער זעהען שוין א: "דּוגְמָא אִישִית" ווי אזוי מען דארף זיך אויף פירן, דעמאלט'ס דארף מען דאך זיי שוין נישט אזוי פיל "מחנך" זיין, ווייל זיי גייען דאך שוין פון זיך אליין נאך דעם שיינעם גוט'ן וועג וואס זיי האבן געזעהן ביי זייערע עלטערן זאלן זיין געזונט.
און מיר וועלן ברענגען א שטיקעל'ע ראיה פון דעם הייליגן "בית המקדש", ווייל עס ווערט דאך שוין קלאר געברענגט אין חז"ל (יומא דף: י"ב ע"ב), אז ווי אזוי האט מען מחנך געווען א נייע "קלייד" וואס מען האט געדארפט נוצן אין דעם הייליגן בית המקדש..?! וואס האט מען געטוהן מיט דעם "קלייד"..?! דו מיינס'ט אז מען האט גענומען דעם קלייד און מען האט איהם אויף געהאנגען אויף די וואנט און מען האט איהם אן געשריגן טויזנט מאל אז דו זאלסט וויסן אז "דו ביזט א קלייד פון דעם הייליגן בית המקדש"..! "דו ביזט א קלייד פון דעם הייליגן בית המקדש"..! און ממילא "דו זאלסט זיך אויף אזוי ווי א בית המקדש קלייד"..?! ניין ניין ניין, נישט דאס האט מען געטוהן כדי מחנך צו זיין א נייע קלייד אין דעם הייליגן בית המקדש.
נאר מען האט פשוט אן געהויבן צו ארבעטן מיט דעם נייעם קלייד, און די "עבודה" האט איר שוין מחנך געווען, און חז"ל זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך קלאר בפירוש, אז: "עֲבוֹדָתָן מְחַנְכְתָן" – אז דער כהן האט פשוט געטוהן די הייליגע עבודה מיטן קלייד, און די קלייד איז פשוט מיט געגאנגען מיט איהם, און דאס איז געווען די גאנצע: "חִינּוְך" פון די קלייד.
די גאנצע: "חִינּוְך" פון די קלייד איז געווען, די "עבודה" וואס מען האט גע'ארבעט בשעת' ן גיין אן געטוהן מיטן קלייד, ווייל די "עבודה" וואס מען האט גע'ארבעט בשעת'ן גיין אן געטוהן מיט די קלייד האט מחנך געווען דעם קלייד צו זיין א בית המקדש קלייד.
און די זעלבע זאך איז דאך אויך מיט דיין טייער קינד ר' יוד, ווייל דו דארפס'ט דאך נישט אזוי פיל ארבעטן מיט דיין קינד איהם מסביר צו זיין וואס ער "דארף" טוהן, און וואס ער "מוז" טוהן, און וואס ער "מעג" טוהן, און וואס ער "טאר נישט" טוהן, נאר דו טוה אליין דיין הייליגע עבודה..! און טוה דו אליין וואס דו האסט צו טוהן..!
ווייל דו דארפס'ט דאך זיין א לעבעדיגע: "דּוגמָא אִישִית" פאר דיין קינד, און דו דארפס'ט דאך זיין א לעבעדיגע "ספר תורה" פאר דיין קינד, און דיין קינד דארף דאך דיר פשוט נאך מאכן, און איינמאל דו פירס'ט זיך שוין אויף ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט'ס דארפסטו דאך שוין מער נישט זיין פארנומען אזוי שטארק "מחנך" זיין דיין קינד און איהם זאגן וואס צו טוהן, ווייל דיין קינד וועט דאך שוין אטאמאטיש "נתחנך" ווערן נאך דיר און נאך גיין דיינע שיינע הנהגות.
און ממילא דו טוה נאר וואס דו האסט צו טוהן, און דיין קינד וועט דאך שוין אטאמאטיש נאך גיין דיינע שיינע פוס טריט, און דאס איז דאך טאקע די אמת'ע ריכטיגע אפ טייטש פון דעם ווארט: "חִינּוְך", ווייל די אמת'ע ריכטיגע אפ טייטש פון דעם ווארט: "חִינּוְך" איז דאך, "זיך אליין", ווייל יא ר' יוד, דו זאלסט וויסן, אז די: "מֶלְֶך" און די: "מַלְכָה" פון דעם שטוב זענען די ביישפיל פון די: "דֶר ך הַּתוֹרָה".
און די ווארט: "חִינּוְך" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "הַמֶלְֶך" [מיטן כולל], און די ווארט: "חִינּוְך" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "מַלְכָה" [מיטן כולל], ווייל יא ר' יוד, די גאנצע: "חִינּוְך" פון א קינד ווענט זיך אין די: "מֶלְֶך" און א ין די: "מַלְכָה" פון דעם שטוב, ווייל אויב די: "מֶלְֶך" און די: "מַלְכָה" פון דעם שטוב פירן זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, וועלן שוין דעמאלט'ס די קינדער אטאמאטיש נאך גיין זייערע שיינע פוס טריט.
און דאס זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך די פסוק אין די וואכעדיגע פרשה, ווייל די פסוק זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין די וואכעדיגע פרשה, אז: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" – אז דו ווייסט ווי אזוי די "קינדער" פון: "נֹחַ" וועלן אויס זעהן..?! דאס אלעס ווענט זיך אין: "נֹחַ" אליין..! ווייל ווי אזוי: "נֹחַ" וועט זיך אויף פירן, אזוי וועלן זיינע קינדער אויס זעהן.
און וויבאלד: "נֹחַ אִיש צַדִיק תָמִים" איז דאך טאקע באמת געווען א אמת'ע: "צַדִיק", ממילא וועגן דעם האט זיך דאס טאקע שפעטער דערקענט: "בְדֹרֹתָיו" – ממילא וועגן דעם האט זיך דאס טאקע שפעטער דערקענט אין זיינע שפעטער'דיגע דורות, ווייל ווי אזוי דו פירס'ט זיך אויף, פונקט אזוי וועלן זיך דיינע קינדער אויף פירן..!
און ממילא וועגן דעם: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ" – און ממילא וועגן דעם איז נח שטענדיג געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן: "בִּתְמִימּות ובִפְשִיטּות", ווייל ער האט דאך געוואלט אז זיינע קינדער זאלן זיך אויך אזוי אויף פירן, נו.. ווי אזוי מאכט מען אז די קינדער זאלן זיך אויך אויף פירן אזוי ווי א ערליכע יוד דארף זיך אויף פירן..?!
די תירוץ אויף דעם איז, אז מען טוט "אליין" די עבודה, און מען ווייזט פאר די קינדערלעך אז די טאטע פירט זיך אויך אויף אזוי ווי א ערליכע יוד פירט זיך אויף, און איינמאל די קינדער זעהען שוין פאר די אויגן א לעבעדיגע: "דּוגְמָא אִישִית" ווי אזוי מען דארף זיך אויף פירן, מאכן זיי דאס דעמאלט'ס פונקטליך נאך, און אזוי ווערן זיי שוין "נתחנך" אויף דעם גוט'ן וועג, און דאס איז אלעס ווייל זיי פארמאגן דאך שטענדיג פאר די אויגן א לעבעדיגע משל וואס ווייזט זיי ווי אזוי א ערליכע יוד דארף זיך אויף פירן.
און די ווערטער: "דּוגְמָא אִישִית" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "תַעֲשֶה" – דאס זאלסטו טוהן, ווייל יא ר' יוד, דו האלטס'ט און איין פרעגן אז.. ווי אזוי איז מען "מחנך" די קינדער..?! ווי אזוי איז מען "מחנך" די קינדער..?! איך וועל דיר זאגן ווי אזוי מען איז "מחנך" קינדער, מען איז "מחנך" קינדער דורך דעם וואס איז "זיך אליין" מחנך קודם..! און מען איז "מחנך" קינדער דורך דעם וואס מען א יז אליין א: "דּוגְמָא אִישִית" ווי אזוי א אמת'ע ערליכע יוד דארף אויס זעהן, און דאס: "תַעֲשֶה" – און דאס דארפסטו טוהן ר' יוד כדי "מחנך" צו זיין דיינע קינדער, דו דארפס'ט "אליין" זיין א ערליכע יוד, און אויב דו וועסט אליין זיין גוט, דעמאלט'ס וועלן דיר שוין דיינע קינדער אטאמאטיש נאך מאכן.
ווייל די: "טֶבַע הַבְרִיָאה" איז דאך, אז קינדער מאכן נאך א טאטע, און ממילא שאקל דיר איבער א בלאט גמרא, ווייל אויב דו וועסט זיך שאקלען איבער א בלאט גמרא, דעמאלט'ס וועסטו שוין זעהן אז דיינע קינדער וועלן דיר נאך מאכן און זיך אויך שאקלען איבער א בלאט גמרא מיט א זיס'קייט.
און אויב א מענטש נוצט טאקע באמת אויס זיינע: "שָעוֹת" אין זיין טאג, דעמאלט'ס איז ער דאך טאקע א אמת'ע: "דּוגְמָא אִישִית" פאר זיינע קינדער, ווייל וואס דען מיינט א אמת'ע: "דּוגְמָא אִישִית"..?! א אמת'ע: "דּוגְמָא אִישִית" מיינט דען א "ליידיג גייער"..?! אוודאי נישט.
א אמת'ע: "דּוגְמָא אִישִית" מיינט, א וואויל'ע ערליכע יונגערמאן וואס נוצט אויס ריכטיג אלע זיינע: "שָעוֹת" אין טאג, און די ווארט: "שָעוֹת" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "דּוגְמָא אִישִית" [מיטן כולל], ווייל יא ר' יוד, אויב נוצטו אויס ריכטיג אלע דיינע: "שָעוֹת" אין דיין טאג, דעמאלט'ס ביזטו דאך טאקע א אמת'ע: "דּוגְמָא אִישִית" פאר דיינע קינדער.
און דער הייליגער בעל הטורים זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין די וואכעדיגע פרשה, אז די ווערטער: "הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נַ ח" – איז דאך סופי תיבות: "חָכָם" – א קלוגער, אדער מיינט דאס צו זאגן א: "תַלְמִיד חָכָם",
ווייל יא ר' יוד, אויב דו וועסט טוהן די "קלוגע" עצה פון: "הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נַ ח" און דו וועסט "אליין" גיין מיטן אייבערשטן, און דו וועסט זיך "אליין" פירן: "בְדֶר ך הַּתוֹרָה וְהַיִרְָאה", דעמאלט'ס וועלן שוין דיינע קינדער אטאמאטיש נאך גיין דיין גוט'ן וועג.
און אויב דו וועסט טאקע באמת גיין אין די וועגן פון דעם: "חָכָם", דעמאלט'ס קענסטו נאך האבן א האפענונג אז דיינע קינדער וועלן נאך אויס וואקסן גרויסע: "תַלְמִידֵי חֲכָמִים וַחֲסִידִים אֲהּובִים לְמַעְלָה וְנֶחֱמָדִים לְמַטָה", און אויב דו וועסט טאקע באמת גיין אין די וועגן פון דעם: "חָכָם", דעמאלט'ס קענסטו נאך האבן א האפענונג צו זעהן אמת'ע ערליכע: "בָנִים ובְנֵי בָנִים עוֹסְקִים בַּתוֹרָה ובְמִצְוֹת בֶאֱמֶת:"