וַתָּבֹא אֵלָיו הַיּוֹנָה לְעֵת עֶׁרֶׁב וְהִנֵּה עֲלֵה זַיִת טָרָף בְּפִיהָ וַיֵּדַע נֹחַ כִּי קַלּוּ הַמַּיִם מֵעַל הָאָרֶׁץ: חז"ל (שבת דף: מ"ט ע"א) זאגן דאך אונז שוין בפירוש, אז: "כְנֶסֶת יִשְרָאֵל נִמְשְל ו לְיוֹנָה" – אז כלל ישראל איז דאך צו געגליכ'ן צו א: "יוֹנָה", אבער מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט, אז דער הייליגער תורה הק' איז דאך "נצחי", און די מעשה מיט די: "יוֹנָה" קומט דאך אונז עפעס צו לערנען דא, און ממילא לאמיר זעהן וואס דער הייליגער תורה הק' לערנט אונז דא אויס ביי די מעשה פון די: "יוֹנָה", ווייל די פסוק קומט דאך אונז דא אויס לערנען א מורא'דיגע שטארקע יסוד.
און דאס איז דאך, אז א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג וויסן און געדענקען, אז: "וַּתָבֹא אֵלָיו הַיוֹנָה" – אז ווען א יודיש קינד קומט צו צום אייבערשטן: "לְעֵת עֶרֶב" – ווען עס גייט איהם גאר שווער, און ווען עס איז איהם גאר שטארק טונקל און פינסטער, און ער בעט דעמאלט'ס דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל איהם העלפן.
אבער ער בעט נישט דעמאלט'ס סתם אזוי דעם אייבערשטן, נאר זיין הארץ איז דעמאלט'ס אן געפילט מיט: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אין דעם הייליגן באשעפער אז דער הייליגער באשעפער וועט דאך איהם שוין טאקע זיכער העלפן.
און: "וְהִנֵה עֲלֵה זַיִת" – און דער יוד איז דעמאלט'ס אזוי ווי א: "זַיִת" וואס איז דאך שטענדיג פייכט, און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער אזוי, אז דוד המלך דערציילט דאך אונז שוין אין זיין הייליגן ספר תהלים, אז עס איז געווען אמאל גאר גאר א גרויסע תלמיד חכם וואס האט געהייסן: "דוֹאֵג הָאֲדֹמִי", און ער איז אויך געווען איינער פון די "ראשי הסנהדרין", אבער פון גרויס קנאה צו דוד המלך, האט ער פארציילט: "לָשוֹן הָרָע" אויף דוד המלך פאר דעם גרויסן קעניג שאול המלך, און זיין סוף איז געווען אז: "שֶנֶאֱבַד מִן הָעוֹלָם".
און טראץ דעם וואס ער איז געווען גאר א גרויסע גדול בתורה, און גאר א גרויסע "אב בית דין", האט ער אבער נאך אלץ מיט דעם אלעמען באקומען אזא גרויסע שטראף, ווייל ער האט גערעדט: "לָשוֹן הָרָע" אויף "דוד המלך".
און דוד המלך זאגט דאך שוין טאקע אויך צו איהם אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל נ"ב פסוק ג'), אז: "מַה תִתְהַלֵל בְרָעָה הַגִבוֹר" – אז מיט וואס קענסטו זיך בכלל לויבן..?!
מיט די שלעכט'ס וואס דו האסט געטוהן פאר מיר..?! אז יעצט וועט מיר שוין קיינער נישט וועלן געבן קיין "ברויט" כדי מיר צו דער האלטן ביים לעבן..?! און ממילא מיינסטו שוין אז איך וועל שטארבן פון הונגער אדער אריין פאלן אין די הענט פון שאול המלך..?!
ניין ניין ניין, עס קען דאך נישט זיין אזא זאך..?! ווייל עס איז דאך: "חֶסֶד א-ל כָל הַיוֹם", און אויב אחימלך וואלט מיר נישט געגעבן קיין ברויט, דעמאלט'ס וואלט דאך שוין דער אייבערשטער געשיקט א צווייטע מענטש מיר צו געבן צו עסן, ווייל: "הַרְבֵה דְרָכִים לַמָקוֹם" – ווייל דער אייבערשטער האט דאך שוין גענוג וועגן ווי אזוי מיר צו שפייזן.
און ממילא פירט דא אויס דוד המלך די עיקר חלק פון זיינע ווערטער, און ער רופט דא אויס הויעך, אז: "וַאֲנִי" – אבער איך "דוד המלך".. וואס איך בין אזוי פיל גערודפ'ט געווארן דורך דעם מענטש, בין אבער נאך אלץ: "כְזַיִת רַעֲנָן" – בין אבער נאך אלץ אזוי ווי א פריש'ע איילבירט וואס איז דאך שטענדיג פייכט און פריש, און פונקט אזוי ווי דער פריש'ע איילבירט האלט זיך שטענדיג פייכט און פריש, וועל איך אויך שטענדיג בלייבן מושרש: "בְבֵית אֱֹלקִים" עד סוף כל הדורות, אבער דו ווייסט פארוואס איך וועל שטענדיג בלייבן מושרש: "בְבֵית אֱֹלקִים" עד סוף כל הדורות..?!
ווייל: "בָטַחְּתִי" בְחֶסֶד אֱֹלקִים – ווייל איך האב דאך געהאט: "בִטָחוֹן" אין דעם איין איינציג'ן באשעפער וואס איז דאך: "כָל כֻלוֹ חֶסֶד" א יעדע מינוט פון דעם טאג, און ער איז דאך קיים: "עוֹלָם וָעֶד" – און ער לעבט דאך אויף אייביג, און איך פאר לאז זיך דאך שטענדיג נאר אויף זיין גרויסע: "חֶסד".
אבער על כל פנים.. זעהט מען דאך שוין פון דעם, אז דוד המלך האט צו געגליכ'ן די ענין פון: "בִטָחוֹן" צו א: "זַיִת" בוים וואס איז שטענדיג פייכט און פריש צו אירע ווארצלען, און דוד המלך האט דאך אונז שוין דא קלאר מגלה געווען דעם סוד, אז א: "זַיִת" בוים ווייזט דאך אויף: "בִטָחוֹן".
און ממילא דאס זאגט אונז דא דער הייליגער תורה הק', אז: "וַּתָבֹא אֵלָיו הַיוֹנָה" – אז ווען א יודיש קינד קומט צו צום אייבערשטן: "לְעֵת עֶרֶב" – ווען עס גייט איהם גאר שווער, און ווען עס איז איהם גאר שטארק טונקל און פינסטער, און ער בעט דעמאלט'ס דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל איהם העלפן, אבער ער בעט נישט דעמאלט'ס דעם אייבערשטן סתם אזוי, נאר זיין הארץ איז דעמאלט'ס אן געפילט מיט: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אין דעם הייליגן באשעפער אז דער הייליגער באשעפער וועט דאך איהם שוין טאקע זיכער העלפן, און: "וְהִנֵה עֲלֵה זַיִת" – און דער יוד האט טאקע דעמאלט'ס א הארץ וואס איז אן געפילט מיט: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אין דעם הייליגן באשעפער אז דער הייליגער באשעפער וועט דאך איהם שוין "זיכער" העלפן, דעמאלט'ס וועט ער זוכה זיין אז: "טָרָף בְפִיה" – דעמאלט'ס וועט ער זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט איהם געבן "ישועות", צו זאל דאס זיין "ישועות", צו זאל דאס זיין "רפואות", צו זאל דאס זיין "פרנסה".
און דער הייליגער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע ועכ"י זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר נועם אלימלך, אז די ווארט: "טָרָף" איז דאך טאקע אויך רומז אויף "פרנסה".
ווייל די פסוק זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין משלי (קפיטל ל"א פסוק ט"ו) דעם לשון אז: וַּתִּתֵן "טֶרֶף" לְבֵית ה וְחֹק לְנַעֲרֹתֶיהָ, און ממילא צו זאל דאס זיין "ישועות", צו זאל דאס זיין "רפואות", צו זאל דאס זיין "פרנסה", צו זאל דאס זיין אנדערע ישועות בענינים שונים, סיי וועלכע ישועה ער דארף נאר.. וועט ער קענען זוכה זיין צו דעם.
און ער וועט דעמאלט'ס קענען זוכה זיין צו: "טָרָף בְפִיהָ" כפשוטו, אז דער אייבערשטער וועט איהם זַאט מאכן כפשוטו ממש, און יא טייערע יודן, דער אייבערשטער וועט זַאט מאכן דעם: "בַעַל בִטָחוֹן".
און ממילא אויב א מענטש דארף אמאל א "ישועה" אין א געוויסע ענין, דארף ער דאך דעמאלט'ס וויסן, אז אויב ער וועט בעטן דעם אייבערשטן מיט א זיכער'ע: "בִטָחוֹן", וועט ער דעמאלט'ס זיכער זוכה זיין צו זעהן גאר גרויסע: "יְשּועוֹת לְמַעְלָה מִדֶר ך הַטֶבַע".
און די ספרים הק' זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך, אז נח איז דאך געווען א: "מַאֲמִין וְאֵינוֹ מַאֲמִין" – ער האט גע'גלייבט.. אבער ער האט נישט גע'גלייבט.
און אלע ספרים פרעגן דאך שוין די באקאנט'ע קשיא אז וואס הייסט אז נח איז געווען א: "מַאֲמִין וְאֵינוֹ מַאֲמִין" – וואס הייסט אז נח האט גע'גלייבט און נישט גע'גלייבט..?!
ענטפער'ן די ספרים הק' אויף דעם, אז דאס מיינט צו זאגן, אז אוודאי איז דאך נח געווען א: "מַאֲמִין" און ער האט גע'גלייבט אז עס גייט קומען א מבול אויף דער וועלט, נאר די זאך איז געווען דא, אז נח האט גאר שטארק מורא געהאט אריין צו גיין אין די תבה, ווייל ער האט געטראכט צו זיך, אז אויב ער וועט אריין גיין אין די תבה, וועט "ער" דאך דעמאלט'ס גורם זיין "מיטן זיין אריין גיין אין די תיבה" אז די מבול זאל טאקע קומען.
ווייל ווען א יודיש קינד האט גאר א שטארקע: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אז דער אייבערשטער וועט ברענגען א געוויסע זאך, דעמאלט'ס קען זיין: "אֱמּונָה" אליין גורם זיין אז עס זאל טאקע געשעהן.
און די ספרים הק' זאגן דאך אונז שוין טאקע או יך בפירוש, אז: "אֱמּונָה" איז דאך טאקע מלשון "המשכה", און ממילא וועגן דעם האט נח גאר שטארק מורא געהאט אריין צו גיין אין די תבה, ווייל ער האט נישט געוואלט זיין א "גורם" אז וועגן איהם זאל קומען א "מבול" אויף די גאנצע וועלט און חרוב מאכן די גאנצע וועלט.
אבער ווען די וואסער האט שוין אן געהויבן גאר שטארק צו שטורעמען, האט שוין נח מער נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, און ער האט שוין דעמאלט'ס "געמוזט" אריין גיין אין דעם תבה.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין די וואכעדיגע פרשה (קפיטל ז' פסוק ז'), אז: וַיָבֹא נֹחַ ובָנָיו וגו' אֶל הַּתֵבָה "מִפְנֵי מֵי הַמַבּול" – אז נח איז נאר אריין געגאנגען אין די תבה ווען ער האט שוין מער נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און ער האט דאך שוין דעמאלט'ס "געמוזט" אריין גיין אין די תבה, ווייל די מבול האט דאך געהאלטן און איין ווערן שטערקער און שטערקער, ערשט דעמאלט'ס איז נח אריין געגאנגען אין די תבה, אבער אוודאי איז נח געווען א: "מַאֲמִין" – אבער אוודאי האט נח גע'גלייבט אז עס גייט קומען א מבול.
אבער על כל פנים.. מיר דארפן זיך ארויס לערנען פון דעם א געוואלדיגע מוסר השכל, אז וואס..?! אז ווען א יודיש קינד בעט א "תפילה" פון דעם הייליגן באשעפער מיט א שטארקע: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" ביי זיך אין הארץ, קען ער דורך דעם ממשיך זיין גאר גרויסע ישועות ורפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל, אזוי גרויס איז די כח פון: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אין דעם הייליגן באשעפער, די כח פון: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" איז, אז עס "שלעפט" די "ישועה" פון א מענטש.
און פונקט אזוי ווי נח האט מורא געהאט אז זיין: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" וועט שלעפן דעם מבול צו די וועלט, אזוי אויך וועט דיי ן: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" צו שלעפן דיין גרויסע: "יְשּועָה שְלֵמָה מִן הַשָמַיִם":