אֵלֶּׁה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִיש צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו אֶׁת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּׁךְ נֹחַ: עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם איינעם די באקאנט'ע קשיא וואס גאר אסאך מפרשים פרעגן דאך שוין, אז פארוואס האט דער אייבערשטער געהייסן פאר נח צו בויען א "תבה"..?!
דער אייבערשטער האט דען נישט געהאט קיין אנדערע וועג ווי אזוי צו ראטעווען נח פון די "מבול" נאר דורך דעם וואס נח וועט בויען א גרויסע "תבה" און אריין גיין אהין..?! דער אייבערשטער האט דאך שוין געהאט גענוג וועגן ווי אזוי צו ראטעווען נח פון די מבול..?! און ממילא פארוואס האט אויס געפעלט צו בויען א תיבה..?!
און בכלל.. דער אייבערשטער וואלט דאך געקענט נעמען נח און איהם אריין לייגן אין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל", ווייל עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם איינעם, אז עס ווערט דאך שוין קלאר געברענגט אין די ספרים הק', אז אין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל" איז דאך נישט געווען קיין "מבול"..?! און ממילא פארוואס האט אויס געפעלט צו בויען א גאנצע "תבה" פאר נח און איהם אריין לייגן אין דעם..?! פארוואס..?! נאר מען קען ענטפער'ן אויף דעם צוויי תירוצים.
א) אז עס ווערט דאך שוין געברענגט אין חז"ל, אז א: "צַדִיק" איז דאך: "בִבְחִינַת אֶרֶץ יִשְרָאֵל", און ממילא קומט דאך אויס פון דעם אזוי, אז.. אין הכי נמי דו ביזט גערעכט טאקע אז דער אייבערשטער וואלט טאקע געקענט נעמען נח און איהם אריין לייגן אין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל", אבער "עס האט פשוט נישט אויס געפעלט", ווייל נח איז דאך געווען א: "צַדִיק".
און וויבאלד נח איז געווען א: "צַדִיק", ממילא איז ער דאך געווען אזוי ווי: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל" אליין, און ממילא וועגן דעם איז פשוט געווען איבריג צו שיקן נח קיין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל", און מען האט איהם פשוט געקענט דארטן לאזן פאר די זעלבע פרייז.
און די אמת איז דאך, אז עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין די ספרים הק', אז די "תבה" איז דאך בעצם בכלל נישט געווען די זאך וואס האט באשיצט נח פון דעם גרויסן מבול, דו מיינס'ט טאקע אז די קליינע שטיקעל'עך האלץ פון די תבה האט באשיצט נח פון דעם גרויסן שטורעמיש'ן מבול..?! אוודאי נישט.
נאר דער אייבערשטער האט מלבוש געווען די "באשיצער" פון נח אין א צורה פון א "תבה", אבער די תבה איז נישט געווען דאס וואס האט באשיצט אויף נח, נאר די גרויסע "זכותים" וואס נח האט געהאט מיט זיך האבן איהם באשיצט פון דעם גרויסן שטורעמיש'ן מבול, און די גרויסע "זכותים" וואס נח האט געהאט מיט זיך האבן מגין געווען אויף איהם אז ער זאל נישט געשעדיגט ווערן פון דעם גרויסן שווער'ן שטורעמיש'ן מבול.
אבער די "תבה"..?! די "תבה" איז דאך נאר געווען א "לבוש", און די אמת איז דאך, אז אפילו אויב נח וואלט "נישט" געהאט קיין תבה בשעת ווען די מבול איז אן געקומען, וואלט ער דאך אבער נאך אלץ נישט געשעדיגט געווארן פון דעם גרויסן שווער'ן שטורעמיש'ן מבול, ווייל זיינע זכותים וואלטן דאך איהם זיכער באשיצט פון די מבול, און קיין שום זאך אויף דער וועלט וואלט דאך איהם נישט געקענט שעדיגן.
און די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט אריין געלייגט נח אין א "תבה" איז געווען, ווייל דער אייבערשטער האט געוואלט ווייזן מיט דעם, אז א: "צַדִיק" קען מאכן: "אֲוִירָא דְאֶרֶץ יִשְרָאֵל" דארטן וואו ער געפונט זיך, און עס פעלט נישט אויס איהם אוועק צו פירן קיין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל" פיזיש, ווייל דער: "צַדִיק" "אליין" איז דאך איין שטיק: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל".
און די ווארט: "יִשְרָאֵל" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: " ישְרָאֵל לעֲשוֹתְ רצוֹן א בִינּו שבַשָמַיִם" – א יודיש קינד לעבט דאך נאר כדי צו טוהן דעם: "רָצוֹן הַבוֹרֵא מאכן א: "נַחַת רּוחַ" פארן הייליגן באשעפער.
בָר וְך הּוא", און א יודיש קינד לעבט דאך נאר כדי צו
און לויט דעם איז די פשט פון די ווערטער: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל" אזוי, אז: "אֶרֶץ" – אז א מענטש וואס מאכט פון זיין גאנצע "ארציות" א: " ישְרָאֵלַ לעֲשוֹת רצוֹן א בִינּו שבַשָמַיִם" – א מענטש וואס מאכט פון זיין גאנצע "ארציות" א יודיש קינד וואס טוט דעם רצון השם יתברך, דעמאלט'ס ווערט "ער" דאך אליין א שטיק: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל".
און פאר אזא איינער עפענט דאך דער אייבערשטער אויף א אייגענ'ע שאטן – און פאר אזא איינער עפענט דאך דער אייבערשטער אויף א אייגענ'ע "בית המדרש" אינמיטן דעם שרעקליכ'ן דור המבול.
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם, אז עס האט פשוט נישט אויס געפעלט צו נעמען נח און איהם אריין לייגן אין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל", ווייל ער אליין איז דאך געווען איין שטיק: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל", און עס האט דאך נישט קיין שום פנים אריין צו לייגן: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל" אין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל".
און ממילא דאס קומט אונז די פסוק דא זאגן, ווייל די פסוק קומט דאך אונז דא זאגן אזוי, אז דו ווייסט פארוואס דער אייבערשטער האט געהייסן נח בויען א "תבה" און ער האט איהם נישט אריין געלייגט אנשטאדט דעם אין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל"..?!
ווייל: אֵלֶה "תוֹלְדֹת נֹחַ" – ווייל געב נאר א קוק "ווער נח איז געווען", [און דאס גייט דאך פארשטייט זיך על פי דאס וואס רש"י הק' איז מסביר אז: "עִקַר תוֹלְדוֹתֵיהֶם שֶל צַדִיקִים" זענען דאך זייערע: "מַעֲשִים טוֹבִים", און ממילא געב נאר א קוק "ווער נח איז געווען"], עס איז דאך געווען: "נֹחַ אִיש צַדִיק" – נח איז דאך געווען א: "צַדִיק", און ממילא וועגן דעם האט פשוט נישט אויס געפעלט אריין צו שיקן נח קיין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל", ווייל נח אליין איז דאך שוין געווען איין שטיק: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל", ווייל עס ווערט דאך שוין קלאר געברענגט אין חז"ל אז א: "צַדִיק" איז דאך: "בִבְחִינַת אֶרֶץ יִשְרָאֵל".
איי.. וועסטו אבער פרעגן, אז פארוואס האט דער אייבערשטער מטריח געווען נח צו ארבעטן "הונדערט און צוואנציג יאר" צו בויען א "תבה"..?!
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער אזוי, אז: "הַשְּתָא דְָאתִית לְהָכִי" אז עס איז פשוט געווען גרינגער צו הייסן נח בויען א "תבה" ווי איהם אריין צו שיקן אין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל", פרעג איך דיר יעצט אזא קשיא, אז נח האט דאך גע'ארבעט ביטער שווער פאר הונדערט און צוואנציג יאר כדי צו "בויען" די תבה..?! דאס איז דען געווען א גרינגער'ע זאך ווי איהם אריין צו שיקן קיין: "אֶרֶץ יִשְרָאֵל"..?! ער האט דאך גע'ארבעט אזוי שווער פאר הונדערט און צוואנציג יאר כדי צו "בויען" די תבה..?!
אבער די תירוץ אויף דעם איז, אז.. ניין, עס איז נישט אזוי ווי מיר האבן אלעמאל געמיינט, ווייל עס ווערט דאך שוין קלאר געברענגט אין חז"ל, אז עס איז געשעהן גאר גאר אסאך "ניסים" בשעת ווען נח האט געבויעט די תבה, און די גאנצע: "בְנִיַת הַּתֵבָה" איז דאך בעצם געבויעט געווארן: "בְדֶר ך נֵס", און עס איז איהם בכלל נישט אן געקומען שווער צו בויען די תיבה.
ב) און די צווייטע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט אריין געלייגט נח אין א "תבה" איז געווען, ווייל דער אייבערשטער האט דוקא געוואלט אריין לייגן אלע "בהמות" און "חיות" און "עופות" וואס געפונען זיך נאר אויף דער וועלט צוזאמען מיט "נח" אין די תבה, כדי צו ווייזן מיט דעם פאר די גאנצע וועלט, אז געבט'ס נאר א קוק אן די וועלט נאכן מבול, אלעס איז דאך יעצט פוסט און וויסט, יא..?! און יעצט.. גייט זיך אן הייבן א נייע וועלט פון דאס ניי.
אבער פון "וואו" וועט זיך דאס אן הייבן..?! פון דעם גרויסן הייליגן: "צַדִיק נֹחַ", און פון דעם גרויסן הייליגן: "צַדִיק נֹחַ" וועט די גאנצע וועלט שעפן איר פריש'ע חיות, ווייל יא ר' יוד, די גאנצע וועלט איז דאך שטענדיג נאר יונק פון דעם: "צַדִיק", און נאר דורך דעם: "צַדִיק" האט זיך טאקע אן געהויבן אויף צו בויען א נייע וועלט נאך דעם שרעקליכ'ן דור המבול.
און די פסוק זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין די וואכעדיגע פרשה (קפיטל ז' פסוק כ"ג), אז: "וַיִשָאֶר א ך נֹחַ וַאֲשֶר אִּתוֹ בַּתֵבָה" – אז עס איז נאר איבער געבליבן דער הייליגער: "צַדִיק נֹחַ" מיט די אלע זאכן וואס זענען געווען "צוזאמען מיט איהם" אין די תבה.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז נישט דא אין פסוק אז עס איז איבער געבליבן נאכן מבול "בהמות".. און "חיות".. און "חפצים".. און אויך "נח", ניין ניין ניין, נאר דער הייליגער תורה הק' זאגט אונז דא אזוי, אז: "וַיִשָאֶר א ך נֹחַ" – אז עס איז נאר איבער געבליבן נאכן מבול דער גרויסער הייליגער: "צַדִיק נֹחַ", און: "וַאֲשֶר אִּתוֹ בַּתֵבָה" – און ווער עס איז געווען "דבוק" צו דעם גרויסן הייליגן: "צַדִיק אֱמֶת".
ווייל יא ר' יוד, דאס איז איבער געבליבן נאכן מבול, דער גרויסער הייליגער: "צַדִיק אֱמֶת", און אויך.. ווער עס איז געווען "דבוק" צו דעם גרויסן הייליגן: "צַדִיק אֱמֶת", אבער עפעס אנדערש איז נישט איבער געבליבן.
ווייל דער אייבערשטער האט דאך אונז דא געוואלט ווייזן מיט דעם, אז וויסן זאלסטו ר' יוד, אז די גאנצע וועלט שעפט נאר חיות פון דעם גרויסן הייליגן: "צַדִיק אֱמֶת", און אויב איז מען דבוק צום: "צַדִיק אֱמֶת", דעמאלט'ס האט מען א "קיום", אבער אויב נישט, דעמאלט'ס וויל איך נישט אויס פירן ח"ו [זאגט דער הייליגער תורה הק'], ווייל דער גרויסער הייליגער: "צַדִיק" איז דאך די: "יְסוֹד הָעוֹלָם:"