אֵלֶּׁה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִיש צַדִּיק וגו': עס ווערט דאך שוין געברענגט אין די ספרים הק', אז א ערליכע יוד מיינט, אזא איינער וואס לעבט שטענדיג מיט: "אֱמּונָה", און ער האט נישט קיין שום טענות אויפן רבונו של עולם, נאר ער האלט אין איין זאגן, אז: "ל ך אֲדֹנ-י הַצְדָקָה" – אז.. הייליגער באשעפער, דו ביזט גערעכט מיט אלעס וואס דו טוס'ט נאר מיט מיר.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת האזינו (קפיטל ל"ב פסוק ד'), אז: "כִי כָל דְרָכָיו מִשְפָט" – אז אלע וועגן פון דעם אייבערשטן זענען דאך מיט "גערעכטיקייט", און דער אייבערשטער איז דאך א: "אֵל אֱמּונָה" – און דער אייבערשטער איז דאך א באגלייבט'ער גאט, און: "וְאֵין עָוֶל" – און ער טוט דאך נישט ח"ו קיין שום עוולות פאר קיינעם, נאר: "צַדִיק וְיָשָר הּוא" – נאר ער איז א גערעכט'ער און א גלייכער גאט.
און ממילא וועגן דעם האב איך נישט ח"ו קיין שום טענות אויף דיר הייליגער גרויסער טאטע אין הימל, נאר איך גלייב שטענדיג: "בֶאֱמּונָה שְלֵמָה" אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט פאר מיר איז טאקע די בעסטע וואס עס איז נאר שייך פאר מיר צו האבן.
און דאס הייסט טאקע א אמת'ע: "צַדִיק", ווייל וואס איז א: "צַדִיק"..?! די תירוץ אויף דעם איז, אז א: "צַדִיק" איז דאך נאר, אזא איינער וואס איז שטענדיג: "מַצְדִיק" אֶת הַדִין, און ער גלייבט שטענדיג אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט פאר איהם איז דאך זיכער נאר: "לְטוֹבָה".
איי.. עס זעהט נישט אויס גוט..?! און איי.. עס טוט דאך מיר אזוי שטארק וויי..?! אבער נו.. דו ביזט גערעכט טאקע אז עס טוט מיר טאקע גאר שטארק וויי, אבער ווער האט דאס מיר געגעבן..?! ווער..?!
דער "הייליגער באשעפער", און מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט, אז חז"ל האבן דאך אונז שוין קלאר צו געזאגט, אז: "מֵאִּתוֹ לא תֵצֵא הָרָעוֹת" – אז עס גייט דאך נישט ארויס קיין שום שלעכטע זאך פון דעם הייליגן באשעפער, נו אויב אזוי מוז דאך דעמאלט'ס זיין אז דאס איז זיכער נאר: "לְטוֹבָה", און דאס וואס איך זעה נישט די גוט'ס מיט מיינע אייגענ'ע אויגן איז דאך נאר ווייל [זעהט אויס] איך בין נישט "ראוי" דאס צו זעהן מיט מיינע אייגענ'ע אויגן, אבער אין אמת'ן אריין איז דאך דאס זיכער נאר: "אְַך וְרַק לַהֲנָָאתִי ולְטוֹבָתִי".
און אפילו אם תמצא לומר אז עס איז יא א ריכטיגע שוועריקייט, איז עס דאך אבער נאר געקומען ווייל דער אייבערשטער וויל דאך מיר רייניגן דורך דעם פון מיינע עבירות, כדי אז ער זאל מיר שפעטער קענען געבן "שכר" אויף מיינע גוטע מעשים וואס איך האב געטוהן אויף דער וועלט.
און ממילא וועגן דעם הייב איך אויף מיינע אויגן צום הייליגן באשעפער [אפילו בשעת ווען עס רינט מיר טרערן פון מיינע אויגן], און איך זאג איהם דא קלאר נאך אמאל, אז יא הייליגער באשעפער, איך רוף דא יעצט נאך אמאל אויס: "בְפֶה מָלֵא", אז: "ל ך אֲדֹנ-י הַצְדָקָה" – אז דו ביזט גערעכט הייליגער גרויסער טאטע אין הימל מיט אלעס וואס דו טוס'ט נאר צו מיר, און איך האב נישט ח"ו קיין שום טענות אויף דיר הייליגער גרויסער טאטע אין הימל טראץ דעם וואס איך גיי א דורך אזעלכע שווערע: "צָרוֹת" און: "יְסּורִים" אויף דער וועלט.
און טראץ דעם וואס עס טוט מיר גאר שטארק וויי, שריי איך אבער נאך אלץ אויס הויעך, אז: "ל ך אֲדֹנ-י הַצְדָקָה"..! ווייל דאס אלעס קומט דאך פון דיר הייליגער גרויסער רחמנות'דיגער טאטע אין הימל, און דאס הייסט דאך טאקע א אמת'ע: "צַדִיק".
און דאס מיינט נישט ח"ו אז מען דארף שווייגן בשעת ווען מען האט אמאל א צרה און פשוט פאר מאכן דאס מויל מיט קלעב און נישט בעטן דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל אוועק נעמען די צרה, ניין ניין ניין, ווייל עס איז דאך סוף כל סוף דא די מצוה וואס הייסט "תפילה", און א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג בעטן זיינע בקשות פון דעם הייליגן באשעפער, אבער אויף אזוי פיל יא [זאגן די ספרים הק'], א יודיש קינד זאל זיך קיינמאל נישט אפ רעדן פארן אייבערשטן אז.. עס גייט דאך מיר אזוי שווער, און עס איז דאך מיר אזוי שלעכט, און ממילא פארוואס האסטו דאס געטוהן צו מיר הייליגער באשעפער..!?
ווייל דער אייבערשטער הערט דאך דעמאלט'ס אויס זיינע ווערטער וואס ער זאגט דעמאלט'ס, און דער אייבערשטער זאגט דאך דעמאלט'ס פאר דעם מענטש וואס האט דאס געזאגט, אז איך האב דאך דיר געגעבן אזא און אזא שוועריקייט יעצט, און דו רעדס'ט זיך אזוי שטארק אפ אויף דעם אז עס איז ממש געפערליך און דו האסט ממש "טענות" אויף מיר..?!
איך וועל דיר שוין ווייזן וואס דאס מיינט א ריכטיגע "פראבלעם", און דעמאלט'ס קען ח"ו קומען נאך ערגער'ע זאכן אויף דעם מענטש ח"ו.
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער, אז א מענטש דארף זיך טאקע שטענדיג אויס רעדן דאס הארץ צום אייבערשטן און איהם דערציילן אלעס וואס עס טוט איהם נאר וויי, אבער.. מען דארף דאס אבער טוהן אויף א אופן פון "בקשה", אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין די משנה אין אבות (פרק ב' משנה י"ג), אז דער הייליגער: "תַנָא הָאֱֹלקַי רַבִי שִמְעוֹן בֶן יוֹחָאִי" האט דאך אונז שוין קלאר געזאגט, אז: "כְשֶאַּתָה מִתְפַלֵל" אז בשעת ווען דו דאווענס'ט, איז: "אל תַעַש תְפִלָת ך קֶבַע" – זאלסטו נישט דעמאלט'ס מאכן דיינע תפילות ווי א קביעות'דיגע חוב, נאר: "אֶלָא רַחֲמִים וְתַחֲנּונים לִפְנֵי הַמָקוֹם" – נאר דו זאלסט דאווענען אויף א אופן פון: "רַחֲמִים וְתַחֲנּונִים" פארן הייליגן באשעפער, ווייל דאס איז דאך טאקע דער ענין דא, אז א מענטש זאל "בעטן" דעם אייבערשטן, און נישט "שרייען" אויפן אייבערשטן ח"ו.
–
און דאס איז דאך טאקע די עבודה פון א יודיש קינד, אז אפילו ווען עס טוט איהם אמאל עפעס גאר שטארק וויי, זאל ער זיך אבער קענען באהערשן, און ער זאל נישט ח"ו "שרייען" אויפן אייבערשטן.
נאר פארקערט, ער זאל מתפלל זיין: "כְבַר שִבְיָא דְמִתְחַנֵן לְשַבּויֵיּה" – ער זאל מתפלל זיין אזוי ווי א געפאנגענ'ע מענטש וואס בעט זיך צו זיין הַאר אז ער זאל "רחמנות" האבן אויף איהם, און ער זאל דעמאלט'ס גלייבן: "בֶאֱמּונָה שְלֵמָה" אז: "ל ך אֲדֹנ-י הַצְדָקָה" – אז דער אייבערשטער איז דאך זיכער גערעכט מיט אלעס וואס ער טוט נאר צו מיר.
און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין חבקוק הנביא (קפיטל ב' פסוק ד'), אז: וְצַדִיק "בֶאֱמּונָתוֹ" יִחְיֶה – אז א: "צַדִיק" לעבט "אין" זיין: "אֱמּונָה" – אז א: "צַדִיק" קאכט זיך "אין" זיין הייליגע: "אֱמּונָה בְהַשְגָחַת הַבוֹרֵא בָר וְך הּוא בְכָל עֵת וָרֶגע", און א: "צַדִיק" לעבט דאך שטענדיג נאר מיט: "אֱמּונָה" אין דעם הייליגן: "בוֹרֵא כָל עוֹלָמִים" וואס איז דאך: "בוֹרֵא ומַנְהִיג" די גאנצע בריאה מתחילה ועד סוף.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" וגו', ווייל די ווארט: "אֵלֶה" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: " ל ך אָ דֹנ-י הצְדָקָה", ווייל די פסוק וויל דאך דיר דא זאגן אזוי, אז אויב: "אֵלֶה" – אז אויב דו וועסט זיך צו געוואוינען צו זאגן אויף א יעדע זאך אז: " ל ך אָ דֹנ-י הצְדָקָה" – אז דו ביזט גערעכט הייליגער באשעפער מיט אלעס וואס דו טוס'ט נאר צו מיר, און איך האב נישט ח"ו קיין שום "טענות" אויף דיר הייליגער באשעפער, אבער מיט דעם אלעמען.. טוה מיר א: "חֶסֶד" הייליגער באשעפער, און העלף מיר ארויס אז איך זאל קענען "שפירן" דיין: "חֶסֶד" וואס דו געבס'ט מיר, דעמאלט'ס זאגט דיר דא די פסוק, אז: "תוֹלְדֹת" – אז די "תולדה" פון דעם וועט זיין – די "תוצאה" פון דעם וועט זיין, אז: "נֹח נֹחַ" – אז עס וועט דיר ווערן אסאך אסאך גרינגער דאס לעבן.
און דו ווייסט פארוואס..?! ווייל: "אִיש צַדִיק" – ווייל א מענטש וואס איז שטענדיג: "מַצְדִיק אֶת הַדִין" א גאנצן צייט, און ער האט נישט ח"ו קיין שום "טענות" אויפן הייליגן באשעפער, נאר ער האלט און איין זאגן א גאנצן צייט, אז.. הייליגער באשעפער, דו ביזט דאך שטענדיג גערעכט, און איך וועל דיר קיינמאל נישט אוועק ווארפן אפילו ווען עס זעהט מיר אויס אז דו טוס'ט מיט מיר "דין", אזא איינער האט דאך גאר גאר א גרינגע לעבן.
ווייל אויב א מענטש לעבט מיט: "אֱמּונָה" אין דעם הייליגן: "בוֹרֵא כָל עוֹלָמִים", און ער גלייבט שטענדיג אז דער "אייבערשטער" איז דאך דער וואס שיקט איהם א יעדע זאך, דעמאלט'ס איז דאך איהם דאס לעבן אסאך אסאך גרינגער.
ווייל לאמיר זאגן אז דער מענטש וועט ח"ו כאפן א קלאפ אין זיין האנט, און ער וועט דאך דעמאלט'ס גלייך געבן א געשריי אה..! אוי האט דאס וויי געטוהן..! און עס איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז א מענטש וואס כאפט א קלאפ זאל געבן א געשריי אה..! אוי האט דאס וויי געטוהן..!
אבער א רגע שפעטער וועט זיך דאך דער מענטש גלייך געבן א כאפ, אז.. איין מינוט, ווער האט מיר געגעבן דעם קלאפ..?! און ווער האט געמאכט אז איך זאל זיך דא צו קלאפן..?! ווער..?!
דער גרויסער "הייליגער באשעפער", און אויב עס איז געווען דער הייליגער באשעפער, דעמאלט'ס זארג איך זיך שוין נישט, ווייל אויב מיין גרויסן טאטן אין הימל האט מיר געגעבן דעם דאזיג'ן קלאפ, דעמאלט'ס איז עס דאך זיכער נאר געווען: "לְטוֹבָתִי".
און דאס מיינט נישט ח"ו צו זאגן אז מען טאר נישט "בעטן" דעם אייבערשטן אז א צרה זאל אוועק גיין, ניין, חס ושלום, ווייל אוודאי דארף מען בעטן אז א צרה זאל אוועק גיין, אבער מען דארף אבער בעטן דעם אייבערשטן מיט א אמת'ע: "אֱמּונָה" אין הארץ.
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין די ספרים הק', אז ווען א יודיש קינד דאווענט צום אייבערשטן, און ער בעט דעם אייבערשטן א געוויסע תפילה, ווי למשל.. די תפילה פון: "אַּתָה חוֹנֵן לְָאדָם דַעַת" וכו', און ער בעט דעמאלט'ס דעם אייבערשטן, אז.. הייליגער טאטע אין הימל, געב מיר: "דַעַת", און געב מיר "פארשטאנד", ווייל איך וויל דאך האבן די ריכטיגע: "דַעַת" צו קענען פארשטיין דיין הייליגער תורה הק', און איך וויל דאך האבן די ריכטיגע: "דַעַת" זיך צו קענען פירן ווי עס דארף צו זיין.
זאגן דעמאלט'ס די ספרים הק', אז דער אייבערשטער ענטפערט דעמאלט'ס גלייך פאר דעם יוד אויפן פלאץ אז.. גוט, בסדר, איך געב דיר נאך דיין בקשה וואס דו האסט מיר דא געבעטן, און איך גיי דיר טאקע יעצט משפיע זיין א ריכטיגע: "שֵכֶל הָעֶלְיוֹן" זיך צו קענען פירן ווי אזוי עס דארף צו זיין, און איך גיי דיר טאקע יעצט משפיע זיין א ריכטיגע: "שֵכֶל הָעֶלְיוֹן" כדי אז דו זאלסט טאקע קענען זוכה זיין צו פארשטיין דער הייליגער תורה הק'.
און ווען דער יוד האלט שוין ביי די סוף פון די ברכה פון: "אַּתָה חוֹנֵן" וכו', און ער זאגט שוין די ווערטער: "בָר וְך אַּתָה יהו-ה חוֹנֵן הַדָעַת", וואלט ער דאך דעמאלט'ס געדארפט דאנקען דעם אייבערשטן מיט זיין גאנצן הארץ אויף דעם וואס דער אייבערשטער האט איהם טאקע נאך געגעבן זיין בקשה דא, און ער וואלט דאך דעמאלט'ס ממש געדארפט טאנצן פאר: "שִמְחָה" אז ער האט דא זוכה געווען צו באקומען א "הסכמה" פון דעם אייבערשטן אליין אויף זיינע בקשות וואס ער האט דא געבעטן יעצט, און ער וואלט דאך דעמאלט'ס געדארפט אוועק גיין מיט אזא שטארקע: "אֱמּונָה" אז דער אייבערשטער האט טאקע אן גענומען זיין תפילה, און אז ער גייט שוין טאקע יעצט געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס ער דארף נאר.
און די זעלבע זאך איז דאך אויך מיט די ברכה פון: "שִים שָלוֹם" וכו' [למשל], ווי יל ווען א יודיש קינד קומט אן צו די סוף פון די ברכה פון: "שִים שָלוֹם" וכו', דארף ער דאך דעמאלט'ס שפירן ביי זיך זייער קלאר, אז.. יא, "דער אייבערשטער האט יעצט טאקע אויס געהערט מיין תפילה", און.. יא, דער אייבערשטער גייט יעצט טאקע לייגן: "שָלוֹם" צווישן די יודישע קינדער, און דער מענטש דארף דאך דעמאלט'ס האבן גאר גאר א שטארקע: "אֱמּונָה" אז דער אייבערשטער שרייט טאקע דעמאלט'ס אויס הויעך אין אלע: "עוֹלָמוֹת עֶלְיוֹנִים", אז: "וְנָתַּתִי שָלוֹם בָָארֶץ" – אז איך גיי טאקע יעצט געבן: "שָלוֹם" אויף דער וועלט.
און די זעלבע זאך איז דאך מיט די סוף פון א יעדע ברכה פון שמונה עשרה, ווייל א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג גלייבן מיט א ריינע: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אין דעם הייליגן באשעפער אז מיין תפילה איז טאקע אן גענומען געווארן יעצט ביים הייליגן באשעפער, און א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג גלייבן מיט א ריינע: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אז דער הייליגער באשעפער גייט דאך מיר שוין טאקע יעצט העלפן.
און עד כדי כך גלייב איך אין דעם אז דער הייליגער באשעפער גייט מיר שוין טאקע יעצט העלפן.. אז איך "דאנק" שוין אפילו דעם הייליגן באשעפער אויף זיין הילף וואס ער גייט מיר דא יעצט שיקן, און איך זאג שוין יעצט די ווערטער: "בָר וְך אַּתָה יהו-ה רוֹפֵא חוֹלֵי עַמוֹ יִשְרָאֵל".
ווייל.. יא, איך גלייב טאקע יעצט באמת: "בֶאֱמּונָה שְלֵמָה" אז דער הייליגער באשעפער גייט יעצט טאקע אויס היילן אלע: "חוֹלֵי יִשְרָאֵל" אין איין רגע..!
און ממילא אה.. וואס פאר א גוטע באשעפער האבן מיר, אזוי לעבט א ערליכע יוד, אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין חבקוק הנביא (קפיטל ב' פסוק ד'), אז: וְצַדִיק "בֶאֱמּונָתוֹ" יִחְיֶה – אז א: "צַדִיק" לעב ט "אין" זיין: "אֱמּונָה", ווייל דאס איז דאך טאקע זיין "חיות", ער לעבט מיט: "אֱמּונָה", און ער קאכט זיך "אין" דעם.
און טראץ דעם וואס דער: "צַדִיק" געפונט זיך דאך אויך אין גלות צוזאמען מיט אלע יודישע קינדער, ווערט ער אבער נאך אלץ נישט פארלוירן, נאר ער האלט זיך און איין קאכן אין דעם ווארט: "אֵלֶה" – ער האלט זיך און איין קאכן אין דעם: " ל ך אָ דֹנ-י הצְדָקָה", און ער האלט און איין זאגן פארן הייליגן באשעפער, אז.. הייליגער באשעפער, דו ביזט דאך שטענדיג גערעכט, און דו ביזט דאך שטענדיג גערעכט הייליגער גרויסער טאטע אין הימל, אפילו בשעת ווען דו טוס'ט מיט מיר "דינים".
און די ווארט: "אֵלֶה" – איז דאך אויך ראשי תיבות: " ל ך אָ דֹנ-י הגְדֻלָה", און די ווערטער פון: "לְָך אֲדֹנ-י הַגְדֻלָה" איז דאך טאקע אויך מרומז אויפן: "צַדִיק", ווייל א: "צַדִיק" מאכט דאך נישט קליין דעם אייבערשטן ווען ער זעהט אז די יודישע קינדער געפונען זיך נאך אלץ אין דעם שווער'ן ביטער'ן: "גָלּות אֱדוֹם", און א: "צַדִיק" מאכט דאך נישט קליין דעם אייבערשטן ווען ער זעהט אז עס גייט אריבער א געוויסע "צרה" אויף א יודיש קינד.
נאר פארקערט, דער: "צַדיק" האלט זיך און איין קאכן אין דעם: "אֵלֶה" – דער: "צַדִיק" האלט זיך און איין קאכן אין דעם: " ל ך אָ דֹנ-י הגְדֻלָה", און דער: "צַדִיק" האלט דאך און איין זאגן, אז דער אייבערשטער איז דאך דער זעלב'ער גרויסער באשעפער ווי אמאל, און זיין גרויס'קייט איז דאך נישט געווארן קיין טראפ קלענער ווי אין די צייטן פון: "אבְרָהָם אבִינ ו עָלָיו הַשָלוֹם", נאר ער איז געבליבן דער זעלב'ער גרויסער באשעפער ווי דעמאלט'ס.
און אפילו אויב מיר זענען נאך נישט אויס געלייזט, טארן מיר אבער נאך אלץ נישט טראכטן ח"ו אז די גרויס'קייט פון דעם אייבערשטן איז קלענער געווארן חס ושלום, און די פסוק זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פרשת בהעלותך (קפיטל י"א פסוק כ"ג), אז דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר משה רבינו, אז דו מיינס'ט טאקע אז: "הֲיַד יהו-ה תִקְצָר" – אז דו מיינס'ט טאקע אז די האנט פון דעם אייבערשטן (כביכול) איז עפעס קורץ..?! די האנט פון דעם אייבערשטן איז דען באגרעניצט..?!
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער, אז דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר משה רבינו, אז איך קען דען נישט מאכן אז אלע יודישע קינדער זאלן האבן צו עסן גאנצע'טע שטיקער פלייש פאר טויזנט'ער יארן דורך א געוויסע וועג..?! [דארטן רעדט זיך דאך פון די פרשה פון די: "שְלָו"], און ממילא דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר משה רבינו, אז מיין יכולת איז דען: "מּוגְבַל" – מיין מעגליכ'קייט איז דען "באגרעניצט"..?! אוודאי "נישט".
און די ווארט: "אֵלֶה" – איז דאך אויך ראשי תיבות: " ל ך אָ דֹנ-י המַמְלָכָה", ווייל א יודיש קינד דארף דאך טאקע אויך שטענדיג וויסן און געדענקען, אז דער אייבערשטער איז דאך דער זעלב'ער: " מֶלְֶך רַחּום וְחַנּון" ווי אמאל, טראץ דעם וואס מיר געפונען זיך נאך אלץ אין דעם שווער'ן ביטער'ן: "גָלּות אֱדוֹם".
און א יודיש קינד דארף דאך אויך שטענדיג וויסן און געדענקען, אז טראץ דעם וואס עס זעהט מיר אויס אז דער "נשיא" פירט דער וועלט, אדער אז דער "נער" פירט דער וועלט, ווייס איך אבער נאך אלץ שטענדיג טיף טיף אינעווייניג אין הארץ, אז: " ל ך אָ דֹנ-י המַמְלָכָה" – אז דער "אייבערשטער" איז דאך אין אמת'ן דער איינציגסט'ער קעניג אויף דער וועלט, און דער "אייבערשטער" איז דאך אין אמת'ן דער איינציגסט'ער "פירער" אויף דער וועלט, און אן זיין הילף וואלטן דאך די אלע מענטשן [וואס רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט] געלעגן אויס געשטרעקט אויף דער ערד ווי טויט'ע פגרים, ווייל די ענין פון: "הַמְלּוכָה וְהַמֶמְשָלָה" איז דאך טאקע אויס דרוק'לעך נאר שייך: "לְחַי עוֹלָמִים" – די ענין פון: "הַמְלּוכָה וְהַמֶמְשָלָה" איז דאך טאקע אויס דרוק'לעך נאר שייך ביים "הייליגן באשעפער" אליין.
אבער על כל פנים.. דאס איז א אמת'ע "ערליכע יוד", א אמת'ע "ערליכע יוד" איז, אזא איינער וואס לאזט נישט אפ דעם אייבערשטן ווען עס גייט איהם אביסעל'ע שווער, נאר ער שטארקט זיך שטענדיג מיט: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אין דעם הייליגן באשעפער אז אלעס האט דאך א קלאר'ע "חשבון" פון הימל.
און דאס דארפן מיר זיך אלע ארויס לערנען פון די וואכעדיגע פרשה, ווייל מיר דארפן זיך דאך אלע ארויס לערנען פון די וואכעדיגע פרשה, צו לעבן מיט: "אֱמּונָה", און עס איז דאך טאקע אויך כדאי צו וויסן, אז זייער אסאך מענטשן זענען דאך שוין טאקע ליידער ליידער אוועק געגאנגען פון דעם אייבערשטן וויבאלד זייער: "אֱמּונָה" איז געווען שוואך, און בשעת ווען זיי האבן געהאט עפעס א צרה, האבן זיי דעמאלט'ס געטראכט צו זיך, אז נע.. איך ווייס נישט, עס גייט דאך מיר אזוי שווער יעצט, און איך האב דאך יעצט אזא שרעקליכע שווערע צרה, און ממילא פארוואס..?! פארוואס גייט מיר אזוי שווער..?! פארוואס און פארוואס און פארוואס און פארוואס..?!
און פון דעם איז ליידער ארויס געקומען זייער נישט גוטע תוצאות, און די סיבה פארוואס זיי זענען אן געקומען צו וואו זיי זענען אן געקומען איז געווען, ווייל זיי האבן געהאט "קשיות" אויפן אייבערשטן, און זיי האבן נישט געלעבט מיט א ריינע: "אֱמּונָה" אין דעם הייליגן: "בוֹרֵא כָל עוֹלָמִים".
און פריער'דיגע צדיקים האבן דאך אונז שוין טאקע אויך געזאגט, אז א יעדע "פארוואס" איז א "קליפה", ווייל א יודיש קינד פרעגט דאך נישט "פארוואס", און א יודיש קינד פרעגט דאך נישט דעם אייבערשטן אז "פארוואס" האט דאס פונקט געמוזט פאסירן צו מיר..?!
ווייל: "לָמָה יֹאמְר ו הַגוֹיִם" – ווייל א "גוי" פרעגט פארוואס, אבער א יודיש קינד פרעגט נישט פארוואס, נאר א יודיש קינד לעבט שטענדיג מיט: "אֱמּונָה" און: "בִטָחוֹן" אין דעם הייליגן באשעפער אז אלעס וואס פאסירט צו מיר איז דאך טאקע אויס דרוק'לעך נאר: "לַהֲנָָאתִי ולְטוֹבָתִי מַמָש מַמָש מַמָש".
און אויב גייט מיר אמאל עפעס שווער, בעט איך דעמאלט'ס גלייך דעם הייליגן באשעפער, אז דער הייליגער באשעפער זאל מיר שוין ווייזן אז דאס איז אלעס: "כָל כֻלוֹ חֶסֶד בְרֹב רַחֲמָיו וַחֲסָדָיו הַגְדוֹלִים וְהַמְרֻבִים", און ביז די: "יְשּועַת יהו- ה" וועט אן קומען, לעב איך ווייטער מיט: "אֱמּונָה" אין דעם הייליגן: "בוֹרֵא כָל עוֹלָמִים" מיט א שטארקייט און מיט א פעסט'קייט.
און אויב: "אֵלֶה" – און אויב דו וועסט זיך צו געוואוינען צו זאגן אויף א יעדע זאך וואס פאסירט נאר צו דיר אז: " ל ך אָ דֹנ-י הצְדָקָה" און אז: " ל ך אָ דֹנ-י הֻ גְדלָה" און אז: " ל ך אָ דֹנ-י המַמְלָכָה" – אז דאס איז אלעס דיר הייליגער גרויסער: "מֶל ך טוֹב ומֵטִיב", און איך האב נישט ח"ו קיין שום "טענות" אויף דיר הייליגער גרויסער טאטע אין הימל, דעמאלט'ס זאגט דיר דא די פסוק, אז: "תוֹלְדֹת" – אז די "תולדה" פון דעם וועט זיין – אז די "תוצאה" פון דעם וועט זיין, אז: "נֹח נֹחַ" – אז עס וועט דיר ווערן אסאך אסאך גרינגער דאס לעבן, ווייל א יעדע זאך וואס וועט נאר פאסירן צו דיר וועסטו דאך גלייך מייחס צו דעם גרויסן: "י- ה רִבוֹן עָלַם וְעָלְמַיָא", און דו וועסט נישט דעמאלט'ס האבן קיין שום ספק אז נאר דער "אייבערשטער" איז דער וואס האט דאס מיר אהער געשיקט.
און יא ר' יוד, וויסן זאלסטו, אז דורך: "אֱמּונָה" קען מען ארויס גיין פון אלע: "צָרוֹת" און: "יְסּורִים", און דורך: "אֱמּונָה" קען מען זיך איין קויפן א גרינגע געשמאקע לעבן.
און א אמת'ע: "צַדִיק" האט דאך נישט מורא ווען עס ווערט איהם פאר וואלקנ'ט, ווייל א אמת'ע: "צַדִיק" גייט דאך אריין "אין" דעם דיק'ן וואלקן, און ער טאנצט דארטן ארום, און ער רופט דארטן אויס הויעך, אז "דא ביזטו הייליגער באשעפער", און איך ווייס קלאר אז דו באהאלטס'ט זיך דא אין דעם גרויסן דיק'ן וואלקן.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת יתרו (קפיטל כ' פסוק י"ח), אז בשעת'ן: "מַעֲמַד הַר סִינַי" האט זיך עפעס דעמאלט'ס פלוצלונג אראפ געלאזט גאר גאר א דיק'ע א נעפל, און די גאנצע בארג סיני איז דעמאלט'ס געווארן גאר גאר שטארק פאר נעפל'ט, און עס איז דעמאלט'ס ממש געווארן: "חֹש ך עָנָן וַעֲרָפֶל".
אבער: "ומֹשֶה" – אבער דער גרויסער הייליגער: "צַדִיק מֹשֶה רַבֵינּו" האט נישט מורא געהאט פון דעם גרויסן דיק'ן נעפל, נאר: "ומֹשֶה נִגש אֶל הָעֲרָפֶל" – נאר ער איז דעמאלט'ס גלייך צו געגאנגען צו דעם גרויסן דיק'ן נעפל: אֲשֶר "שָם" הָאֱֹלקִים – וואס דארטן האט זיך דאך טאקע באהאלטן דער "הייליגער באשעפער" אליין.
ווייל דער גרויסער הייליגער: "צַדִיק מֹשֶה רַבֵינּו" האט דאך אונז געוואלט ווייזן ביי דעם גרויסן הייליגן: "מַעֲמַד הַר סִינַי", אז עס גייט דאך אמאל קומען אנדערע צייטן אויך, און דעמאלט'ס וועט דאך שוין נישט זיין אזא גרויסע: "הִתְגַלּות" ווי יעצט, און דעמאלט'ס וועט מען דאך שוין נישט קענען זעהן דעם אייבערשטן: "עַיִן בְעַיִן" אזוי ווי יעצט, און דעמאלט'ס וועלן דאך ענק דאך שוין דארפן אליין געדענקען אז דער אייבערשטער באהאלט זיך דאך שטענדיג אין די אלע שווערע דיק'ע טונקעל'ע מצבים.
און די פסוק זאגט דאך אונז שוין טאקע דארטן אויך, אז: וַיַעֲמֹד "הָעָם" מֵרָחֹק – אז ווען די: "פְשּוטֵי עַם" וואס זענען נישט נאנט צו קיין "צדיקים" גייען אריבער א שוועריקייט, דעמאלט'ס דער ווייטער'ט דאס זיי טאקע פון דעם אייבערשטן, ווייל "זיי" קענען דאך נאך טאקע אמאל האבן קשיות אויפן אייבערשטן ח"ו, און זיי קענען דאך נאך טאקע פרעגן אמאל אז פארוואס איז מיר אזוי פאר וואלקנ'ט..?! און אז פארוואס איז מיר אזוי פינסטער..?!
אבער: "ומֹשֶה" – אבער א: "צַדִיק".. ער איז: "נִגַש אֶל הָעֲרָפֶל" – ער גייט צו צום וואלקן, און ער האט נישט קיין מורא פון דעם שווער'ן דיק'ן וואלקן, ווייל ער ווייסט דאך שוין יא אז: "אֲשֶר שָם הָאֱֹלקִים" – ווייל ער ווייסט דאך שוין יא אז דער "אייבערשטער" געפונט זיך דאך אין א יעדע וואלקן וואס נעמט נאר ארום א מענטש, און ער ווייסט דאך שוין יא אז די גאנצע וואלקן דא איז דאך א פשוט'ע: "הֶסְּתֵר פָנִים".
און די עיקר איז דאך, צו לעבן מיט: "אֱמּונָה", און לעבן מיט: "אֱמּונָה" מיינט דאך, אז ווען עס גייט מיר אמאל שווער, רעד איך זיך דעמאלט'ס גלייך אויס דאס הארץ צום הייליגן באשעפער אויף מיין פשוט'ע שפראך, און איך גלייב טאקע דעמאלט'ס באמת: "בֶאֱמּונָה שְלֵמָה" אז דער אייבערשטער הערט דעמאלט'ס אויס א יעדע איינציגע ווארט וואס איך זאג נאר.
און איינער פון די פריער'דיגע צדיקים האט דאך שוין טאקע אמאל אויס געשריגן פאר איינער פון זיינע חסידים, אז דו זאלסט וויסן, אז דער אייבערשטער הערט אויס א יעדע יודיש קינד אזוי שטארק ווי א מענטש הערט אויס זיין גוטע חבר וואס זאגט איהם אריין אין אויער גאר גאר א גרויסע "סוד", אזוי שטארק הערט דער אייבערשטער אויס א יעדע יודיש קינד וואס רעדט צו איהם.
און מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע א יעדן טאג ביים דאווענען, אז: כִי אַּתָה שוֹמֵעַ תְפִלַת כָל פֶה "עַמְָך" יִשְרָאֵל – אז דער אייבערשטער הערט דאך אויס א יעדע תפילה פון א יעדע פשוט'ע יוד, און טראץ דעם וואס דער יוד איז פון די: "פְשּוטֵי עַם", הערט איהם אבער דער אייבערשטער נאך אלץ די זעלבע אויס, און דער אייבערשטער הערט איהם דעמאלט'ס אויס: "בְרַחֲמִים" – און דער אייבערשטער הערט איהם דעמאלט'ס אויס מיט גאר גאר אסאך "רחמנות", און דער אייבערשטער שפירט טאקע דעמאלט'ס באמת מיט די צער פון דעם פשוט'ן יוד וואס איז בצער.
און עס איז טאקע אויך כדאי צו דערמאנען דא ביי דעם געלעגענהייט א מורא'דיגע ווארט וואס דער הייליגער רבי מאיר'ל פרעמישלאנ'ער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל האט דאך שוין אמאל געזאגט, ווייל דער הייליגער רבי מאיר'ל פרעמישלאנ'ער האט דאך שוין אמאל געטייטש'ט [בדרך צחות], אז מיר זאגן דאך שוין אלע א יעדן טאג ביים דאווענען, אז: "כִי אַּתָה שוֹמֵע תְפִלַת כָל פֶה עַמ ך יִשְרָאֵל" – אז דער אייבערשטער הערט דאך אויס א יעדע תפילה פון א יעדע פשוט'ע יודיש קינד, טראץ דעם וואס ער איז פון די: "פְשּוטֵי עַם", און דער אייבערשטער הערט דאך דאס אויס: "בְרַחֲמִים" – און דער אייבערשטער הערט דאך דאס אויס מיט גרויס "רחמנות".
האט דער הייליגער רבי מאיר'ל פרעמישלאנ'ער געזאגט אזוי [בדרך צחות], אז מיר זאגן דא אלע פארן הייליגן באשעפער אזוי, אז: כִי אַּתָה שוֹמֵעַ תְפִלַת כָל "פֶה" – אז דער אייבערשטער הערט אויס אפילו די תפילה פון א יוד וואס איז נעבעך: "פֶה" – דער אייבערשטער הערט אויס אפילו די תפילה פון א יוד וואס איז נעבעך נישט ראוי אז זיינע תפילות זאלן אויס געהערט ווערן, ווייל יא ר' יוד, אפילו אזא איינער וואס מען קען זאגן אויף איהם: "פֶה", הערט דער אייבערשטער אויך אויס ווען דער מענטש רופט צו איהם.
אבער.. עס איז דא איין תנאי צו דעם, און די תנאי איז, אז: "קּום קְרָא אֶל אֱֹלקֶיָך" – אז מען דארף אבער "רופן" צום אייבערשטן, און מען דארף דאך אבער בעטן און רופן און דאווענען צום אייבערשטן, ווייל אויב בעט מען נישט און מען רופט נישט דעם אייבערשטן, דעמאלט'ס קען מען דאך זיכער נישט גע'ענטפערט ווערן.
אבער משא"כ אויב רופט מען יא דעם אייבערשטן, דעמאלט'ס איז דאך זיכער בלי שום ספק אז דער אייבערשטער ענטפערט, ווייל אויב עס איז: "מִמַעֲמַקִים קְרָאתִי ך יהו-ה" – ווייל אויב רוף איך דעם אייבערשטן, דעמאלט'ס איז דאך זיכער אז: "יהו-ה שִמְעָה בְקוֹלִי" – דעמאלט'ס איז דאך זיכער אז דער אייבערשטער הערט אויס מיין רוף.
און אויב עס איז: "וְלִפְנֵי יהו- ה יִשְפ ך שִיחוֹ" – און אויב רעדט מען זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דעמאלט'ס איז דאך זיכער אז: "יהו-ה שִמְעָה תְפִלָתִי" – דעמאלט'ס איז דאך זיכער אז דער אייבערשטער הערט אויס מיין געבעט, און דעמאלט 'ס איז דאך זיכער אז: "וְשַוְעָתִי אֵלֶי ך תָבוֹא" – און דעמאלט'ס איז דאך זיכער אז מיין געשריי גייט דעמאלט'ס גלייך אריין צו דעם: "מֶל ך מַלְכֵי הַמְלָכִים הַקָדוֹש בָר וְך הּוא".
ווייל דער אייבערשטער איז דאך א רחמנות'דיגער באשעפער, און: "וְרַחֲמָיו עַל כָל מַעֲשָיו" – און ער האט דאך "רחמנות" אויף אלע זיינע באשעפעניש'ן וואס ער האט באשאפן, און ממילא וועגן דעם הערט ער אונז שטענדיג אויס, אפילו ווען מיר זענען נישט ראוי אז דער אייבערשטער זאל אונז אויס הערן.
און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין יונה הנביא (קפיטל ב' פסוק ג'), אז יונה הנביא האט דעמאלט'ס געזאגט בשעתו, אז: "מִבֶטֶן שְאוֹל" – אז אפילו ווען איך געפון זיך אין די טיפעניש'ן פון דעם גרוב, אבער אויב: "שִּוַעְּתִי" – אבער אויב שריי איך צו דיר הייליגער טאטע אין הימל, דעמאלט'ס איז דאך זיכער אז: "שָמַע תָ קוֹלִי" – דעמאלט'ס איז דאך זיכער אז דו הערס'ט צו מיין קול.
און ממילא וועגן דעם דארף טאקע א מענטש וויסן, אז מען טאר נישט "אנטלויפן" פון דעם אייבערשטן ווען מען באקומט אמאל א צרה ה"י, נאר פארקערט, פון: "מִמְָך" – פון דיר – פון דעם אייבערש טן: "אֵלֶיָך" – צו דיר – צו דעם אייבערשטן: "אֶבְרָח" – וועל איך אנטלויפן, און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער, אז ווען איך באקום אמאל א "צרה" פון דעם אייבערשטן, דעמאלט'ס וועל איך נישט אנטלויפן "פון" דעם אייבערשטן, נאר איך וועל דעמאלט'ס אנטלויפן "צו" דעם אייבערשטן, און איך וועל דעמאלט'ס גלייך "תשובה" טוהן פאר דיר הייליגער באשעפער, און ערשט נאך דעם וועל איך דיר בעטן הייליגער באשעפער אז דו זאלסט אוועק נעמען פון מיר מיין שוועריקייט.
ווייל חז"ל זאגן דאך אונז שוין בפירוש (שבת דף: נ"ה ע"א), אז: "אֵין יְסּו רִים בְֹלא עָוֹן", און ממילא וועגן דעם וועל איך קודם "תשובה" טוהן פאר דיר הייליגער באשעפער, און ערשט נאך דעם וועל איך דיר בעטן הייליגער באשעפער אז דו זאלסט אוועק נעמען פון מיר מיין שוועריקייט.
און א מענטש טאר זיך דאך ח"ו קיינמאל נישט פארלירן און אויף געבן, און דאס איז דאך טאקע דער ענין וואס דער הייליגער איש קדוש רבי נתן מנעמרוב זצ"ל האט דאך שוין נאך געזאגט פון דעם הייליגן נחל נובע מקור חכמה רבי נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אז דער הייליגער רבי נחמן ברסלב'ער האט דאך שוין אמאל אויס געשריגן מיט גאר א לאנג'ן אטעם און מיט א הויעכ'ע קול אין יודיש, אז: גֶעוַואלְד..! "קַיין יִאּוש אִיז נִישְט פַארְהַאנֶען"..! [אֵין שּום יֵאּוש בָעוֹלָם כְלָל], נאר מען דארף זיך שטענדיג פראבירן צו שטארקן איבער די אלע שווערע נסיונות וואס גייען אריבער אויף א מענטש.
און מענטשן מיינען נאך נעבעך אסאך מאל אז: "יִאּוש" מיינט נאר אז א מענטש וויינט און קלאגט, און מענטשן מיינען אסאך מאל אז נאר דאס מיינט אז מען איז: "מְיִאּוש", אבער עס איז דאך נישט אזוי, ווייל: "יִאּוש" מיינט דאך אויך ווען א מענטש האט ליידער אפ געמאכט ביי זיך אז איך וועל דאך שוין סיי ווי סיי קיינמאל נישט קענען זוכה זיין צו זיין א ערליכע יוד, דאס הייסט דאך אויך: "מְיִאּוש", ווייל דער מענטש האט זיך דאך דא מייאש געווען פון צו זיין א "ערליכע יוד", נו.. דאס הייסט דאך אויך אז דו געפונס'ט זיך אין א שרעקליכ'ע: "יִאּוש", ניין..?!
און אויף דעם האט דאך שוין טאקע דער הייליגער רבי נחמן ברסלב'ער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אויס געשריגן מיט זיין גאנצן כח אז:
גֶעוַואלְד..! "קַיין יִאּוש אִיז נִישְט פַארְהַאנֶען"..! [אֵין שּום יֵאּוש בָעוֹלָם כְלָל] ווייל דו קענסט דאך יא זיין א ערליכע יוד..! נאר דו דארפס'ט נאר לעבן מיט: "אֱמּונָה", און דו דארפס'ט נאר "בעטן" דעם אייבערשטן סייעתא דשמיא אויף דעם.
און ממילא יא ר' יוד, בעט דעם אייבערשטן נאך אמאל און נאך אמאל און נאך אמאל, און הער נישט אויף צו בעטן דעם אייבערשטן, און לעב מיט: "אֱמּונָה" א יעדן איינציג'ן טאג פון דיין לעבן.
און אויב דו וועסט שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס עס דרוקט דיר נאר אויפן הארצן, דעמאלט'ס וועסטו קענען זוכה זיין צו זיין דבוק אין דעם אייבערשטן, ווייל דער הייליגער נחל נובע מקור חכמה רבי נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין זיין הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן (סימן פ"ד), וזלה"ק, אז: "דַע" – אז דו זאלסט וויסן מיין קינד, אז: "שֶעִקַר הִתְחַבְרּות ודְבֵקּות לַיהו- ה יִתְבָר ך הּוא עַל יְדֵי הַּתְפִלָה" – אז די עיקר התחברות און דביקות צום אייבערשטן איז דורך "תפילה", און ממילא יא ר' יוד, אויב ווילסטו זוכה זיין צו זיין דבוק אין דעם אייבערשטן, דעמאלט'ס זאלסטו זעהן צו בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס עס דרוקט דיר נאר אויפן הארצן.
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אלע אויך, אז: "אמֵן" ווייזט דאך אויך אויף דעם ענין פון: "אֱמּונָה", אזוי ווי עס ווערט דאך שוין טאקע קלאר געברענגט אין די ספרים הק', אז די ווארט: "אמֵן" – איז דאך ראשי תיבות: " א-ל מ לְֶך נאֱמָן".
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין די ספרים הק', אז ווען א יודיש קינד ענטפערט: "אמֵן יְהֵא שְמֵי ה רַבָא" אויפן קול, דעמאלט'ס איז ער דאך זוכה צו: "אֲרִיכּות יָמִים וְשָנִים".
און: "אֲפִל ו נִגְזַר עָלָיו גְזֵרָה שֶל שִבְעִים שָנָה לְרָעָה" – און אפילו אויב עס איז נגזר געווארן אויף איהם א גזירה: "מִן הַשָמַיִם" אז ער גייט ליידער דארפן ליידן צרות צרורות פאר גאנצע "זיבעציג יאר", איז: "קוֹרְעִין לוֹ גְזַר דִינוֹ" – צו רייסט מען דעמאלט'ס נאך אלץ זיין: "גְזַר דִין" וואס עס איז דא אויף איהם.
און צדיקים האבן דאך אונז שוין טאקע אויך געזאגט, אז ווען א יודיש קינד ענטפערט: "אמֵן יְהֵא שְמֵי ה רַבָא", דעמאלט'ס איז דאך דאס פונקט אזוי ווי ער שרייט אויס הויעך אז: "יְחִי הַמֶלְֶך"..! און ער איז דאך דעמאלט'ס ממתיק דורך דעם אלע דינים וואס עס איז נאר דא אויף איהם, און ער קען דעמאלט'ס אפילו צו רייסן מיט דעם א שלעכטע גזירה וואס האט געדארפט קומען אויף איהם פאר גאנצע "זיבעציג יאר".
און עס קען דאך גאר זיין.. אז דוקא "יעצט" אין די אנהייב פון דעם נייעם יאר פארלאנגט דער אייבערשטער אסאך אסאך מער פון אונז אז מיר זאלן זיך מקבל זיין צו ענטפער'ן: "אמֵן יְהֵא שְמֵיּה רַבָא בְכַוָנָה", ווייל מיר האלטן דאך יעצט אלע אין "סדר בראשית", און די ווארט: "בְרֵאשִית" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: " תֲ עֲנֶהְ בכַוָנָהָ אמֵןְ יהֵא ש מֵיּה רבָא", צו זאל דאס זיין: "בְכָל כוֹחוֹ", אדער: "בְכָל כַּוָנָתוֹ".
אבער איין זאך דארף מען דאך זיכער טוהן דא, און דאס איז, ארויס שרייען דעם: "אמֵן" – ארויס שרייען דעם: "אֱמּונָה" אין דעם הייליגן: "בוֹרֵא כָל עוֹלָמִים", און אריין קאכן אין זיך דעם: "אֱמּונָה" אין דעם הייליגן: "בוֹרֵא כָל עוֹלָמִים", און בענטשן די נאמען פון דעם אייבערשטן.
און דאס איז דאך די "עיקר", אויס צו שרייען דעם: "אמֵן" מיטן גאנצן כח, און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת בראשית (קפיטל א' פסוק א'), אז: "בָרָא", און די ווארט: "בָרָא" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: " אמֵןְ בקוֹלָ רם", ווייל יא ר' יוד, דאס איז דאך די עיקר, די עיקר איז, צו ענטפער'ן הויעך: "אמֵן יְהֵא שְמֵיּה רַבָא בְכַוָנָה", און דאס קען דאך א יעדער איינער, ווייל ארויס שרייען א: "אמֵן" איז דאך ממש גרינג.
און אויב ענטפערט מען דעם: "בָרָא" – און אויב ענטפערט מען דעם: " אמֵן בקוֹלָ רם", דעמאלט'ס איז מען דאך זוכה צו די ווארט: "בָרָא" מיט אלע דריי פשטים.
א) ווייל די ווארט: "בָרָא" – מיינט דאך אויך: "בְרָא" – קינדער [אויף ארמית], און דאס איז דאך: "בָנֵי" – ערליכע קינדער, און געזונט'ע קינדער, און ליכטיגע קינדער.
ב) און די ווארט: "בָרָא" – מיינט דאך אויך: "בָרָא" – געזונט [בריאות], און דאס איז דאך: "חַיֵי" – א געזונט לעבן: "מִּתו ך בְרִיאּות הַגּוף וְהַנֶפֶש".
ג) און די ווארט: "בָרָא" – איז דאך אויך א לשון פון: "בָר" – תבואה [עסן – פרנסה], און אין פרשת מקץ דערמאנט דאך אונז שוין טאקע דער הייליגער תורה הק' אזא לשון, ווייל די פסוק זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין פרשת מקץ (קפיטל מ"א פסוק מ"ט) דעם לשון, אז: וַיִצְבֹר יוֹסֵף "בָר" כְחוֹל הַיָם הַרְבֵה מְאֹד עַד כִי חָדַל לִסְפֹר כִי אֵין מִסְפָר.
און אביסל שפעטער אין פרשת מקץ דערמאנט דאך אונז שוין טאקע דער הייליגער תורה הק' נאך אמאל אזא לשון, ווייל דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין אויך בפירוש אין פרשת מקץ (קפיטל מ"ב פסוק ג'), אז: "וַיֵרְד ו אֲחֵי יוֹסֵף עֲשָרָה" – אז די צעהן ברודער'ס פון יוסף הצדיק האבן אראפ גענידער'ט קיין מצרים כדי: לִשְבֹר "בָר" מִמִצְרָיִם – כדי צו קויפן "עסן" פון מצרים.
און אביסל שפעטער אין פרשת מקץ דערמאנט דאך אונז שוין טאקע דער הייליגער תורה הק' נאך אמאל אזא לשון, ווייל דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין אויך בפירוש אין פרשת מקץ (קפיטל מ"ב פסוק כ"ה), אז: וַיְצַו יוֹסֵף וַיְמַלְא ו אֶת כְלֵיהֶם "בָר" – אז יוסף הצדיק האט געהייסן אז מען זאל אן פילן די זעק'לעך פון די: "שִבְטֵי י- ה" מיט "עסן".
און אין פרשת ויגש דערמאנט דאך אונז שוין טאקע דער הייליגער תורה הק' אויך אזא סארט לשון, ווייל דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין אויך בפירוש אין פרשת ויגש (קפיטל מ"ה פסוק כ"ג), אז: ולְָאבִיו שָלַח כְזֹאת עֲשָרָה חֲמֹרִים נֹשְאִים מִטּוב מִצְרָיִם וְעֶשֶר אֲתֹנֹת נֹשְאֹת "בָר" וָלֶחֶם ומָזוֹן לְָאבִיו לַדָרְֶך, אבער על כל פנים.. זעהט מען דאך שוין פון דעם קלאר אז די ווארט: "בָרָא" – איז דאך אויך א לשון פון: "בָר" – תבואה [עסן], און דאס איז דאך: "מְזוֹנֵי".
יעצט ווען מען נעמט צוזאמען די אלע דריי פשטים, קומט דאך ארויס פון דעם די דריי באקאנט'ע "ברכות" וואס עס איז דאך שוין גאנץ גוט באקאנט ביי אלע יודישע קינדער.
א) די ערשטע פשט פון די ווארט: "בָרָא" – איז דאך: "בְרִיאּות" – " ג עזּונְט", און דאס איז דאך: "חַיֵי".
ב) די צווייטע פשט פון די ווארט: "בָרָא" – איז דאך: "בָר" – " פרְנָסָה", און דאס איז דאך: "מְזוֹנֵי".
ג) די דריטע פשט פון די ווארט: "בָרָא" – איז דאך: "בְרָא" – " נחַת" [פון די קינדער], און דאס איז דאך: "בָנֵי".
ווייל יא ר' יוד, דאס איז דאך טאקע די "הבטחה" פון דער הייליגער תורה הק', אז וואס..?! אז: "בְרֵאשִית" – אז אויב: " תֲ עֲנֶהְ בכַוָנָהָ אמֵןְ יהֵא ש מֵיּה רבָא" – אז אויב ענטפערסטו: "אמֵן יְהֵא שְמֵיּה רַבָא בְכַוָנָה", און אויב: "בָרָא" – און אויב ענטפערסטו טאקע באמת: " אמֵןְ בקוֹלָ רם", דעמאלט'ס וועסטו קענען זוכה זיין צו דעם: "בָרָא" – דעמאלט'ס וועסטו קענען זוכה זיין צו אלע דריי פשטים פון דעם ווארט: "בָרָא", און דאס איז דאך אין יודיש גערעדט: " ג עזּונְטַ פרְנָסָהַ נחַת," און אין לשון הקודש מיינט דאך דאס: "בָנֵי חַיֵי ומְזוֹנֵי רְוִיחֵי".
נו.. ווער וויל דען נישט זוכה זיין צו אזעלכע שיינע ברכות ווי: " ג עזּונְט פרְנָסָהַ נ חַת" און: "בָנֵי חַיֵי ומְזוֹנֵי רְוִיחֵי"..?! עס איז דאך אזעלכע שיינע ברכות..?!
און עס איז דאך שוין טאקע אויך באקאנט פאר א יעדעם איינעם, אז די ווארט: "גֶפֶן" – איז דאך ראשי תיבות: " ג עזּונְטַ פרְנָסָהַ נחַת", און: "עִנְבֵי הַגֶפֶן בְעִנְבֵי הַגֶפֶן" איז דאך אזא: "ד בָר נָאֶה ומִתְקַבֵל" – איז דאך אזא שיינע זאך דאס צו האבן..?! און ממילא ווער וויל דען נישט זוכה זיין צו אזעלכע שיינע הערליכע ברכות ווי: " ג עזּונְטַ פרְנָסָהַ נחַת"!?..
אבער עס פעלט זיך אבער אויס איין קליינע זאך כדי צו קענען זוכה זיין צו דעם, און דאס איז, צו ענטפער'ן: "אמֵן יְהֵא שְמֵי ה רַבָא בְכַוָנָה" און צו ענטפער'ן: "אמֵן בְקוֹל רָם", און אויב ענטפערסטו: "אמֵן יְהֵא שְמֵי ה רַבָא בְכַוָנָה" און: "אמֵן בְקוֹל רָם", דעמאלט'ס ביזטו פאר זיכער'ט מיט א ברכה פון דער הייליגער תורה הק' זוכה צו זיין צו: "בָנֵי חַיֵי ומְזוֹנֵי רְוִיחֵי".
און א מענטש דארף דאך טאקע אויך שטענדיג וויסן און געדענקען, אז אפילו ווען עס גייט איהם שווער, און ער ליידט זיך נעבעך צוזאם צרות צרורות פון שלעכטע רשעים אין דעם שווער'ן ביטער'ן גלות, האט ער אבער נאך אלץ מיט וואס זיך מחזק צו זיין, און ער האט זיך אבער דעמאלט'ס נאך אלץ מיט וואס זיך צו טרייסט'ן, ווייל מיר זעהען דאך שוין קלאר, אז אפילו ווען די יודישע קינדער זענען נעבעך פאר טריבן געווארן אין גלות דורך דעם ביטער'ן שונא, און עס איז זיך זיי דעמאלט'ס באמת געקומען אזא שרעקליכ'ע שטראף, אזוי ווי עס ווערט דאך שוין טאקע קלאר מבואר אין די גמרא מסכת גיטין (דף: נ"ה ע"ב) ביי די עניני החורבן, האט אבער דער מקונן נאך אלץ אן געהויבן מגילת "איכה" מיט די ווערטער: "אֵיכָה" יָשְבָה בָדָד וגו', און אין דעם איז דאך געלעגן באהאלטן גאר גאר א טיפע כוונה, ווייל די ווארט: "אֵיכָה" – איז דאך ראשי תיבות: " כי הנֵה א יְבֶיָך י אבֵדּו" – אז עס וועט נאך קומען איין טאג וואס אלע דיינע פיינט וועלן פארלוירן ווערן..!
און יא ר' יוד, אין דעם שרעקליכ'ן ביטער'ן צער פון דעם חורבן בית המקדש, איז אבער נאך אלץ געלעגן באהאלטן גאר גאר א טיפע: "נֶחָמָה" פאר די יודישע קינדער, און אין דעם ערשט'ן ווארט פון דעם גאנצן ביטער'ן מגילת "איכה", איז אבער נאך אלץ געלעגן באהאלטן גאר גאר א טיפע: "נֶחָמָה" פאר כלל ישראל.
און אין דעם איז דאך שוין געווען מרומז אז עס וועט נאך קומען א טאג וואס עס וועט נאך זיין: " כי הנֵה א יְבֶיָך י אבֵדּו" – אז עס וועט נאך קומען א טאג וואס אלע דיינע פיינט וועלן נאך פארלוירן ווערן פון דיר: "בְנִי בְכֹרִי יִשְרָאֵל", און דעמאלט'ס וועט מען זיך דאך שוין טאקע באמת קענען פרייען מיט די אמת'ע: "שִמְחָה" פון די מפלה פון אלע רשעי ישראל.
און דער גרויסער: "חָכָם מִכָל אדָם שְֹלמֹה הַמֶל ך עָלָיו הַשָלוֹם" זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר משלי (קפיטל י"א פסוק י'), אז: "ובַאֲבֹד רְשָעִים רִנָה" – אז ווען רשעים ווערן פארלוירן, דעמאלט'ס דארף מען זיך דאך פרייען.
און ממילא וועגן דעם דארפן מיר דאך אלע גוט געדענקען, אז עס גייט דאך נאך איין טאג אן קומען א טאג פון: "אֱמֶת", און עס וועט דאך שוין דעמאלט'ס זיין: "מָלְָאה הָָארֶץ דֵעָה אֶת יהו-ה כַמַיִם לַיָם מְכַסִים", און אלע רשעים וועלן דאך שוין דעמאלט'ס פארלוירן ווערן: "כְעַפְרָא דְַארְעָא", און עס וועט דאך נישט איבער בלייבן פון די אלע רשעי ישראל קיין שום: "שָרִיד ופָלִיט", און עס וועט דאך שוין דעמאלט'ס ענדליך מקיום ווערן דעם: "וְכָל הָרִשְעָה כֻל ה כְעָשָן תִכְלֶה".
און ממילא וועגן דעם קענען מיר זיך שוין טאקע "יעצט" טרייסט'ן און לעבן מיט: "אֱמּונָה" אין דעם איין איינציג'ן באשעפער וואס וועט דאך אונז שוין טאקע בקרוב ממש אויס לייזן פון דעם שווער'ן ביטער'ן גלות און אונז ברענגען: "מָשִיחַ צִדְקֵינּו" און אונז אויף בויען דעם הייליגן: "בֵית הַמִקְדָש הַשְלִישִי בִמְהֵרָה בְיָמֵינּו", און דעמאלט'ס וועט דאך שוין מקיום ווערן: "לְעֵינֵי כָל חָי" דעם: "יִתְגַדֵל וְיִתְקַדֵש שְמ ה רַבָא", און עס וועט דאך שוין דעמאלט'ס איין מאל פאר אלעמאל גרויס ווערן: "כְבוֹד שָמַיִם לְעוֹלָם וָעֶד ולְעוֹלְמֵי עַד ולְנֵצַח נְצָחִים":