וַתִּשָּחֵת הָאָרֶׁץ לִפְנֵי הָאֱלֹהִים וַתִּמָּלֵא הָאָרֶׁץ חָמָס: רש"י הק' זאגט אונז דא, אז די ווערטער: "וַּתִמָלֵא הָָארֶץ חָמָס" מיינט דאך נאר בלויז איין זאך, און דאס איז: "גֶזֶל", און צוויי פסוקים שפעטער זאגט אונז רש"י הק' אויף די ווערטער פון: "כִי מָלְָאה הָָארֶץ חָמָס מִפְנֵיהֶם", אז: "לא נֶחְּתַם גְזַר דִינָם אֶלָא עַל הַגֶזֶל" – אז דער אייבערשטער האט נישט אפ געזיגל'ט די: "גְזַר דִין" פון די מענטשן פון דעם דור המבול נאר וועגן די עבירה פון: "גֶזֶל".
אבער די כלי יקר זאגט אונז א ויף דעם פסוק פון: "וַּתִשָחֵת הָָארֶץ לִפְנֵי הָאֱֹלהִים" וגו', אז די מענטשן פון די דור המבול פלעגן גאנבע'נען ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה" כדי אז מען זאל זיי נישט קענען רופן צו "דין תורה", ווייל די הלכה איז דאך, אז אויב איינער האט גע'גאנבע'ט ווייניגער ווי א:
"שָוֶה פְרּוטָה", דעמאלט'ס קען מען איהם נישט רופן צום "בית דין", ווייל עס איז דאך ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה".
איז דאך אבער לכאורה שווער דא א מורא'דיגע קשיא, ווייל לויט דעם פשט פון די כלי יקר אז די מענטשן פון די דור המבול פלעגן גאנבע'נען ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה".. שטימט דאך נישט לכאורה די פשט פון רש"י.
ווייל רש"י הק' זאגט דאך אונז דא, אז: "לא נֶחְּתַם גְזַר דִינָם אֶלָא עַל הַגֶזֶל" – אז עס איז נאר אפ געזיגל'ט געווארן די: "גְזַר דִין" פון די מענטשן פון די דור המבול וועגן די עבירה פון: "גֶזֶל".
אבער איין מינוט, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגס'ט מיר דא, ווייל ווי אזוי קען זיין אז וויבאלד די מענטשן פון דעם דור המבול האבן גע'גאנבע'ט ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה" זאל וועגן דעם נגזר ווערן אויף זיי אזא הארבע שטראף ווי ווערן אינגאנצן אויס געמעקט פון די וועלט..?!
די גאנצע גורם פון די חתימה אויף זייער: "גְזַר דִין" איז נאר געווען ווייל זיי האבן גע'גאנבע'ט ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה"..?! ווי אזוי קען דאס זיין..?! אזא הארבע שטראף דארפן זיי באקומען פארן גאנבע'נען ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה"..?!
עס וואלט דאך לכאורה אויך גענוג געווען אז דער אייבערשטער זאל זיי שטראפן דורך א "מגיפה", אדער דורך א אנדערע וועג, פארוואס האט אויס געפעלט אזא הארבע שטראף פאר די: "אנְשֵי דוֹר הַמַבּול"..?! צו דען ווילסטו מיר זאגן אז וויבאלד זיי פלעגן גאנבע'נען ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה" קומט זיך זיי צו ווערן אפ געמעקט דורך א "מבול" וואס איז דאך איינער פון די ערגסט'ע מיתות משונות וואס עס איז נאר פארהאנען אויף דער וועלט.. אזוי ווי עס ווערט דאך שוין קלאר מבואר אין חז"ל..?!
ווייל זיי האבן גע'גאנבע'ט ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה" דארפן זיי באקומען א גאנצע מבול אויף זייערע קעפ..?! וואס איז פשט פון די ווערטער אז: "לא נֶחְּתַם גְזַר דִינָם אֶלָא עַל הַגֶזֶל שֶהָיָה פָחוֹת מִשָוֶה פְרּוטָה" [כדעת הכלי יקר כמובן]..?!
נאר די תירוץ אויף איז, אז.. יא, טאקע וויבאלד זיי פלעגן גאנבע'נען ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה" איז זיך זיי ערליך געקומען אזא הארבע שטראף ווי א "מבול", ווייל ווען די: "אנְשֵי דוֹר הַמַבּול" פלעגן גאנבע'נען ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה", האבן זיי דאך דעמאלט'ס "ליצנות" געמאכט פון דער הייליגער תורה הק'.
אזוי ווי חז"ל זאגן דאך אונז שוין טאקע בפירוש אויף דעם פסוק פון: "וַּתִשָחֵת הָָארֶץ לִפְנֵי הָאֱֹלהִים" וגו', אז די ווערטער: "לִפְנֵי הָאֱֹלהִים" מיינט, פארן "בית דין", ווייל פארנט פון דעם "בית דין" איז געווען א "השחתה".
ווייל ווען די דיינים פון "בית דין" האבן געוואלט באשטראפן דעם גנב אויף זיין גניבה, האבן זיי דאך אבער נישט געקענט באשטראפן דעם גנב, ווייל די גנבים פלעגן דאך שטענדיג גאנבע'נען ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה", און אויף א גניבה וואס איז ווערד ווייניגער ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה" קען מען דאך נישט תובע זיין ביי "בית דין" גארנישט על פי הלכה.
און וויבאלד מען האט קיינמאל נישט געקענט קיינעם תובע זיין ביי "בית דין" אויף זיין גניבה, ממילא איז דאך אויס געקומען, אז די "רשעים" און די "גזלנים" האבן זיך ארום געדרייט אין די גאסן פראנק און פריי, און עס איז געווארן א גאנצע "ליצנות" פון "בית דין" – און עס איז געווארן א גאנצע "ליצנות" פון "ערליכע יודן", און עס איז געווארן א גאנצע "ליצנות" פון דער הייליגער "תורה" הק' רח"ל, און דאס.. איז דאך שוין געווען גאר א געפערליכ'ע זאך.
ווייל אויף דעם ענין פון חוזק מאכן פון דער הייליגער "תורה" הק' און פון "ערליכע יודן" שטייט דאך שוין בפירוש אין חז"ל (עבודה זרה דף: י"ח ע"ב), אז א: "לֵץ" איז דאך: "תְחִלָתָן יְסּורִין וְסוֹפָן כְלָיָה" – אז דער: "לֵץ" ליידט זיך דאך קודם צוזאם גרויסע: "יְסּורִים", און ערשט נאך דעם שטארבט ער.
און ממילא וועגן דעם האט זיי נישט דער אייבערשטער געקענט באשטראפן (כביכול) מיט א "מגיפה" אדער מיט א אנדערע מיתה, ווייל עס האט דאך דוקא געדארפט זיין דא א שטראף וואס עס איז שייך ביי דעם: "תְחִלָתָן יְסּורִין וְסוֹפָן כְלָיָה", און דאס איז דאך נאר שייך ביי א "מבול", ווייל ביי "וואסער" איז דאך דא די ענין פון: "תְחִלָתָן יְסּורִין וְסוֹפָן כְלָיָה" כידוע.
און מיר געפונען דאך שוין טאקע אויך ביי קריעת ים סוף אז עס איז געווען דריי סארטן מיתות ביי קריעת ים סוף, אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין פרשת בשלח (קפיטל ט"ו פסוק ז'), אז: "ובְרֹב גְאוֹנְָך תַהֲרֹס קָמֶיָך" – אז דער אייבערשטער טוט צו ווארפן זיינע פיינט, און די מפרשים זאגן דאך אונז שוין אויף דעם, אז דאס גייט דאך ארויף אויף די גאר גרויסע "רשעים", און אויף זיי: "תְשַלַח חֲרֹנְָך" – און אויף זיי האט דער הייליגער באשעפער געשיקט זיין צארן, און: "יֹאכְלֵמוֹ כַקַש" – און ער האט זיי פאר לענדט אזוי ווי שטרוי וואס נעמט "גאר לאנג" ביז ווען עס נידער'ט אראפ אין די טיפעניש'ן פון דעם ים, און ממילא ביי "קריעת ים סוף" איז דאך געווען דריי סארטן מיתות.
ווייל די מצריים וואס זענען נישט געווען אזוי שלעכט, האבן דאך גלייך אראפ גענידער'ט אין די טיפעניש'ן פון דעם ים אזוי ווי א "שטיין" וואס גייט דאך גאר שנעל אראפ אין די טיפעניש'ן פון דעם ים.
און די מיטעל'ע מצריים [די בינונים] וואס זענען נישט געווען קיין גרויסע רשעים אבער אויך נישט קיין גרויסע צדיקים, האבן אראפ גענידער'ט אין דעם ים אזוי ווי "בליי" וואס גייט אראפ נארמאל, נישט שנעל און נישט שְטַאט.
און די גאר גרויסע רשעים האבן זיך געוואלגער'ט און געוואלגער'ט און געוואלגער'ט אזוי ווי "שטרוי" וואס נעמט גאר גאר לאנג ביז ווען עס קומט אן אונטער די וואסער.
ווייל שטרוי גייט דאך אראפ זייער זייער שְטַאט אונטער די וואסער, און עס וואלגער'ט זיך דאך גאר גאר א לאנגע צייט ביז ווען עס קומט אן אונטן, און ממילא אזוי אויך האבן זיך די "רשעים" געוואלגער'ט גאר גאר א לאנגע צייט מיט גרויסע: "יְסּורִים" ביז ווען זיי זענען אראפ געגאנגען אין די טיפעניש'ן פון דעם ים.
און די זעלבע זאך איז דאך אויך געווען דא ביי די דור המבול, ווייל וויבאלד די מענטשן פון דעם דור המבול האבן "ליצנות" געמאכט פון דער הייליגער תורה הק', און זיי האבן חוזק געמאכט פון די גרויסע "צדיקים" וואס זענען געזעצן ביי "בית דין", און זיי האבן אפ געלאכט פון "ערליכע יודן", האבן זיי דוקא באקומען א שטראף דורך א: "מַבּול מַיִם עַל הָָארֶץ" כְדֵי לְקַיֵם מַה שֶנֶאֱמַר אז א: "לֵץ" באקומט דאך א עונש פון: "תְחִלָתָן יְסּורִין וְסוֹפָן כְלָיָה".
און ביי די מבול איז דאך געווען שייך ביידע ענינים, סיי די ענין פון: "תְחִלָתָן יְסּורִין", ווייל די מענטשן פון די דור המבול האבן זיך דאך געוואלגער'ט אין די וואסער מיט גרויסע: "יְסּורִים", און סיי די ענין פון: "סוֹפָן כְלָיָה", ווייל די מענטשן פון די דור המבול זענען דאך סוף כל סוף "געשטארבן" און עס איז געווארן דארטן: "נָטִיתָ יְמִינ ך תִבְלָעֵמוֹ ארֶץ".
און ממילא דאס איז פשט אין די ווערטער וואס רש"י הק' זאגט אונז דא אז: "לא נֶחְּתַם גְזַר דִינָם אֶלָא עַל הַגֶזֶל" [כדעת הכלי יקר], אז: "לא נֶחְּתַם גְזַר דִינָם אֶלָא עַל הַגֶזֶל פָחוֹת מִשָוֶה פְרּוטָה" – אז טאקע וויבאלד די מענטשן פון דעם דור המבול האבן גע'גאנבע'ט "ווייניגער" ווי א: "שָוֶה פְרּוטָה", און זיי האבן "ליצנות" געמאכט פון דער הייליגער תורה הק', און פון ערליכע יודן, טאקע וועגן דעם איז זיך זיי ערליך געקומען דעם שטראף פון: וַאֲנִי הִנְנִי מֵבִיא אֶת "הַמַבּול מַיִם עַל הָָארֶץ".
ווייל דאס וועט דאך טאקע מאכן דעם: "לְשַחֵת כָל בָשָר אֲשֶר בוֹ רּוחַ חַיִים מִּתַחַת הַשָמָיִם", און שפעטער וועט דאך מקיום ווערן דורך דעם די פסוק פון: כֹל אֲשֶר בָָארֶץ "יִגְוָע" – אז אלעס אויף דער ערד וועט צו גיין און ווערן אויס: "כְדֵי לְקַיֵם מַה שֶָאמְר ו חֲכָמֵינ ו זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה", אז א: "לֵץ" באקומט דאך דעם שטר אף פון: "תְחִלָתָן יְסּורִין וְסוֹפָן כְלָיָה":