וַיָּרַח יהו-ה אֶׁת רֵיחַ הַנִּיחֹחַ וַיֹּאמֶׁר יהו-ה אֶׁל לִבּוֹ לֹא אֹסִף לְקַלֵּל עוֹד אֶׁת הָאֲדָמָה בַּעֲבוּר הָאָדָם כִּי יֵצֶׁר לֵב הָאָדָם רַע מִנְּעֻרָיו וְלֹא אֹסִף עוֹד לְהַכּוֹת אֶׁת כָּל חַי כַּאֲשֶׁר עָשִיתִי: לכאורה איז דאך שווער דא א מורא'דיגע קשיא, ווייל פארוואס שטייט דא אין פסוק אז דער אייבערשטער האט דא געזאגט אז: לא אֹסִף לְקַלֵל עוֹד אֶת "הָאֲדָמָה"..?! דאס אז דער אייבערשטער וועט מער נישט שעלטן די ערד האט דאך נישט לכאורה קיין שום שייכות אהער.
ווייל דער אייבערשטער וויל דאך יעצט דא בעיקר זאגן "אז עס וועט מער נישט זיין קיין מבול אויף דער וועלט", יא..?! און ממילא וואו קומט דא אריין די ווערטער אז: לא אֹסִף לְקַלֵל עוֹד אֶת "הָאֲדָמָה" – און ממילא וואו קומט דא אריין די ווערטער אז איך וועל מער נישט שעלטן די "ערד"..?!
וואס האט די ווערטער פון: לא אֹסִף לְקַלֵל עוֹד אֶת "הָאֲדָמָה" צו דעם ענין פון מער נישט ברענגען קיין מבול אויף דער וועלט..?!
נאר די תירוץ אויף דעם איז, אז דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין פסוק אין פרשת ראה (קפיטל י"א פסוק כ"ח), אז: "וְהַקְלָלָה" – יהו- ה אֱֹלקֵיכֶם", ווייל ווען א יודיש קינד פירט זיך נישט אויף ערליך ח"ו, און ער פאלגט נישט דער הייליגער תורה הק' ח"ו, האקט זיך דעמאלט'ס אפ די שפע וואס דער אייבערשטער שיקט איהם שטענדיג, און דורך דעם.. קומט ח"ו צרות אויף דעם מענטש, און: "וְעָצַר אֶת הַשָמַיִם וְֹלא יִהְיֶה מָטָר וְהָאֲדָמָה לא תִּתֵן אֶת יְבּולָּה" וגו'.
אז די: "קְלָלָה" איז, דאס אליין אז: "אִם לא תִשְמְע ו אֶל מִצְוֹת
און ממ ילא דאס איז פשט אין די ווערטער פון: "לא אֹסִף לְקַלֵל עוֹד אֶת הָאֲדָמָה" וגו', ווייל דער אייבערשטער האט דא כביכול געזאגט צו זיך, אז: לא אֹסִף "לְקַלֵל" עוֹד אֶת הָאֲדָמָה – אז די באקאנט'ע: "קְלָלָה" וואס שטייט דאך שוין אין דער הייליגער תורה הק' אין פרשת ראה אז: "וְהַקְלָלָה" אִם לא תִשְמְע ו אֶל מִצְוֹת יהו- ה אֱֹלקֵיכֶם – אז די: "קְלָלָה" וועט קומען אויב מען פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין.. וועט מער נישט זיין.
און וואס הייסט אז עס וועט מער נישט זיין אזא: "קְלָלָה"..?! איז דער אייבערשטער מסביר דא פאר נח, און דער אייבערשטער זאגט דא פאר נח אזוי, אז נישט פשט אז די יודישע קינדער וועלן "זינדיגן" חס ושלום און טוהן וואס זייער הארץ גלוסט.
ניין ניין ניין, נאר עס וועט זיין אזוי ווי עס שטייט אביסל שפעטער אין די פרשה, ווייל אביסל שפעטער אין די פרשה שטייט דאך שוין בפירוש (קפיטל ט' פסוק י"ג), אז דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר נח און פאר זיינע קינדער, אז: "אֶת קַשְּתִי נָתַּתִי בֶעָנָן וְהָיְתָה לְאוֹת בְרִית בֵינִי ובֵין הָָארֶץ", און דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר נח און פאר זיינע קינדער, אז וויסן זאלט איר, אז איך האב אראפ געשיקט אויף דער וועלט א באזונדער'ע: "סִיַעְּתָא דִשְמַיָא" וואס וועט מאכן אז די יודישע קינדער וועלן זיך אויף פירן ווי עס דארף צו זיין.
ווייל דורך די "רעגן בויגן" וואס איך וועל שיקן פון צייט צו צייט, וועלן דאך די ערליכע יודן גלייך "תשובה" טוהן, ווייל א רעגן בויגן איז דאך א סימן אז דער אייבערשטער וויל אז די יודישע קינדער זאלן פארעכטן זייערע מעשים.
און דורך דעם וואס עס וועט זיין א "רעגן בויגן", וועלן דאך די ערליכע יודן גלייך "תשובה" טוהן אלע צוזאמען, און זייער "תשובה" וועט גורם זיין אז עס זאל "נישט" קומען קיין: "קְלָלָה" אויף דער וועלט [וואס וואלט אין אמת'ן אריין יא געדארפט קומען ווען מען פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין].
און ממילא דאס מיינט דא דער הייליגער תורה הק' צו זאגן מיט די ווערטער: "לא אֹסִף לְקַלֵל עוֹד אֶת הָאֲדָמָה" וגו', אז: לא אֹסִף "לְקַלֵל" עוֹד אֶת הָאֲדָמָה – אז די באקאנט'ע: "קְלָלָה" וואס שטייט דאך שוין אין דער הייליגער תורה הק' אין פרשת ראה וואס קומט ח"ו ווען יודישע קינדער פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין.. וועט מער נישט זיין.
ווייל: " אֶת קַשְּתִי נָתַּתִי בֶעָנָן" – ווייל איך האב דאך יעצט געמאכט א נייע זאך וואס הייסט א "רעגן בויגן", און דורך דעם וואס עס וועט זיין א "רעגן בויגן", וועלן דאך די ערליכע יודן גלייך "תשובה" טוהן און פארעכטן זייערע מעשים, און דורך דעם וואס די ערליכע יודן וועלן "תשובה" טוהן און פארעכטן זייערע מעשים, וועט דאך זייער "זכות" באשיצן אויפן גאנצן דור אז עס זאל נישט קומען קיין: "קְלָלָה" ח"ו.
און טאקע וועגן דעם איז די "רעגן בויגן" א סימן פון א "האלבע" רונדעכיג'ע צייכן, כדי צו ווייזן, אז אויב די ערליכע יודן וועלן תשובה טוהן "צוזאמען" מיט א: "אחֲדּות", און מיט א: "לֵב נִשְבָר", ווייל די צובראכענ'ע האלבע צייכן ווייזט דאך אויף: "לֵב נִשְבָר", און א רונדעכיג'ע זאך ווייזט דאך אויף: "אחֲדּות", ווייל א רונדעכיג'ע זאך האט דאך נישט קיין שפיץ און קיין ראש, און ממילא ווען די יודישע קינדער וועלן תשובה טוהן "צוזאמען" מיט א: "אחֲדּות", און מיט א: "לֵב נִשְבָר", וועלן זיי דורך דעם מכריע זיין: "אֶת כָל הָעוֹלָם כֻלוֹ לְכַף זְכּות", און די: "קְלָלָה" וואס וואלט בעצם געדארפט קומען אויף דער וועלט וועט נישט קומען.
און טאקע וועגן דעם איז די רעגן בויגן א "קאלירט'ע" צייכן, כדי צו ווייזן, אז דער אייבערשטער זאגט דא פאר די ערליכע יודן, אז אויב ענק וועלן "תשובה" טוהן, דעמאלט'ס וועל איך זיך "בארימען" מיט ענק.
און מיר געפונען דאך שוין טאקע אויך ביי די חיה: "תַחַש" וואס האט דאך אויך געהאט פיל "קאלירן", אז רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע דארטן אויך דעם לשון, אז: "שֶשָש ומִתְפָאֵר בִגְוָנִין שֶלָּה" – אז די חיה: "תַחַש" פלעגט זיך דאך שטענדיג פרייען און בארימען מיט אירע שיינע קאלירן.
אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער (כביכול) אויך, אז איך וועל זיך אויך "פרייען" און איך וועל זיך אויך "בארימען" מיט מיין הייליג פאלק ישראל ווען זיי וועלן "תשובה" טוהן, און דער הייליגער באשעפער זאגט דאך אונז שוין דא קלאר אן פון פריער, אז ווען די יודישע קינדער וועלן "תשובה" טוהן, דעמאלט'ס וועל איך טאקע באמת קענען אויס שרייען מיט א שטאלצ'קייט די ווערטער וואס שטייט דאך שוין געשריבן אין מיינע הייליגע תפילין אז: "מִי כְעַמ ך יִשְרָאֵל גוֹי אֶחָד בָָארֶץ"..!
און דער ענין אז דער אייבערשטער האט באשטימט די ענין פון א "רעגן בויגן" אין "פרשת נח" איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם ערשט'ן פסוק פון "פרשת נח", ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטער: " אלֶה תוֹלְדֹת נַ ח נַ ח איש צדִיק תָמִים היָה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "קָצַב הַקֶשֶת" – אז בשעת ווען דער אייבערשטער האט געשוואוירן אז ער וועט שוין קיינמאל מער נישט ברענגען קיין "מבול" אויף דער וועלט, האט דער אייבערשטער אויך באשטימט די: "קֶשֶת" אז דאס זאל זיין א סימן וואס זאל דערמאנען די יודישע קינדער אז מען דארף "תשובה" טוהן.
און די ווארט: "קֶשֶת" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: " כדֵיֶ ש יַעֲשּו תְ שּובָה", [און די אות כ' איז זיך דאך מתחלף מיט דעם אות ק'].
און ווען מען זעהט דעם סימן וואס הייסט: "קֶשֶת", דארף מען דאך טאקע מאכן די ברכה פון: "בָר וְך אַּתָה יהו-בִבְרִיתוֹ וְקַיָם בְמַאֲמָרוֹ".
ה אֱֹלקֵינ ו מֶל ך הָעוֹלָם זוֹכֵר הַבְרִית נֶאֱמָן
איי.. וועט איינער אבער פרעגן ווען ער וועט זעהט אמאל א רעגן בויגן, אז אוי טאטע'ניו.. איך זעה טאקע דא די "בויגן", אבער וואו איז די "פייל" למען השם..?!
און די תירוץ אויף דעם איז דאך, אז דו ווייסט וואו די "פייל" איז..?! די פייל איז, ביי דיר אין "הארץ", ווייל אוי ווי שטארק עס דארף וויי טוהן ביי א יוד אין הארץ ווען ער זעהט א "רעגן בויגן", און אוי ווי שטארק עס דארף דיר מעורר זיין צו: "תְשּובָה שְלֵמָה" ווען דו זעהס'ט א "רעגן בויגן".
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם, אז די פייל איז ביי "דיר" אין הארץ, און די: "חֵץ" איז ביי "דיר" אין הארץ, און דו דארפס'ט נאר זיכער מאכן, אז דו שפירס'ט דאס נאך טאקע, און דו דארפס'ט נאר זיכער מאכן, אז עס טוט דיר נאך וויי בכלל, און דו דארפס'ט נאר זיכער מאכן, אז עס ציפט דיר נאך ביים הארץ דיינע זינד.
און די ווארט: "קֶשֶת" – איז דאך טאק ע אויך גימטריא: "תָשֵב חֵץ" – קער זיך צוריק צום אייבערשטן א דאנק דעם "פייל" וואס ציפט דיר נאך ביים הארץ, און אויב זעהסטו אמאל א רעגן בויגן, דעמאלט'ס מאך זיכער אז דו האסט טאקע באקומען דעם גאנצן "רעגן בויגן" צוזאמען מיטן "פייל", און מאך זיכער תשובה צו טוהן: "בִתְשּובָה שְלֵמָה" פארן הייליגן באשעפער, און זיי זיך שוין: "מוֹדֶה ומִתְוַדֶה" אויף אלע דיינע זינד, און קער זיך שוין צוריק צו דיין הייליגן טאטן אין הימל מיט אביסעל'ע: "וִדּוי דְבָרִים".
און די ווארט: "קֶשֶת" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "תְש ובָה בְפֶה", ווייל יא ר' יוד, דאס איז די מטרה פון דעם: "קֶשֶת", די מטרה פון דעם: "קֶשֶת" איז, אז דו זאלסט: "תְשּובָה" טוהן פארן הייליגן באשעפער: "בְפֶה מָלֵא", און דו זאלסט זאגן פארן אייבערשטן, אז.. זיי מיר מוחל הייליגער באשעפער אויף מיינע זינד, ווייל איך וויל דאך שוין באמת יא זיין גוט.
און דאס איז דאך די עיקר "חלק התשובה" וואס עס פארלאנגט זיך פון א יודיש קינד, ווייל די עיקר "חלק התשובה" וואס עס פארלאנגט זיך פון א יודיש קינד איז דאך טאקע בלויז אביסעל'ע: "וִדּוי דְבָרִים" פארן הייליגן: "בוֹרֵא כָל עוֹלָמִים".
און די ווארט: "קֶשֶת" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "תְשּובָה אֱֹלהִים" [מיטן כולל], ווייל יא ר' יוד, דו האסט גוט געהערט, דיין: "תְשּובָה" פון טיפעניש'ן פון הארץ וועט אוועק נעמען די גרעסטע: "מִדַת הַדִין" וואס עס איז נאר שייך אויף דער וועלט, ווייל: "זֶה לְעֻמַת זֶה עָשָה אֱֹלקִים".
און די ווארט: "קֶשֶת" – איז דאך אויך גימטריא: "תְשּובָה אֲנִי יהו-ה" – טוה תשובה ר' יוד..! איך בין דער אייבערשטער, און איך האב דיר באשאפן, און דיינע אלע איברים זענען דאך אפילו נישט דיינ'ס, און ממילא טוה תשובה ר' יוד ווען דו זעהס'ט דעם צייכן דעם רעגן בויגן, ווייל די גאנצע רעגן בויגן איז דאך א פשוט'ע דערמאנונג פאר דיר אז דו זאלסט זיך צוריק קערן צו דיין טאטן אין הימל.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת וירא (קפיטל כ"א פסוק ט"ז), אז: "הַרְחֵק" – אז דו ווייסט ווען דו געפונס'ט זיך "ווייט" פון דעם אייבערשטן..?! ווען: "כִמְטַחֲוֵי קֶשֶת" – ווען דו זעהס'ט פון דער ווייטנ'ס א "רעגן בויגן"..!
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת וירא (קפיטל כ"א פסוק כ'), אז: "וַיְהִי" – אז עס איז דאך גאר א גרויסע "צער" צו זעהן ווי א מענטש זעהט: "רֹבֶה קַשָת" – עס איז דאך גאר א גרויסע "צער" צו זעהן ווי א מענטש זעהט א גרויסע "רעגן בויגן".. און אף על פי כן פארשטייט ער נישט דעם "רמז" וואס מען וויל איהם דא מרמז זיין פון הימל [אז ער זאל תשובה טוהן: "בִתְשּובָה שְלֵמָה" פארן הייליגן באשעפער].
אבער: "דַי לְחַכִימָא" – אבער א: "חָכָם" פארשטייט דאך שוין יא: "בִרְמִיזָא" – מיט א קליין רמז.. און ער קערט זיך טאקע צוריק צום אייבערשטן ווי שנעלער, וויי ל: "וְאִם לא עַכְשָיו אֵימָתַי", און עס איז דאך שוין העכסט צייט "תשובה" צו טוהן פארן הייליגן באשעפער: "בִתְשּובָה שְלֵמָה", און עס איז דאך שוין העכסט צייט צו לעבן א לעבן מיט אביסעל'ע מער: "יִרְַאת שָמַיִם".
און די אמת איז דאך, אז די ענין פון לעבן שטענדיג מיט: " יִרְַאת שָמַיִם" איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם ערשט'ן פסוק פון "פרשת נח", ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטער: " אלֶה תוֹלְדֹת נַ ח נַ ח איש צדִיק תָמִים היָה בדֹרֹתָיוֶ את" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: " יִרְַאת שָמַיִם" [מיטן כולל], ווייל יא ר' יוד, די גאנצע "צדקות" פון נח איז געקומען פון דעם וואס ער האט געהאט אביסעל'ע: " יִרְַאת שָמַיִם" ביי זיך אין הארץ.
איי.. וועט איינער אבער פרעגן, אז ווי אזוי קען מען טאקע צו קומען צו האבן דאס ביסעל'ע: "יִרְַאת שָמַיִם" ביי זיך אין הארץ..?!
וועגן דעם פירט טאקע די פסוק דא אויס, אז: "הָאֱֹלקִים הִתְהַלְֶך נֹחַ", ווייל די ווערטער: "הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נַ ח" – איז דאך סופי תיבות: "חָכָם", [אזוי ווי דער הייליגער בעל הטורים זאגט דאך אונז שוין טאקע בפירוש], ווייל יא ר' יוד, אויב ווילסטו צו קומ ען צו: "יִרְַאת יהו-ה", דעמאלט'ס איז דאס נאר דורך דער הייליגער "תורה" הק' וואס ווערט דאך אן גערופן: "חָכְמָה".
ווייל: "רֵאשִית חָכְמָה" – ווייל דער הייליגער "תורה" הק' וואס ווערט אן גערופן: "רֵאשִית", און דער הייליגער "תורה" הק' וואס ווערט אן גערופן: "חָכְמָה", איז דאך די וועג אן צו קומען צו: "יִרְַאת יהו-ה".
ווייל דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"א פסוק י'), אז: "רֵאשִית חָכְמָה" – אז דורך דער הייליגער "תורה" הק' וואס ו וערט אן גערופן: "רֵאשִית", און דורך דער הייליגער "תורה" הק' וואס ווערט אן גערופן: "חָכְמָה", קען מען זוכה זיין צו: "יִרְַאת יהו-ה":