Skip to content
נעימות אליעזר - סקולען

ותָּּבֹא אֵלָּיו היּוֹנָּה לְעֵת עֶּרֶּב

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

וַתָּבֹא אֵלָיו הַיּוֹנָה לְעֵת עֶׁרֶׁב וְהִנֵּה עֲלֵה זַיִת טָרָף בְּפִיהָ וַיֵּדַע נֹחַ כִּי קַלּוּ הַמַּיִם מֵעַל הָאָרֶׁץ: קודם האט נח ארויס געשיקט די: "עֹרֵב", אבער די: "עֹרֵב" האט נישט געוואלט גיין זעהן אויב זי קען ערגעץ טרעפן עפעס א זכר פון טריקעניש, נאר: "וַיֵצֵא יָצוֹא וָשוֹב" – נאר זי האט געמאכט "סיבובים" ארום די תיבה – זי איז ארום געפלויגן ארום די תיבה, און זי האט נישט געוואלט גיין אין ערגעץ.

איי.. פארוואס..?! די תירוץ אויף דעם איז, ווייל זי איז דאך א: "עֹרֵב" – ווייל זי איז דאך א "רויב פויגל", און א "רויב פויגל" רויבט דאך שטענדיג צו די עסן פון אנדערע פייגל'עך, און זי זאל נאך גיין בודק זיין [פאר א צווייטן] אויב עס איז דא ערגעץ עסן אויף דער וועלט.. און צוריק קומען צו נח מיט דעם..?! אזא זאך וועט דאך קיינמאל נישט פאסירן.

ווייל זי איז דאך א "רויב פויגל", און א "רויב פויגל" איז דאך שטענדיג פארנומען נאר מיט "זיך", און א "רויב פויגל" רויבט דאך שטענדיג צו אלע עסן פון אירע חבר'טעס, און ממילא וועגן דעם האט די "רויב פויגל" נישט געהאלטן ביים גיין.

און ווען נח האט איר "בכח" ארויס געשיקט פון די תיבה, האט זי דעמאלט'ס פשוט אן געהויבן ארום צו פליען ארום די תיבה, און זי האט דעמאלט'ס ניט אמאל אן געהויבן צו טראכטן פון גיין טוהן איר שליחות, נאר זי איז דעמאלט'ס פשוט ארום געפלויגן ארום די תיבה, און זי האט געווארט אז מען זאל איר צוריק אריין לאזן אין די תיבה.

איי.. דו ביזט דאך א: "כָפּוי טוֹבָה"..?! ווייל זאג נאר הער "רויב פויגל", ווער האט דיר געפיטער'ט די לעצטע יאר צייט אין די תיבה דא.. בשעת ווען עס האט געהערשט א מבול אינדרויסן..?! ווער..?! "נח", און דאס טוסטו איהם צוריק..?! ער בעט דיר א קליינע טובה.. און דו קענסט איהם דאס נישט טוהן..?! דו ביזט דאך אזא: "כָפּוי טוֹבָה שֶאֵין כְדֻגְמָתוֹ"..?!

אבער דאס איז געווען די "רויב פויגל", די "רויב פויגל" איז געווען [ווי די וועלט זאגט] "יענער פויגל", און זי איז נישט געווען גרייט זיך צו געבן א ריר פאר א צווייטן, נאר זי האט געמאכט "סיבובים" ארום די תיבה, און דאס איז עס.

אבער משא"כ די: "יוֹנָה" איז געווען אנדערש, ווייל די: "יוֹנָה".. נישט נאר זי איז "געגאנגען" זעהן אויב מען קען ארויס העלפן נח הצדיק דא, נאר זי האט אפילו אויך "צוריק געברענגט א בלעטל פון א איילבירטן בוים".. און דאס איבער געגעבן פאר נח הצדיק.

אבער פארוואס טאקע..?! פארוואס טאקע האט די: "יוֹנָה" יא מסכים געווען צו גיין טוהן איר שליחות..?! און זי האט נאך אפילו אויך "צוריק געברענגט א בלעטל פון א איילבירטן בוים"..?!

נאר די תירוץ אויף דעם איז, ווייל חז"ל (שבת דף: מ"ט ע"א) זאגן דאך אונז שוין בפירוש, אז: "כְנֶסֶת יִשְרָאֵל נִמְשְל ו לְיוֹנָה" – אז כלל ישראל איז דאך צו געגליכ'ן צו א: "יוֹנָה", און א: "יוֹנָה" ווייזט דאך אויף א "יודיש קינד", און א יודיש קינד איז דאך: "כָל כֻלוֹ חֶסֶד", און א יודיש קינד לעבט דאך שטענדיג מיט די מדה פון: "הַכָרַת הַטוֹב", און ממילא וועגן דעם האט די: "יוֹנָה" יא מסכים געווען צו טוהן איר שליחות.

ווייל ר' יונה..! מען טאר דאך נישט זיין קיין: "כָפּוי טוֹבָה"..! און ווער האט דיר געגעבן צו עסן די לעצטע יאר צייט אויב נישט נח..?! און אויב בעט ער דיר שפעטער עפעס א קלייניקייט.. וועסטו איהם נישט גיין טוהן די טובה..?! דו ביזט דאך א "יודיש קינד", און "יודישע קינדער" זענען דאך: "כָל כֻלוֹ חֶסֶד"..?! און ממילא אוודאי וועסטו גיין העלפן א צווייטן..!

און דו וועסט נישט "גיין" העלפן א צווייטן, נאר דו וועסט "פליען" העלפן א צווייטן, און דו וועסט אפילו דעמאלט'ס אויך צוריק ברענגען א "בלעטל פון א איילבירטן בוים" פאר נח.. כדי "איהם" צו העלפן, ווייל דו ביזט דאך א "יודיש קינד", און א יודיש קינד וועט דאך טוהן אלעס אויף דער וועלט כדי צו העלפן א צווייטן..! ווייל מיר זענען דאך אלע: "כָל כֻלוֹ חֶסֶד".

און די ווארט: "יוֹנָה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "חֶסֶד" [מיטן כולל], ווייל יא ר' יוד, דאס איז א יודיש קינד, א "יודיש קינד" איז: "חֶסֶד", און ממילא יא ר' יוד, אוודאי וועסטו יעצט פליען ברענגען א: "עֲלֵה זַיִת טָרָף בְפִיהָ" פאר דיין חבר – אוודאי וועסטו יעצט פליען ברענגען פיינע ווארימ'ע עסן פאר דיין חבר.

ווייל דאס איז דאך די גרעסטע מצוה וואס עס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט, צו ברענגען: "מֹ נות" פאר יודישע קינדער, אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע בפירוש סוף שמונה עשרה א יעדן טאג, אז: " וְַאחֲרֵי מִצְוֹתֶי ך תִרְדֹף נַפְשִי", און די ווערטער: " ו אחֲרֵיִ מ צְוֹתֶיָך תִ רְדֹףַ נפְשִי" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: "מֹ נות", כדי אונז מרמז צו זיין, אז יא ר' יוד, נאר אזעלכע מצוות זאלסטו שטענדיג נאך לויפן..! דו זאלסט שטענדיג נאך לויפן די געוואלדיגע גרויסע מצוה פון ברענגען: "מֹ נות" פאר יודישע קינדער.. און געבן צו עסן פאר יודישע קינדער.

ווייל דאס איז דאך די גרעסטע מצוה וואס עס איז נאר פארהאנען, אזוי ווי מען זעהט דאך שוין טאקע ביים גרויסן צדיק וקדוש רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אז ער פלעגט שטיין און שניידן לקח פאר יודישע קינדער פאר תקיעת שופר.

און ער פלעגט דעמאלט'ס זאגן בזה הלשון, אז יעצט פאר תקיעת שופר.. בשעת ווען יעדער איז עוסק אין: "רָזָא דְרָזִין" און מען זאגט זוהר וכו'.. בין איך עוסק אין דעם: "לְשוֹבַע וְֹלא לְרָזוֹן" און איך געב צו עסן פאר יודישע קינדער, און דורך דעם וואס איז שנייד "דין" די מזונות.. צו שנייד איך דורך דעם אלע "דינים" פון יודישע קינדער.

און יא טייערע יודן, דאס איז געווען די עבודה פון דעם גרויסן הייליגן צדיק רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער פאר תקיעת שופר, "צו געבן צו עסן פאר יודישע קינדער", און ממילא טייערע ליכטיגע: "כְנֶסֶת יִשְרָאֵל", מיר זענען דאך אלע צו געגליכ'ן צו א: "יוֹנָה", און ממילא לאמיר נישט זיין ווי דער שלעכט'ער: "עֹרֵב", נאר לאמיר אלע זיין ווי דער הייליגער: "יוֹנָה", און לאמיר אלע עוסק זיין אין דעם: "לְשוֹבַע וְֹלא לְרָזוֹן":

More in this printout

View the whole printout