אֵלֶּׁה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ וגו': א יודיש קינד דארף וויסן, אז עס קען זיך אמאל מאכן ביי א מענטש א געוויסע מצב אז ער שפירט דעמאלט'ס ממש ווי ער שלאפט אין יודיש'קייט, און ער שפירט דעמאלט'ס ממש אז זאכן רירן זיך נישט, אזא פאר שלאפנ'קייט נעמט איהם דעמאלט'ס ארום, ממש: "שֶאֵין כְדֻגְמָתוֹ", און אין אמת'ן.. שלאפט ער דאך טאקע, ווייל חז"ל (מגן אברהם סימן תקפ"ג סעיף קטן ו') זאגן אונז דאך שוין בפירוש, אז: "הוֹל ך בָטֵל כְיָשָן דָמִי" – אז איינער וואס גייט ליידיג איז דאך אזוי ווי ער שלאפט, און וואס פאסירט ווען א מענטש שלאפט..?!
ווען א מענטש שלאפט ווערט דאך דעמאלט'ס א "היסח הדעת", אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין חז"ל.
און ביי יעקב אבינו ווערט דאך שוין טאקע אויך דערמאנט אזא סארט געדאנק, ווייל ביי יעקב אבינו שטייט דאך שוין (בראשית קפיטל כ"ח פסוק ט"ז), אז: "וַיִיקַץ יַעֲקֹב מִשְנָתוֹ" – אז ווען יעקב אבינו האט זיך אויף געוועקט פון זיין שלאף, דעמאלט'ס: "וַיֹאמֶר" – האט ער דעמאלט'ס געזאגט, אז עס איז דען מעגליך אז: "אכֵן יֵש יהו-ה בַמָקוֹם הַזֶה" און: "וְָאנֹכִי לא יָדָעְּתִי" – און איך האב נישט געוואוסט פון דעם..?!
און ביים שלאפן האט דאך שוין יעקב אבינו געשפירט אז דער פלאץ איז א הייליגע פלאץ, ווייל ער האט דאך געזעהן אין זיין חלום אז: "מַלְאֲכֵי אֱֹלקִים" זענען: "עֹלִים וְיֹרְדִים" אויף דעם הייליגן פלאץ.
און ווען יעקב אבינו איז אויף געשטאנען, האט יעקב אבינו געזאגט, אז: "אִל ו יָדַעְּתִי" – אז אויב איך וואלט געוואוסט פארן שלאפן אז דער פלאץ איז אזא הייליגע פלאץ, דעמאלט'ס: "לא יָשַנְּתִי בְמָקוֹם קָדוֹש כָזֶה" – דעמאלט'ס וואלט איך זיך דאך קיינמאל נישט געלייגט שלאפן אויף אזא הייליגע פלאץ.
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם, אז ביים שלאפן איז יעקב אבינו געוואויר געווארן די: "קְדֻשַת הַמָקוֹם", עד כדי כך האט יעקב אבינו משיג געווען מיט זיין שלאפן, און דאס מיינט דאך צו זאגן אין פראסטע ווערטער, אז "מיטן שלאפן איז יעקב אבינו קלוגער געווארן".
און ממילא וועגן דעם האט יעקב אבינו שפעטער געזאגט ווען ער איז אויף געשטאנען אז: "וְָאנֹכִי לא יָדָעְּתִי" – אז איך האב נישט משיג געווען די: "קְדֻשַת הַמָקוֹם" ביז נאך דעם וואס איך האב זיך געלייגט שלאפן אויף דעם פלאץ, און דאס איז געווען ביי "יעקב אבינו", ווייל יעקב אבינו האט משיג געווען גאר גרויסע מדריגות בשעת'ן שלאפן.
אבער ביי א פשוט'ע מענטש, איז דאך די: "וְָאנֹכִי לא יָדָעְּתִי" בשעת'ן שלאפן, ווייל דעמאלט'ס איז דאך דא א "היסח הדעת" ביי א יעדע פשוט'ע מענטש, אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין חז"ל.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" וגו', ווייל די סופי תיבות פון די ווערטער: "אֵלה תוֹלְדת נַ ח נַ ח" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "אֲנִי יָשֵן" – איך שלאף..! רבותי: "אֲנִי יְשֵנָה" – איך שלאף א טיפע שלאף אין עבודת השם יתברך..!
און ממילא זאג מיר טאטע אין הימל, וואס איז די עצה צו דעם..?! איך שלאף און איך שלאף און איך שלאף אין עבודת השם יתברך, וואס איז די עצה צו דעם הייליגער גרויסער טאטע אין הימל..?! ווי אזוי קען איך זיך אויף וועקן פון מיין טיפ'ן שלאף..?! און ווי אזוי קען איך מאכן דעם: "עּורִי יְשֵנִים מִשִינַתְכֶם"..?!
ענטפערט דיר אויף דעם די פסוק דא, און די פסוק זאגט דיר דא אזוי, אז: "אֵלֶה" – זיי: "פוֹסֵל אֶת הָרִאשוֹנִים" – האק אפ פון דאס וואס איז געווען, און כאפ זיך צוריק צו די שויס פון דיין הייליגן טאטן אין הימל, און הייב אן פון דאס ניי, און דאס וועט צו ברענגען, אז: "נֹחַ נֹחַ" – אז עס וועט דיר ווערן פיל גרינגער אין עבודת השם יתברך.
ווייל אויב טראכט מען א גאנצן צייט פון דעם: "אֲנִי יָשן" – ווייל אויב טראכט מען א גאנצן צייט אז איך בין דאך שוין סיי ווי סיי אזא פאר שלאפענ'ע מענטש אין עבודת השם יתברך, און אויב טראכט מען א גאנצן צייט אז איך האלט דאך נאך סיי ווי סיי ביי גארנישט, דעמאלט'ס איז טאקע זייער שווער זיך ארויס צו זעהן פון דעם פאר שלאפנ'קייט, ווייל דו צו קלאפס'ט זיך דאך אליין מיט דעם וואס דו רעדס'ט פון דיינע דורך פעלער'ס.
נאר די ריכטיגע וועג איז, אז א מענטש זאל: "פוֹסֵל" זיין: "אֶת הָרִאשוֹנִים" אן קיין שום שאלות, נאר זיי: "פוֹסֵל אֶת הָרִאשוֹנִים", און געב זיך א נעם פון דאס ניי, און רוף אויס הויעך ביי דיר אין הארץ, אז איך בין שוין נישט דער זעלב'ער מענטש ווי אמאל, ווייל פון יעצט און ווייטער.. האב איך זיך געטוישט, און פון יעצט און ווייטער גיי איך שוין טאקע באמת פראבירן צו מאכן א: "נַחַת רּוחַ" פאר מיין גרויסן טאטן אין הימל.
און אויב דו מאכס'ט די פעולה פון: "אֵלֶה", און דו ביזט: "פוֹסֵל" אֶת הָרִאשוֹנִים, דעמאלט'ס זאלסטו וויסן, אז: "תוֹלְדֹת" – אז די "תוצאה" פון דעם וועט זיין, אז: "נֹחַ נֹחַ" – אז עס וועט דיר ווערן אסאך אסאך גרינגער אין דיין עבודת השם יתברך, ווייל אויב געבסטו א ווארף אוועק אלע דיינע אלטע פעקל'עך, און דו הייבס'ט אן א פריש'ע בלעט'ל פון דאס ניי, דעמאלט'ס קענסטו זוכה זיין אויף צו עפענען אלע: "שַעֲרֵי תְשּובָה" אויבן אין הימל.
ווייל אויב: "וְאִם מוֹדֶה וְעוֹזֵב" – ווייל אויב דו ביזט מודה אז דו האסט זיך נישט געפירט ווי עס דארף צו זיין, און דו "לאזט אפ" אלע דיינע אלטע פעקל'עך, און דו זאגס'ט פארן אייבערשטן, אז איך וויל זיך שוין טאקע באמת צוריק קערן צו דיר, און איך וויל שוין טאקע באמת זיין גוט, איז: "אַּתָה מְרַחֲמֵהּו" – האט דעמאלט'ס דער אייבערשטער גלייך רחמנות אויף די ר און ער עפענט דיר דעמאלט'ס גלייך אויף אלע: "שַעֲרֵי תְשּובָה:"