Skip to content
נעימות אליעזר - סקולען

נֹח אִיש ׁ צדִּיק תָּּמִים הָּיָּה בְּדֹרֹתָּיו

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אֵלֶּׁה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִיש צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו וגו': רש"י הק'

דערמאנט אונז דא מורא'דיגע יסודות'דיגע ווערטער, ווייל רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין דא אזוי, וזלה"ק, אז: יֶש מֵרַבוֹתֵינ ו דוֹרְשִים אוֹתוֹ "לִשְבַח" – אז עס איז דא פון אונזערע רבי'ס וואס דרש'נען דעם פסוק דא פאר א "לויב", און לויט זיי מיינט אונז דא די פסוק צו זאגן, אז: נֹחַ אִיש צַדִיק תָמִים הָיָה "בְדֹרֹתָיו" – אז נח איז געווארן גערעכנט פאר א: "צַדִיק" אין "זיינע" דורות.

און: "כָל שֶכֵן שֶאִל ו הָיָה בְדוֹר צַדִיקִים הָיָה צַדִיק יוֹתֵר" – און ווען נח וואלט געווען אין די דור פון אברהם אבינו, דעמאלט'ס וואלט ער דאך געוויס געווען נאך א גרעסער'ע: "צַדִיק", און לויט דעם פשט איז די ווערטער: אִיש צַדִיק תָמִים הָיָה "בְדֹרֹתָיו" א מורא'דיגע "לויב" אויף נח.

אבער: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" – אבער פון די אנדערע זייט.. איז אבער דא אזעלכע וואס דרש'נען דעם פסוק דא פאר א "שאנד", און לויט זיי מיינט אונז דא די פסוק צו זאגן, אז: נֹחַ אִיש צַדִיק תָמִים הָיָה "בְדֹרֹתָיו" – אז נאר: לְפִי "דוֹרוֹ" הָיָה צַדִיק – אז נאר לויט "זיין" שוואכ'ע דור איז נח געווארן גערעכנט פאר א: "צַדִיק".

אבער: "וְאִל ו הָיָה בְדוֹרוֹ שֶל אבְרָהָם" – אבער אויב נח וואלט געווען אין דעם דור פון אברהם אבינו, דעמאלט'ס: "לא הָיָה נֶחְשָב לִכְלּום" – דעמאלט'ס וואלט ער דאך בכלל נישט געווארן גערעכנט פאר קיין: "צַדִיק".

אבער ועל כולם.. דארפן מיר דאך אבער וויסן זייער קלאר, אז עס ווערט דאך נישט דערמאנט אין קיין שום פלאץ אין די גאנצע תורה הק' אז נח איז נישט געווען קיין: "צַדִיק".

נאר אויף אזוי פיל יא, עס איז דא געוויסע מפרשים וואס לערנען פשט אין דעם פסוק פון: אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִיש צַדִיק תָמִים הָיָה "בְדֹרֹתָיו" וגו' אז דאס מיינט סך הכל צו זאגן, אז: "לְפִי דוֹרוֹ הָיָה צַדִיק" – אז לויט זיין שלעכטע דור המבול איז נח געווארן גערעכנט פאר א: "צַדִיק", אבער: "אִל ו הָיָה בְדוֹרוֹ שֶל אבְרָהָם" – אבער אויב נח וואלט געווען אין דעם דור פון אברהם אבינו, דעמאלט'ס: "לא הָיָה נֶחְשָב לִכְלּום" – דעמאלט'ס וואלט ער דאך בכלל נישט געווארן גערעכנט פאר קיין: "צַדִיק".

אבער בכל אופן דארף מען דאך אבער וויסן, אז עס שטייט דאך שוין אויף דעם גרויסן: "תַנָא הָאֱֹלקַי רַבִי שִמְעוֹן בֶן יוֹחָאִי", אז: "כָל יָמָיו אֲשֶר חָיָה" – אז ווי לאנג רבי שמעון בן יוחאי האט געלעבט, איז: "אוֹת הַקֶשֶת לא נִהְיָה" – האט מען נישט געזעהן קיין רעגן בויגן, ווייל רבי שמעון בן יוחאי איז געווען אזוי גרויס.. אז ער האט מגין געווען אויף זיין גאנצן דור, און ממילא וועגן דעם איז קיינמאל נישט אויס געקומען אז דער אייבערשטער זאל ווערן גאר שטארק ברוגז אויף די מענטשן פון זיין דור, ווייל די זכות פון רבי שמעון בן יוחאי האט מגין געווען אויף זיין גאנצן דור.

און לויט דעם קומט דאך אויס, אז אפילו אויב דו וועסט וועלן זאגן אז נח איז טאקע געווען א אמת'ע גרויסע: "צַדִיק", [נישט קיין חילוק אין וועלכע דור ער וואלט געווען, ווייל אלעמאל וואלט טאקע נח געהייסן גאר א גרויסע: "צַדִיק"], האט ער דאך אבער געלעבט אין א דור וואס אלע מענטשן פון דעם דור זענען געווען גאר גרויסע "רשעים", און ער האט דאך זיי נישט "מוסר" געזאגט.

און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין די ספרים הק', אז דאס איז דאך טאקע בעצם די: "יֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי", און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער, אז חס ושלום חס ושלום צו זאגן אז נח איז געווען א רשע ח"ו, עס קען דאך נישט זיין אזא זאך.

ווייל אויב דער הייליגער תורה הק' שרייבט אויף נח אז: "נֹחַ אִיש צַדִיק תָמִים", דעמאלט'ס איז נח געווען א: "צַדִיק"..! און פארטיג, עס איז נישט דא אויף דעם קיין שום חקירות ודרישות, און עס איז נישט דא אויף דעם קיין שום חולקים.

נאר וואס דען..?! די פשט פון די ווערטער: "יֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" מיינט נאר.. טאקע דעם געדאנק, אז פארקערט, נח איז טאקע געווען גאר גאר א גרויסע: "צַדִיק", נאר עס איז נאר געווען א שטיקל "תביעה" אויף איהם פון הימל, און די תביעה איז געווען, אז פארוואס האסטו נישט געקענט משפיע זיין אויף די מענטשן פון דיין דור זיי צוריק קערן צום אייבערשטן..?! און פארוואס האסטו נישט געקענט מוסר זאגן פאר די מענטשן פון דיין דור אז זיי זאלן תשובה טוהן..?! דו ביזט דאך געווען דער גרויסער: "צַדִיק הַדוֹר"..?!

און בדרך אגב איז כדאי אן צו מערקן דא, אז פון דעם זעהט מען דאך שוין טאקע, אז אויף די: "צַדיק הַדוֹר" ליגט טאקע דער "פליכט" זיכער צו מאכן אז די מענטשן פון דעם דור פירן זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, און אויף די: "צַדִיק הַדוֹר" ליגט טאקע דער "חוב" זיכער צו מאכן אז די מענטשן פון דעם דור גייען טאקע אויפן ריכטיג'ן וועג, אבער על כל פנים.. דאס איז די גאנצע "גנאי" וואס געוויסע מענטשן טענה'נען אויף: "נֹחַ אִיש צַדִיק".

און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין חז"ל, אז נח האט טאקע אן גענומען די טענה פון דעם: "יֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי", און ער האט געזאגט פאר דעם: "יֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי", אז ענק זענען גערעכט, און איך דארף טאקע פראבירן צוריק צו ברענגען די מענטשן פון מיין דור צום אייבערשטן.

און בשעת ווען ער האט געבויעט די תבה [במשך הונדערט און צוואנציג יאר], זענען דאך כסדר צו געקומען צו איהם גאר אסאך מענטשן פון זיין דור, און זיי האבן דאך איהם דעמאלט'ס געפרעגט, אז מיר זאג נאר ר' נח, וואס בויסטו דא..?! האט זיי נח גע'ענטפערט, אז איך בוי דא א "תבה".

און ער האט זיי דעמאלט'ס גלייך דערציילט די גאנצע מעשה, אז דער הייליגער באשעפער האט געזעהן אז: "כִי רַבָה רָעַת הָָאדָם בָָארֶץ" – אז דער הייליגער באשעפער האט געזעהן אז ענקערע שלעכטע מעשים זענען אריבער אלע גרעניצ'ן, און ממילא וועגן דעם האט דער הייליגער באשעפער באשלאסן צו ברענגען א "מבול" אויף דער וועלט און פאר שוועמען די גאנצע וועלט מיט א מבול.

און נח האט זיי דעמאלט'ס קלאר אן געזאגט, אז איך זאג אייך, "עס גייט קומען א מבול", און ממילא טוט'ס "תשובה" פון אייערע שלעכטע וועגן בא'צייטנ'ס..! ווייל: "כִי לא תַחְפֹץ בְמוֹת הַמֵת כִי אִם בְשּובוֹ מִדַרְכוֹ וָחָיָה".

און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך דא, אז: "וְלָמָה הִטְרִיחו בְבִנְיָן זֶה" – אז פארוואס האט דער אייבערשטער געהייסן נח בויען א תבה פאר אזא לאנגע צייט..?!

ענטפערט אויף דעם רש"י הק', און רש"י הק' זאגט אונז דא, אז די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט געהייסן נח בויען א תבה פאר אזא לאנגע צייט איז געווען, ווייל.. טאקע דערפאר: "כְדֵי שֶיִרְאּוה ו אנְשֵי דוֹר הַמַבּול עוֹסֵק ב ה מֵָאה וְעֶשְרִים שָנָה" – כדי אז די מענטשן פון דעם דור המבול זאלן זעהן ווי נח ארבעט אויף די תבה פאר גאנצע הונדערט און צוואנציג יאר.

און זיי וועלן זיך (פארשטייט זיך) גאר שטארק וואונדער'ן אויף דעם, און ממילא: "וְשוֹאֲלִין אוֹתוֹ מַה זֹאת לְָך" – און ממילא וועלן זיי דאך איהם זיכער פרעגן, אז.. זאג נאר ר' נח, וואס בויסטו דא..?!

און: "וְהּוא אוֹמֵר לָהֶם" – און נח וועט זיי דעמאלט'ס ענטפער'ן, אז: "עָתִיד הַקָדוֹש בָר וְך הּוא לְהָבִיא מַבּול לָעוֹלָם" – אז דער הייליגער באשעפער גייט ברענגען א מבול אויף דער וועלט, און ממילא טוט'ס תשובה בא'צייטנ'ס, און קערט'ס ענק צוריק פון ענקערע שלעכטע וועגן, און: "אּולַי יָשּובּו" – און אפשר וועלן די ווערטער פון נח האבן א השפעה אויף די מענטשן פון דעם דור המבול, און זיי וועלן טאקע דעמאלט'ס אלע "תשובה" טוהן.

און מיט דעם וועט נח קענען תשובה טוהן אויף די טענה פון דעם: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" אויף דעם וואס ער האט נישט "מוסר" געזאגט פון די מענטשן פון זיין דור, און ער וועט דעמאלט'ס פאר זיכער'ט ווערן מיט די ווערטער: "נֹחַ אִיש צַדִיק תָמִים" אפילו לויט די שיטה פון די: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי".

אבער בכל אופן.. ווייסן מיר דאך שוין אבער אלע זייער גוט, אז די ווארט: "דוֹרֵש" – איז דאך אויך א לשון פון "זוכן", אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין פרשת ואתחנן (קפיטל ד' פסוק כ"ט), אז: "ובִקַשְּתֶם מִשָם אֶת יהו- ה אֱֹלקֶיָך" – אז אויב דו וועסט שטארק וועלן דעם אייבערשטן, דעמאלט'ס: "ומָצָאתָ" – דעמאלט'ס וועסטו איהם סוף כל סוף טרעפן, און דו ווייסט פארוואס..?!

ווייל: כִי "תִדְרְשֶנּו" בְכָל לְבָב ך ובְכָל נַפְשֶָך – ווייל דו האסט דאך איהם אמת'דיג "אויף געזוכט", און וויבאלד דו האסט טאקע באמת געוואלט זיין נאנט צו איהם, וועגן דעם וועסטו סוף כל סוף זוכה זיין צו: "קִרְבַת אֱֹלקִים".

און די לשון: "דוֹרֵש" ווערט דאך שוין טאקע אויך דערמאנט אויף דעם הייליגן "בית המקדש", ווייל עס ווערט דאך שוין געברענגט אויף כמה מקומות אין חז"ל, און ביי די פסוקים פון תיקון חצות שטייט דאך שוין טאקע אויך דעם לשון, אז: הֵן כָל אֵלֶה אֵין "דוֹרֵש" לְנַפְשִי וגו', און אין דעם לעצט'ן פסוק פון מגילת אסתר זאגט דאך אונז שוין דארטן די פסוק אויך דעם לשון, אז מרדכי הצדיק איז געווען א: "דֹרֵש" טוֹב לְעַמו – אז מרדכי הצדיק פלעגט שטענדיג "זוכן" צו טוהן גוט'ס פאר זיין פאלק.

און ביי די תפילת המוספין פון די שלוש רגלים זאגן מיר דאך שוין טאקע אלע אויך דעם ל שון, אז: "מֶל ך רַחֲמָן" – רחמנות'דיגער באשעפער: "רַחֵם עָלֵינּו" – האב שוין רחמנות אויף אונז, און: "טוֹב ומֵטִיב" – און גוט'ער באשעפער: "הִדָרֶש" לָנּו – זוך אונז שוין אויף, און ברענג אונז שוין צוריק צו דיר הייליגער גרויסער טאטע אין הימל.

אבער על כל פנים זעהט מען דאך שוין פון די אלע פלעצער אז די ווארט: "דוֹרֵש" קען מען דאך אויך טייטש'ן "זוכן".

און נישט נאר דעם, נאר די ווארט: "דוֹרֵש" מיינט דאך בעצם "שטארק זוכן", ווייל עס שטייט דאך שוין בפירוש אין פסוק אין פרשת ראה (קפיטל י"ג פסוק ט"ו), אז משה רבינו האט דעמאלט'ס געזאגט פאר די יודישע קינדער, אז: "וְדָרַשְּתָ" וְחָקַר תָ וְשַָאל תָ הֵיטֵב – אז דו וועסט גוט גוט "דורש וחוקר" זיין אויב עס איז טאקע אמת אז: "יָצְא ו אֲנָשִים בְנֵי בְלִיַעַל מִקִרְבֶָך וַיַדִיח ו אֶת יֹשְבֵי עִירָם לֵאמֹר נֵלְכָה וְנַעַבְדָה אֱֹלהִים אֲחֵרִים אֲשֶר לא יְדַעְּתֶם", און דו וועסט דעמאלט'ס גוט גוט נאך גיין די זאך, און ממילא זעהט מען דאך שוין פון דעם זייער קלאר, אז די ווארט: "דוֹרֵש" מיינט דאך בעצם אז דו וועסט "שטארק זוכן".

און ממילא דאס איז פשט אין די ווערטער פון רש"י הק' אז: "יֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי", אז: "יֶש" – אז עס איז דא אזעלכע: "שֶדוֹרְשִים" – וואס זיי זוכן גוט גוט אויף, און זיי זענען שטארק "דורש וחוקר" דעם גאנצן ענין אבי כדי צו קענען טרעפן עפעס א: "גְנַאי" אין דעם גרויסן: "צַדִיק נֹחַ אִיש צַדִיק" וואס די פסוק שרייבט דאך שוין אויף איהם בפירוש אז: "אִיש צַדִיק תָמִים הָיָה" – אז ער איז געווען א שלימות'דיגע: "צַדִיק", ביז.. עס איז זיי ענדליך ענדליך געלונגען צו טרעפן עפעס א שאנדע אויף: "נֹחַ אִיש צַדִיק", און זיי שטעלן זיך אוועק פאר דעם הייליגן: "נֹחַ אִיש צַדִיק", און זיי זאגן פאר דעם הייליגן: "נֹחַ אִיש צַדִיק", אז מיר האבן א מורא'דיגע טענה אויף דיר נח, און אונזער טענה איז, אז דו האסט דאך נישט "מוסר" געזאגט פאר די מענטשן פון דיין דור..?!

און ממילא וועגן דעם איז דאך דאס א שטיקל: "גְנַאי" – און ממילא וועגן דעם איז דאך דאס א שטיקל "שאנדע" און א "בושה", ווייל אויב דו ביזט טאקע אזא גרויסע: "צַדִיק" ווי מען זאגט, דעמאלט'ס וואלסטו דאך געדארפט קענען האבן א "כח ההשפעה" אויף די מענטשן פון דיין דור און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן..?! ניין!?.. און ממילא וואס ענטפערסטו אויף דעם נח הצדיק..?! הַא..?!

אבער לאמיר זיך אפ שטעלן א מינוט, און לאמיר אריין טראכטן אין דעם גאנצן ענין דא פאר א מינוט, און לאמיר פרעגן דעם: "יֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתו לִגְנַאי" פארטיי, אז פארוואס שרייסטו אויף דעם גרויסן צדיק נח..?!

נו.. האסטו געטראפן עפעס א "חיסרון" אין איהם, נו.. מען האט דאך שוין געהערט אזאנ'ס, אבער וואס איז אבער מיט די אנדערע ניין און ניינציג פראצענט פון נח וואס איז דאך געווען כל כולו ריין און הייליג און לויטער פארן הייליגן באשעפער..?!

פארוואס קוקסטו נאר אויף די קליינע שווארצע פינטעל'ע וואס דו האסט געטראפן נאכן זוכן פאר א האלבע שעה..?! וואס איז מיט דיר..?! דאס איז דען א יוד..?! אזוי פירט זיך דען אויף א ערליכע יוד..?! דו זוכס'ט די "חסרונות" פון דיין חבר מיט א פאר גרעסערונג גלאז..?! דו שעמס'ט זיך נישט צו טוהן אזא זאך..?! אזוי פירט זיך אויף א ערליכע יוד..?!

דער הייליגער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל האט דאך אונז שוין קלאר געלערנט אז: "שֶנִרְאֶה כָל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינּו" – אז א מענטש דארף דאך שטענדיג נאר זעהן די "מעלות" פון זיין חבר.

אבער משא"כ די "חסרונות" פון זיין חבר.. זאל ער ניט אמאל באמערקן, און דו גייסט נאך אויף זוכן [פון אונטער'ן טיש] חסרונות אויף דיין חבר..?! פארוואס זוכסטו חסרונות אויף דיין חבר מיט א פאר גרעסערונג גלאז..?! דיין חבר איז עפעס דיין אתרוג..?! פארוואס זוכסטו חסרונות אויף דיין חבר פון אונטער'ן טיש..?! דאס איז דאך אזא "בושה"..?!

און דאס איז דאך טאקע פשט אין די ווערטער פון: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתו לִגְנַאי", ווייל מען דארף דא טייטש'ן אזוי, אז: "וְיֶש" – אז די מענטשן: "שֶדוֹרְשִים" – וואס זוכן אויף חסרונות אויף א צווייטן פון אונטער'ן טיש, איז: "אוֹתוֹ לִגְנַאי" – איז דאס א "חרפה" און א "בושה" פאר איהם אליין – דאס איז א "חרפה" און א "בושה" פאר דער מענטש וואס זוכט אויף חסרונות אויף א צווייטן, ווייל וואס איז מיט דיר ר' יוד..?! אזוי פירט זיך אויף א ערליכע יוד..?! און דאס איז דען א יוד..?! זוכן חסרונות אויף א דיימאנט שטיין וואס קומט פון אונטער דעם אייבערשטנ'ס כסא הכבוד..?! עס איז דאך נישט דא קיין גרעסער'ע "בושה" ווי צו זוכן חסרונות אין א צווייטע יודיש קינד וואס איז: "נֶחְצָב מִּתַחַת כִסֵא הַכָבוֹד"..!

ווי אז וי שעמסטו זיך נישט צו צו גיין צום שטוהל פון דעם: "מֶל ך מַלְכֵי הַמְלָכִים הַקָדוֹש בָר וְך הּוא" און בודק זיין איינער פון די שטיינער דארטן אויב עס איז טאקע א אמת'ע דיימאנט שטיין..?! וואו איז דען דא א גרעסער'ע "בושה" ווי צו זוכן חסרונות מיט א פאר גרעסערונג גלאז אין דעם שטוהל פון דעם: "מֶל ך מַלְכֵי הַמְלָכִים הַקָדוֹש בָר וְך הּוא"..?!

און ממילא וועגן דעם האט טאקע רש"י הק' אראפ גענומען די ווארט: "רַבוֹתֵינּו" ווען עס איז געקומען צו רעדן פון די: "יֶש דוֹרְשִים לִגְנַאי", און רש"י הק' האט דא נאר געשריבן אז: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי", און ער האט אויס דרוק'לעך נישט געשריבן: וְיֶש "מֵרַבוֹתֵינּו" שֶדוֹרְשִים אוֹתו לִגְנַאי.

ווייל ניין ר' יוד, איינער וואס זוכט שלעכט'ס אויף זיין חבר איז נישט: "מֵרַבוֹתֵינּו" – איינער וואס זוכט שלעכט'ס אויף זיין חבר מיט א פאר גרעסערונג גלאז איז נישט פון אונזערע רבי'ס..!

און ער וועט שוין קיינמאל נישט זיין אונזער "רבי" – און ער וועט אונז שוין קיינמאל נישט אויס לערנען א דרך ווי אזוי זיך צו פירן, און דער מענטש וואס זוכט "חסרונות" אויף זיין חבר איז עפעס א: "יֶש שֶדוֹרְשִים" – און דער מענטש וואס זוכט "חסרונות" אויף זיין חבר איז עפעס א פרעמד'ע מענטש פון א פרעמד'ע פלאץ וואס האט בכלל נישט קיין שום שייכות צו אונז.

און לויט דעם פשט שטימט דאך שוין טאקע זייער גוט פארוואס מען רופט אן דער הייליגער רבי רבי אלימלך מיטן נאמען דער הייליגער "רבי רבי" אלימלך פון ליזענסק.

ווייל אזא איינער וואס האט אריין געפרעגל'ט אין אונזערע הערצער אז מען טאר נישט זוכן קיין שלעכט'ס אויף א צווייטע יוד.. אזא איינער באקומט דעם אמת'ן טיטול "רבי", און נישט נאר "רבי" אליין, נאר "רבי רבי" – צוויי מאל רבי, כדי צו ווייזן, אז.. יא, ער איז טאקע אונזער ריכטיגע רבי וואס ווייזט אונז דעם ריכטיג'ן וועג ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן: "כָל יְמֵי חַיֵינּו".

און דאס איז דאך טאקע געווען די עיקר ציל פון דעם הייליגן רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, צו זעהן די "מעלות" פון א צווייטן, און נישט די "חסרונות" פון א צווייטן ח"ו.

אזוי ווי דער הייליגער רבי רבי אלימלך זאגט דאך אונז שוין טאקע בפירוש אין זיין הייליגן תפילה, אז מיר בעטן דא אלע דעם הייליגן באשעפער, אז: "אַדְרַבָה תֵן בְלִבֵנּו" – אז געב אריין אין אונזערע הערצער: "שֶנִרְאֶה כָל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינּו" – אז א יעדער איינער זאל נאר זעהן די "מעלות" פון זיין חבר: און: "וְֹלא חֶסְרוֹנָם" – און נישט זייערע חסרונות, און: "וְשֶנְדַבֵר כָל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַדֶר ך הַיָשָר וְהָרָצּוי לְפָנֶיָך" – און א יעדער איינער זאל רעדן צו זיין חבר אזוי ווי עס פאסט טאקע צו רעדן צו א חבר, און חס ושלום חס ושלום קיינמאל נישט רעדן קיין שלעכט'ס איינער אויפן צווייטן.

און דער הייליגער רבי רבי אלימלך זאגט דאך אונז שוין טאקע דא אויך ווייטער, אז: "ו

אל יַעֲלֶה שּום שִנְָאה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה" – און מען זאל זיך ח"ו נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, נאר פארקערט, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.

און דאס וועט דאך שוין צו ברענגען אז: "ותְחַזֵק הִתְקַשְרּותֵנ ו בְַאהֲבָה אֵלֶיָך" – און דאס וועט דאך אונז שוין באהעפט'ן צום הייליגן באשעפער, ווייל אויב עס איז דא: "אחֲדּות" צווישן יודישע קינדער, זאגט דאך דעמאלט'ס דער אייבערשטער, אז איך וויל דאך אויך זיין א "שותף" אין ענקער "חבריא", און איך וויל דאך אויך נעמען א טייל אין ענקער חברותא שאפט.

אבער אויב עס הערשט חס ושלום "מחלוקת" צווישן יודישע קינדער, און מען רעדט ח"ו שלעכט'ס איינער אויפן צווייטן, דעמאלט'ס פאר טרייבט מען דאך מיט דעם דער הייליגער באשעפער פון צווישן אונז, און ווי נאר דער הייליגער באשעפער זעהט מחלוקת צווישן די יודישע קינדער, לויפט ער דאך דעמאלט'ס (כביכול) גלייך אוועק פון די יודישע קינדער.

ווייל כדי צו זיין דבוק אין דעם אייבערשטן מוז מען זיך דאך האלטן: "בְַאחֲדּות כְאִיש אֶחָד בְלֵב אֶחָד", און כדי צו זיין דבוק אין דעם אייבערשטן מוז מען דאך פראבירן צו זעהן די "מעלות" פון א צווייטע יוד, און נישט זיינע חסרונות.

און מיט די ווערטער ענדיגט טאקע דער הייליגער רבי רבי אלימלך צו זיין הייליגע תפילה, ווייל: "אחֲרוֹן אחֲרוֹן חָבִיב" – ווייל דאס איז דאך טאקע די שענסט'ע זאך, "ווען א יודיש קינד זעהט שטענדיג די מעלות פון זיין חבר".

אבער לאמיר אביסל צוריק גיין און רעדן אביסל לגבי די זייט פון "נח", ווייל די זאך איז דאך אזוי, אז נח האט דאך ביז יעצט געזעהן אז דער הייליגער באשעפער שרייבט אויף איהם מורא'דיגע ווערטער, ווייל נח האט דאך דא געזעהן אז דער אייבערשטער אליין שרייבט דאך שוין אויף איהם אז ער איז א: "אִיש צַדִיק תָמִים הָיָה בְדֹרֹתָיו" – אז ער איז טאקע געווען א אמת'ע: "אִיש צַדִיק", נו.. דאס איז דען א קלייניקייט..?! א "הסכמה" פון דעם אייבערשטן אליין אז ער איז א: "צַדִיק"..?!

אבער פלוצלונג זעהט נח ווי עס קומען צו גיין מענטשן פון די פארטיי פון: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי", און נישט מער און נישט ווייניגער.. זיי דרש'נען איהם [דער גרויסער צדיק נח]: "לִגְנַאי" – פאר א שאנד.

און זיי זענען דאס נאך אפילו אזוי שיין מסביר ווי אזוי עס שטימט אריין אין דעם פסוק דא, און זיי זאגן איהם נאך אפילו אזוי שיין, אז די פסוק מיינט אונז דא צו זאגן, אז: אִיש צַדִיק תָמִים הָיָה "בְדֹרֹתָיו" – אז דוקא אין "זיינע" דורות ביזטו נח גערעכנט געווארן פאר א: "צַדִיק".

ווייל אה.. עס איז דאך נישט קיין שום קונץ צו זיין א: "צַדִיק" אין א: "דוֹר שֶכָל כֻלוֹ רְשָעִים", אבער אויב דו וואלס'ט געווען אין דעם דור פון אברהם, דעמאלט'ס וואלסטו דאך בכלל נישט געווען גערעכנט פאר קיין: "צַדִיק".

און מען קען זיך דאך שוין פָאר שטעלן ווי אזוי עס שפירט זיך צו הערן אזעלכע ווערטער פון מענטשן נאך דעם וואס דער הייליגער "תורה" הק' אליין שרייבט דאך שוין אויף א מענטש אז ער איז געווען גאר גאר א גרויסער: "צַדִיק", די צער פון דעם איז דאך איום ונורא..!

אבער נח האט זיך אבער נישט פארלוירן, נאר ער איז צו געגאנגען צו די מענטשן פון דעם: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" פארטיי, און ער האט זיי דא געגעבן א פרעג, אז זאגט'ס מיר נאר, וואס פאר א חיסרון האט עטץ געטראפן אין מיר אז עטץ זאגט'ס אז איך בין נישט קיין: "צַדִיק"..?! האב איך ענק דען אמאל וויי געטוהן..?!

האבן די מענטשן פון די: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" פארטיי גע'ענטפערט פאר נח, אז.. ניין, בכלל נישט, דו האסט אונז קיינמאל נישט וויי געטוהן, נאר די סיבה פארוואס מיר האבן דיר גע'דרשנ'ט צו א שאנד איז געווען, ווייל דו האסט דאך נישט געזאגט קיין "מוסר" פאר די מענטשן פון דיין דור, און ממילא "וועגן דעם" האבן די מענטשן פון דיין דור נישט "תשובה" געטוהן, אבער אויב דו וואלס'ט זיי יא מוסר געזאגט, דעמאלט'ס איז דאך זייער מעגליך אז זיי וואלטן יא "תשובה" געטוהן.

און ממילא קומט דאך אויס פון דעם, אז דו "נח" האסט דאך אויך א שטיקל חלק אין דעם אז עס גייט קומען א "מבול" און אפ מעקן אלע מענטשן פון דיין דור.

און ווען נח האט געהערט די ווערטער פון די מענטשן פון די: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" פארטיי, האט ער געטראכט צו זיך, אז.. איין מינוט, זיי זענען דאך גערעכט, די מענטשן פון די: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" פארטיי זענען דאך גערעכט, ווייל איך האב דאך "טאקע" נישט "מוסר" געזאגט פאר די מענטשן פון מיין דור, זיי זענען דאך אזוי גערעכט.

און דא וואלט דאך שוין נח געקענט אפ מאכן ביי זיך אז שוין.. דאס איז עס, איך בין דאך שוין סיי ווי סיי נישט קיין אמת'ע: "צַדִיק", ווייל עס פעלט דאך אין מיר דעם חלק אז איך האב נישט גע'מוסר'ט פאר די מענטשן פון מיין דור אויף זייערע שלעכטע מעשים.

און אויב איך בין דאך שוין סיי ווי סיי נישט קיין: "צַדִיק תָמִים" – און אויב איך בין דאך שוין סיי ווי סיי נישט קיין שלימות'דיגע: "צַדִיק", דעמאלט'ס וועל איך דאך שוין נישט קענען אריין גיין אין די היכל פון די צדיקים אויף יענע וועלט, ווייל איך בין דאך נישט קיין: "צַדִיק" בשלימות, און ממילא אפשר זאל איך שוין דעמאלט'ס אויף געבן אויף "אלעס".

אבער.. ניין, נח האט נישט געזאגט אזוי, נאר נח האט זיי דא געזאגט, אז.. בסדר, וואס האבן ענק דא געזאגט..?! ענק האבן דא געזאגט אז איך האב נישט געזאגט קיין "מוסר" פאר די מענטשן פון מיין דור..?!

נו גוט, פון היינט און ווייטער וועל איך שוין אן הייבן "מוסר" זאגן פאר די מענטשן פון מיין דור, און פון היינט און ווייטער וועל איך שוין פראבירן צו זיין גוט, און פון היינט און ווייטער וועל איך שוין פראבירן זיך אויף צו פירן ווי עס דארף צו זיין.

און דאס איז דאך בעצם א מורא'דיגע לימוד פאר א מענטש, ווייל יא ר' יוד, אפילו אויב דו ביזט אמאל נכשל געווארן אין א עבירה, טארסטו זיך אבער נאך אלץ נישט פארלירן, נאר דו דארפס'ט דעמאלט'ס זאגן וואס נח האט געזאגט בשעת ווען מען האט איהם דורש געווען: "לִגְנַאי", און דארפס'ט דעמאלט'ס זאגן, אז איך האב זיך נישט אויף געפירט ווי עס דארף צו זיין ביזט יעצט..?!

נו גוט, בסדר, דו ביזט גערעכט, ווייל איך האב זיך דאך טאקע נישט אויף געפירט ווי עס דארף צו זיין ביז היינט, אבער פון יעצט און ווייטער וועל איך שוין פראבירן צו זיין א ערליכע יוד, און פון יעצט און ווייטער וועל איך שוין פראבירן צו זיין גוט.

ווייל יא טייערע יודן, דאס מיינט א ערליכע יוד, א ערליכע יוד מיינט, אז: "וְהָיָה בְעָבְרְכֶם את הַיַרְדֵן" – אז ווען דו גייסט אמאל אריבער א "ירידה", זאלסטו נישט דעמאלט'ס בלייבן ליגן אויף דער ערד, נאר: "תָקִימּו" – נאר דו זאלסט זיך דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אויף הייבן, און דו זאלסט זיך דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אוועק שטעלן פעלזן פעסט אויף די אייגענ'ע פוס.

און: "תָקִימ ו אֶת הָאֲבָנִים הָאֵלֶה" – און דו זאלסט דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אוועק שטעלן די הייליגע: "לּוחֹת הַבְרִית" – און דו זאלסט דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אוועק שטעלן די הייליגע: "דֶר ך הַּתוֹרָה", און דו זאלסט דעמאלט'ס ווייטער אן גיין מיט אייזענ'ע כוחות, ווייל דאס איז דאך א אמת'ע: "צַדִיק אֱמֶת", א אמת'ע: "צַדִיק אֱמֶת" איז דאך, אזא איינער וואס קען זיך אויף שטעלן נאך א "ירידה".

און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין משלי (קפיטל כ"ד פסוק ט"ז), אז: "כִי שֶבַע יִפֹל צַדִיק" – אז א: "צַדִיק" פאלט אראפ זיבן מאל, אבער: "וְקָם" – אבער ער הייבט זיך אויף נאך דעם, און ער פראבירט דעמאלט'ס נאך אמאל צו זיין א ערליכע יוד, און ער בלייבט נישט דעמאלט'ס ליגן אויף דער ערד, נאר ער הייבט זיך דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אויף, און ער פראבירט דעמאלט'ס נאך אמאל צו זיין גוט, און ער פראבירט דעמאלט'ס נאך אמאל ביי צו קומען זיין יצר הרע.

ווייל ווען א יודיש קינד פאלט אמאל אראפ אויף דער ערד, הייבט מען זיך דעמאלט'ס גלייך צוריק אויף, מען בלייבט נישט דעמאלט'ס ליגן אויף דער ערד אזוי ווי א צו קלאפט'ער מענטש, נאר מען הייבט זיך דעמאלט'ס גלייך צוריק אויף, און מען לויפט דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אריין אין די שויס פון דעם הייליגן באשעפער [כביכול].

און מען דערציילט דאך שוין טאקע אויך נאך א מורא'דיגע מעשה וואס עס האט פאסירט ביי דעם הייליגן לעכעוויטש'ער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, ווייל דער הייליגער לעכעוויטש'ער האט אמאל געפרעגט זיין תלמיד אינמיטן טיש, אז.. זאג נאר ר' משה, וואס טוסטו ווען דו פאלס'ט אמאל אראפ פון דיין פערד אינמיטן וועג..?!

האט איהם דעמאלט'ס דער תלמיד משה גע'ענטפערט, אז וואס הייסט וואס איך טוה ווען איך פאל אמאל אראפ פון מיין פערד אינמיטן וועג..?! איך הייב זיך דעמאלט'ס אויף, און איך פָאר ווייטער אין וועג.

האט איהם אבער דער הייליגער לעכעוויטש'ער ווידער אמאל געפרעגט, אז וואס טוסטו אויב דו פאלס'ט נאך אמאל אראפ פון דיין פערד..?!

האט איהם דעמאלט'ס זיין תלמיד משה גע'ענטפערט, אז איך הייב זיך דעמאלט'ס נאך אמאל אויף פון דער ערד, און איך פָאר דעמאלט'ס נאך אמאל ווייטער.

האט איהם אבער דער הייליגער לעכעוויטש'ער ווידער אמאל געפרעגט, אז.. און וואס טוסטו אויב דו פאלסט נאך אמאל אראפ פון דיין פערד..?!

האט איהם דעמאלט'ס זיין תלמיד משה גע'ענטפערט, אז וואס הייסט וואס איך טוה..?! איך הייב זיך דעמאלט'ס נאך אמאל אויף פון דער ערד, און איך פָאר דעמאלט'ס נאך אמאל ווייטער..! וואס דען רבי..?! איך זאל בלייבן ליגן אויף דער ערד וויינען..?!

האט איהם דעמאלט'ס דער הייליגער לעכעוויטש'ער געזאגט, אז דו הערס'ט וואס דיין מויל האט יעצט ארויס געזאגט..?! וואס האט א מענטש פון בלייבן ליגן אויף דער ערד און וויינען אויף זיין חורבן..?! גארנישט.

און ממילא וועגן דעם דארף זיך דאך א מענטש שטענדיג פראבירן אויף צו הייבן פון דער ערד נאך א "ירידה", און נישט בלייבן ליגן אויף דער ערד, נאר זיך אויף הייבן פון דער ערד און נאך אמאל צוריק לויפן צו די שויס פון דעם הייליגן באשעפער [כביכול].

און דער הייליגער לעכעוויטש'ער האט דעמאלט'ס צו געלייגט צו זיינע ווערטער און געזאגט צו דעם תלמיד, אז דאס זאגט דאך אונז שוין טאקע דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד מלך ישראל אין זיין הייליגן ספר תהלים, ווייל דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קמ"ה פסוק י"ד), אז: סוֹמ ך יהו-ה לְכָל "הַנֹפְלִים" – אז דער הייליגער באשעפער האלט אונטער די אלע מענטשן וואס "האלטן און איין פאלן".

און עס שטייט דאך נישט אין פסוק דא דעם לשון, אז: סוֹמ ך יהו- ה לְכָל אֵלּו "שֶנָפְלּו" – אז דער הייליגער באשעפער האלט אונטער אלע וואס "זענען" אראפ געפאלן, נאר עס שטייט דא א ין פסוק דעם לשון, אז: סוֹמ ך יהו-ה לְכָל "הַנֹפְלִים" – אז דער הייליגער באשעפער האלט אונטער די אלע וואס "האלטן און איין אראפ פאלן א גאנצן צייט".. און הייבן זיך צוריק אויף, ווייל דאס איז דאך טאקע דער ענין דא, אז א מענטש זאל זיך צוריק אויף הייבן נאך א "ירידה", און נישט בלייבן ליגן אויף דער ערד אזוי ווי א אום באהאלפענ'ע מענטש.

און.. יא, דער הייליגער באשעפער איז: סוֹמ ך יהו-ה לְכָל "הַנֹפְלִים", און דער הייליגער באשעפער האלט אונטער די אלע וואס "האלטן און איין פאלן", ווייל.. יא, אפילו אויב איך בין "נאך אמאל" אראפ געפאלן אין שלעכטע מעשים, הייב איך זיך אבער נאך אלץ "נאך אמאל" צוריק אויף, און איך טוה נאך אמאל "תשובה" פארן הייליגן באשעפער, און חז"ל (שבת דף: קנ"ג ע"א) זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש, אז: "כָל יָמָיו בִתְשּובָה" – אז אלע דיינע טעג זאלסטו לעבן מיט "תשובה".

איי.. וועט איינער אבער פרעגן, אז וואס הייסט אז: "כָל יָמָיו בִתְשּובָה"..?! מיר זענען דען אלע "בעלי עבירה" וואס דארפן שטענדיג צו קומען צו "תשובה"..?! נאר די תירוץ אויף דעם איז, אז.. ניין, מיר זענען נישט קיין "בעלי עבירה", אבער.. יא, א מענטש דארף אסאך מאל צו קומען דורך אויס זיין לעבן צו "תשובה".

ווייל א מענטש איז דאך נישט קיין: "מַלְאְָך", און א מענטש פאלט דאך ליידער אמאל אמאל אראפ אין שלעכטע מעשים, און ממילא וועגן דעם זאגן דאך אונז שוין טאקע חז"ל, אז: "כָל יָמָיו בִתְשּובָה" – אז א גאנץ לעבן זאלסטו לעבן מיט "תשובה", ווייל דו ביזט דאך נאר א "מענטש", און דו ביזט דאך נישט קיין: "מַלְאְָך".

און ממילא וועגן דעם דארפסטו דאך שטענדיג לעבן מיט דעם געדאנק פון "תשובה" און זיך אויף הייבן נאך א "ירידה" אין עבודת השם יתברך, און נישט ח"ו בלייבן ליגן אויף דער ערד ווי א אום באהאלפענ'ע מענטש.

ווייל די קונץ איז נישט צו ווערן צובראכן דורך א עבירה, נאר פארקערט, די קונץ איז, זיך צו שטארקן מיט אלע כוחות, און נאך אמאל אריין גיין אין דעם: "בֵית יהו-ה", און נאך אמאל בעטן א תפילה פון דעם הייליגן באשעפער.

און דאס זאגט דאך אונז שוין טאקע די פסוק אין פרשת כי תבוא (קפיטל כ"ז פסוק ד'), אז: "וְהָיָה בְעָבְרְכֶם אֶת הַיַרְדֵן" – אז ווען דו גייסט אמאל אריבער א "ירידה", זאלסטו נישט דעמאלט'ס בלייבן ליגן אויף דער ערד, נאר: "תָקִימּו" – נאר דו זאלסט זיך דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אויף הייבן, און דו זאלסט זיך דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אוועק שטעלן פעלזן פעסט אויף די אייגענ'ע פוס, און: "תָקִימ ו אֶת הָאֲבָנִים הָאֵלֶה" – און דו זאלסט דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אוועק שטעלן די הייליגע: "לּוחֹת הַבְרִית" – און דו זאלסט דעמאלט'ס נאך אמאל צוריק אוועק שטעלן די הייליגע: "דֶרְֶך הַּתוֹרָה", און דו זאלסט דעמאלט'ס ווייטער אן גיין מיט אייזענ'ע כוחות, ווייל דאס איז דאך א אמת'ע: "צַדִיק אֱמֶת", א אמת'ע: "צַדִיק אֱמֶת" איז דאך, אזא איינער וואס קען זיך אויף שטעלן נאך א "ירידה".

ווייל: "כִי שבַע יִפֹל צַדִיק" – ווייל א: "צַדִיק" קען אראפ פאלן זיבן מאל, אבער.. ער בלייבט נישט ליגן אויף דער ערד, נאר: "וְקָם" – נאר ער הייבט זיך נאך אמאל אויף, און ער פראבירט נאך אמאל צו זיין א: "צַדִיק".

און דאס האט דאך טאקע נח הצדיק געטוהן דא, נח הצדיק האט אונז דא אויס געלערנט, אז אויב עס איז מיר נישט געלונגען די ערשטע מאל צו זיין א: "צַדִיק", דעמאלט'ס וועל איך "נאך אמאל" פראבירן צו זיין א: "צַדִיק".

אבער פאר מיר גייען ווייטער, דארפן מיר אבער קודם מקדים זיין א געוויסע קשיא, ווייל לכאורה דארף מען דאך פארשטיין, אז וואס איז די קשר צווישן די לעצטע פסוק פון פרשת בראשית וואס עס שטייט דארטן אז: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" מיט די אנהייב פון פרשת נח וואס עס שטייט דארטן אז: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִיש צַדִיק"..?!

אבער לויט דאס וואס מיר האבן יעצט מסביר געווען שטימט דאך דאס שוין זייער גוט, ווייל די פסוק וויל דאך אונז דא זאגן אזוי, אז ענק ווייסן פארוואס: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – אז ענק ווייסן פארוואס נח האט געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון אייבערשטן (כביכול)..?!

ווייל: "אֵלֶה" – ווייל ער האט: "פוסֵל" געווען: "אֶת הָרִאשוֹנִים", און ער האט זיך נישט פארלוירן ווען ער האט געהערט די פשט פון די: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" אז: "לְפִי דוֹרוֹ הָיָה צַדִיק".. אבער באמת איז נח נישט געווען קיין: "צַדִיק".

נאר פארקערט, נח האט געהערט זייער טענה וואס זיי טענה'נען אז ער האט נישט געזאגט קיין "מוסר" פאר די מענטשן פון זיין דור, און ער האט דאס טאקע באמת אן גענומען, און ער האט געזאגט פאר די מענטשן פון די: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי" פארטיי, אז וואס זאגן ענק נאר..?! ענק זאגן אז איך האב נישט געזאגט קיין "מוסר" פאר די מענטשן פון מיין דור..?! נו גוט, בסדר, פון היינט און ווייטער גיי איך זיי שוין אן הייבן "מוסר" זאגן.

און נח האט טאקע באמת: "פוֹסֵל" געווען זיין אלטע וועג פון "נישט" מוסר זאגן, און ער האט דעמאלט'ס גלייך אן געהויבן צו בויען די תבה מיט א פריש'ע: "דֶר ך הַּתְשּובָה" לפי מדריגתו.

און נח האט טאקע דעמאלט'ס געהאלטן ווארט, און בשעת'ן בויען די תבה האט ער טאקע געהאלטן און איין "מוסר" זאגן פאר די מענטשן פון זיין דור, און ער האט זיי דעמאלט'ס געהאלטן און איין זאגן, אז עטץ זאלט'ס וויסן אז דער אייבערשטער גייט ברענגען א מבול אויף דער וועלט אויב ענק וועלן נישט "תשובה" טוהן פון ענקערע שלעכטע וועגן.

און ממילא וועגן דעם: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – און ממילא וועגן דעם האט נח געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון דעם הייליגן באשעפער (כביכול).

און די ווערטער: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "עִמוֹ מּוסָר" [מיטן כולל], ווייל יא ר' יוד, דו ווייסט פארוואס עס איז געווען: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – דו ווייסט פארוואס נח האט געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון דעם הייליגן באשעפער..?!

די תירוץ אויף דעם איז, ווייל: "עִמוֹ מּוסָר" – ווייל ער האט אן גענומען די טענה פון די: "וְיֶש שֶדוֹרְשִים אוֹתוֹ לִגְנַאי", און: "אֵלֶה" – און ער האט: "פוֹסֵל" געווען זיין אלט'ן וועג פון נישט זאגן קיין "מוסר" פאר די מענטשן פון זיין דור, און ער האט אן געהויבן יא צו זאגן "מוסר" פאר די מענטשן פון זיין דור בשעת ווען ער האט געבויעט די תיבה.

און ממילא וועגן דעם: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – און ממילא וועגן דעם האט נח געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון דעם הייליגן באשעפער (כביכול), ווייל אזוי דארף טאקע לעבן א יעדע יודיש קינד, א יודיש קינד דארף לעבן מיט: "בָר וְך יהו-ה יוֹם יוֹם" – א יודיש קינד דארף לעבן מיט דעם געדאנק אז איך וועל א יעדן איינציג'ן טאג נאך אמאל פראבירן צו ברענגען א: "נַחַת רּוחַ" פארן הייליגן באשעפער.

און אויב עס איז מיר נישט געלונגען היינט צו ברענגען א: "נַחַת רּוחַ" פארן הייליגן באשעפער, דעמאלט'ס וועל איך מארגן נאך אמאל פראבירן צו ברענגען א: "נַחַת רּוחַ" פארן הייליגן באשעפער, און איך וועל זיך ח"ו קיינמאל נישט מייאש זיין פון צו ברענגען א: "נַחַת רּוחַ" פארן הייליגן באשעפער.

און דאס איז דאך בעצם גאר גאר א וויכטיגע כלל אין אלע עניני עבודת השם יתברך, אז וואס..?! אז מען קוקט נישט אויף צוריק, נאר מען קוקט שטענדיג אויף דעם היינטיג'ן טאג.

ווייל וואס עס איז געווען, איז דאך שוין געווען, און וואס מען האט געטוהן, האט מען דאך שוין געטוהן, און מען טאר דאך נישט זיין פארנומען מיט דעם "פארגאנגענהייט", נאר א מענטש דארף לאזן די "פארגאנגענהייט" זיין א "פארגאנגענהייט", און א מענטש דארף דאך שטענדיג נאר קוקען אויף: "לְהַבָא" – און א מענטש דארף דאך שטענדיג נאר קוקען אויף "פָאר אויס" – און א מענטש דארף דאך שטענדיג נאר קוקען אויף "יענע טאג אליין".

און א מענטש דארף דאך שטענדיג טראכטן, אז וואס קען איך "היינט" טוהן כדי צו זיין גוט..?! און וואס קען איך טוהן היינטיג'ן טאג כדי צו פאר שאפן א: "נַחַת רּוחַ" פאר מיין גרויסן הייליגן טאטן אין הימל..?!

און דאס איז דאך בעצם אויך די ערשטע יסוד פון די מצוה פון "תשובה", אז וואס..?! אז: "קַבָלָה עַל לְהַבָא" – אז א מענטש זאל זיך מקבל זיין צו זיין גוט: "מִכַאן ולְהַבָא" – אז א מענטש זאל זיך מקבל זיין צו זיין גוט "פון יעצט און ווייטער".

און די ענין פון: "לְהבָא" איז דאך א זאך וואס מוז זיין, ווייל אויב א מענטש וועט אן הייבן צו קוקען אויף דאס וואס עס איז געווען, וועט ער דאך דעמאלט'ס גלייך ווערן גאר שטארק צובראכן, ווייל עס וועט דאך איהם גאר שטארק וויי טוהן זיינע אלטע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטוהן.

און ממילא וועגן דעם דארף טאקע א יודיש קינד שטענדיג לעבן מיט דעם: "בָר וְך יהו-ה יוֹם יוֹם" – און ממילא וועגן דעם דארף טאקע א יודיש קינד שטענדיג לעבן מיט דעם געדאנק אז א יעדן טאג וועל איך נאך אמאל פראבירן פון דאס ניי צו זיין א ערליכע יוד, און אויב איך האב ח"ו געטוהן א עבירה, דעמאלט'ס וועל איך שנעל מאכן דעם: "אֵלֶה" – דעמאלט'ס וועל איך שנעל: "פוֹסֵל" זיין: "אֶת הָרִאשוֹנִים" – דעמאלט'ס וועל איך שנעל: "פוֹסֵל" זיין מיין אלטע מעשים, און איך וועל זיך שנעל מקבל זיין צו זיין א ערליכע יוד פון יעצט און ווייטער: "מִכַאן ולְהַבָא".

ווייל: "אֵלֶה" – ווייל אויב מען איז: "פוֹסֵל אֶת הָרִאשוֹנִים", דעמאלט'ס איז: "תוֹלְדֹת" – דעמאלט'ס איז די "תוצאה" פון דעם, אז: "נֹחַ נֹחַ אִיש צַדִיק" – אז עס איז שוין אסאך אסאך גרינגער צו זיין א ערליכע יוד.

ווייל אויב א מענטש איז שטענדיג פארנומען מיט אלטע פעקל'עך פון עבירות, דעמאלט'ס קען ער דאך נאך אריין פאלן אין א: "עַצְבּות" און אין א: "מָרָה שְחוֹרָה", און ממילא וועגן דעם זאגן טאקע די ספרים הק', אז א מענטש זאל קיינמאל נישט זיין פארנומען מיט קיין אלטע עבירות, נאר ער זאל מאכן דעם: "עֲזִיבַת הַחֵטְא" – ער זאל אפ לאזן די עבירה, און גיין ווייטער מיט א פרייליכ'ע פריש'קייט: "לַעֲבוֹדַת הַבוֹרֵא".

און דאס איז א אמת'ע "ערליכע יוד", ווייל א אמת'ע "ערליכע יוד" איז דאך נאר אזא איינער וואס האט די: "כֹחַ הַהִתְגַבְרּות" און ער קען זיך שטארקן ארויס צו זאגן די ווערטער פון זיין מויל, אז הייליגער באשעפער, "איך גיי שוין זיין א ערליכע יוד פון היינט און ווייטער", און דאס איז: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – און אזא זאך האט: "חֵן" אין די אויגן פון דעם הייליגן באשעפער (כביכול).

און די ראשי תיבות פון די ווערטער: " וַ נֹח מצָא חן בעֵינֵי יהו-ה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "בו בַיוֹם", ווייל דו זאלסט וויסן זייער קלאר ר' יוד, אז: "בו בַיוֹם" – אז אין דעם טאג וואס דו זאגס'ט פארן אייבערשטן אז: "אֵלֶה" – אז איך הייב יעצט אן פון דאס ניי, באקומסטו דעמאלט'ס גלייך: "חֵן" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן (כביכול), אבער.. דארפס'ט נאר מאכן דעם: "אֵלֶה" – אבער דו דארפס'ט נאר וועלן: "פוֹסֵל" זיין "אֶת הָרִאשוֹנִים".

און כדי צו קענען טוהן אזא סארט פעולה דארף מען זיך דאך האלטן "קליין", ווייל א: "בַעַל גַאֲוָה" קען דאך נישט מודה זיין אז ער האט געטוהן א זאך וואס עס איז נישט גוט.

און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" וגו', ווייל די פסוק וויל דאך אונז דא זאגן אזוי, אז: "אֵלֶה" תוֹלְדֹת – אז ווער קען: "פוֹסל" זיין: "אֶת הָרִאשוֹנִים" – ווער קען: "פוֹסֵל" זיין זיינע אלטע מעשים וואס ער האט געהאט געטוהן..?! [און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך די וואך אין די פרשה, אז די ווארט: "תוֹלְדֹת" גייט דאך ארויף אויף די "מעשים" פון א מענטש, און ממילא: "אֵלֶה" תוֹלְדֹת – און ממילא ווער קען: "פוֹסֵל" זיין: "אֶת הָרִאשוֹנִים" – ווער קען: "פוֹסֵל" זיין זיינע אלטע מעשים וואס ער האט געהאט געטוהן] און זאגן פארן אייבערשטן אז איך הייב יעצט אן פון דאס ניי..?!

די תירוץ אויף דעם איז, אז דאס איז דאך נאר אזא איינער וואס איז: "נֹח נֹחַ", און די ווערטער: "נֹחַ נֹחַ" –

איז דאך טאקע אויך גימטריא: "נָמּוְך" – נידריג, ווייל יא ר' יוד, נאר אזא איינער וואס האלט זיך "קליין" קען מאכן דעם: "אֵלֶה" און: "פוֹסֵל" זיין זיינע אלטע וועגן.

און אויב איינער וועט מיינען אז נח איז דאך זיכער געבוירן געווארן א: "צַדִיק", וועגן דעם זאגט איהם דא די פסוק בפירוש די ווערטער: "נֹחַ נֹחַ", ווייל די ווערטער: "נֹחַ נֹחַ" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "נֹחַ בָנָה" [מיטן כולל], ווייל יא ר' יוד, דו זאלסט וויסן אז: "נֹחַ בָנָה" אִיש צַדִיק – דו זאלסט וויסן אז נח האט אליין אויף געבויעט דעם: "אִיש צַדִיק תָמִים הָיָה" ביי זיך אין הארץ.

און ניין ר' יוד, עס גייט נישט פון זיך אליין, דאס פאסירט נישט פון זיך אליין, נאר מען דארף הארעווען אויף זיך כדי צו קענען זיין א "ערליכע יוד", אבער מיט די כח פון "תפילה" און מיט די כח פון דער הייליגער "תורה" הק' קען מען בעזרת השם יתברך יא זוכה זיין מצליח צו זיין צו באזיגן דעם יצר הרע און טאקע ווערן א אמת'ע: "אִיש צַדִיק":

More in this printout

View the whole printout