Skip to content
נעימות אליעזר - סקולען

ויּוֹלֶּד נֹח שְׁלֹשָּׁה בָּנִים

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

וַיּוֹלֶׁד נֹחַ שְלֹשָה בָנִים אֶׁת שֵם אֶׁת חָם וְאֶׁת יָפֶׁת: לכאורה איז דאך שווער דא א מורא'דיגע קשיא, ווייל דער הייליגער תורה הק' האט דאך שוין געשריבן א פסוק פריער אז: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" – דער הייליגער תורה הק' האט דאך שוין געשריבן א פסוק פריער אז דאס זענען געווען די "קינדער" פון נח, נו אויב אזוי.. פארוואס שרייבט דער הייליגער תורה הק' נאך אמאל א פסוק שפעטער אז: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים" – פארוואס שרייבט דער הייליגער תורה הק' נאך אמאל א פסוק שפעטער אז דו זאלסט וויסן אז נח האט געהאט דריי קינדער..?!

דו האסט דאך אונז שוין פריער געזאגט אז: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" – דו האסט דאך אונז שוין פריער געזאגט אז דאס זענען געווען די קינדער פון נח..?! און פון דעם פארשטיי איך דאך שוין פון זיך אליין אז: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים" – און פון דעם פארשטיי איך דאך שוין פון זיך אליין אז נח האט זיכער געהאט קינדער..?! וואס דען..?! דו זאגס'ט דאך מיר שוין קודם אז "דאס זענען געווען די קינדער פון נח", און שפעטער וועסטו מיר זאגן אז נח האט בכלל נישט געהאט קיין קינדער..?! אוודאי: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים" – אוודאי האט נח געהאט קינדער..?! וואס דען..?!

און חוץ פון דעם.. פרעגט דאך שוין טאקע דער הייליגער אור החיים הק' א מורא'דיגע קשיא, ווייל דער הייליגער אור החיים הק' פרעגט דאך שוין די וואך אין די פרשה, אז עס איז דאך שוין געשטאנען פאריגע וואך אין פרשת בראשית אז "נח האט געהאט דריי קינדער", און עס איז דאך שוין אויך געשטאנען פאריגע וואך אין די פרשה "ווער זיי זענען געווען"..?! און ממילא פארוואס דארף יעצט נאך אמאל שטיין די וואך אין די פרשה אז: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" און אז: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים"..?!

נאר די תירוץ אויף דעם איז, אז עס שטייט דאך שוין פון פריער'דיגע צדיקים א מורא'דיגע יסוד וואס א מענטש דארף וויסן לגבי דעם ענין פון זיין א ערליכע יוד, ווייל עס איז דאך נעבעך דא היינט מענטשן וואס מיינען, אז כדי צו זיין א ערליכע יוד דארף מען לערנען פיר און צוואנציג שעה א טאג, און עס איז דאך נעבעך דא היינט מענטשן וואס מיינען אז כדי צו זיין א ערליכע יוד דארף מען זיין אויס געטוהן פון דער וועלט, און מאכן סיגופים, און עס איז דאך נעבעך דא היינט מענטשן וואס מיינען, אז כדי צו זיין א ערליכע יוד טאר מען נישט פארשטיין צו א "דבר גשמי", נאר מען מוז לעבן עפעס אינגאנצן העכער.. אזוי ווי מענטשן זאגן א אויס דרוק אז "מען דארף קריכען אין די הימלען צו זיין א ערליכע יוד".

אבער דאס איז דאך זיכער נישט ריכטיג [פארשטייט זיך], ווייל קודם כל דארף מען דאך וויסן, אז קריכען אין די הימלען דארף מען דאך זיכער נישט כדי צו זיין א ערליכע יוד, ווייל עס שטייט דאך שוין בפירוש אין פסוק אין פרשת נצבים (קפיטל ל' פסוק י"ב), אז: "לא בַשמַיִם הִוא" – אז דער הייליגער תורה הק' געפונט זיך דאך נישט אין די הימלען: "לֵאמֹר מִי יַעֲלֶה לָנ ו הַשָמַיְמָה וְיִקָחֶהָ לָנ ו וְיַשְמִעֵנ ו אֹת ה וְנַעֲשֶנָה" – אז מיר זאלן דארפן ארויף קריכען אהין און דאס אראפ ברענגען, און דאס מקיים זיין.

און די פסוק זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך דארטן אויפן פלאץ, אז: "וְֹלא מֵעֵבֶר לַיָם הִוא" – אז דער הייליגער תורה הק' געפונט זיך דאך אויך נישט אויף די אנדערע זייט פון דעם טייך: "לֵאמֹר מִי יַעֲבָר לָנ ו אֶל עֵבֶר הַיָם וְיִקָחֶה לָנ ו וְיַשְמִעֵנ ו אֹתָּה וְנַעֲשֶנָה" – אז מיר זאלן דארפן אהין שווימען כדי דאס צו ברענגען אהער, נאר: "כִי קָרוֹב אֵלֶי ך הַדָבָר מְאֹד בְפִי ך ובִלְבָב ך לַעֲשֹתוֹ" – נאר דער הייליגער תורה הק' איז זייער נאנט צו דיר, און דו קענסט דאס רואיגערהייט מקיים זיין.

און דער יסוד איז דאך בעצם גאר גאר א וויכטיגע יסוד פאר א יעדע יודיש קינד, ווייל א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג וויסן, אז כדי צו ווערן א ערליכע יוד דארפסטו אויס דרוק'לעך "נישט" קריכען אין די הימלען.

און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער, אז כדי צו ווערן א ערליכע יוד דארפסטו אויס דרוק'לעך "נישט" אפ לאזן דיין שיינע הויז, און כדי צו ווערן א ערליכע יוד דארפסטו אויס דרוק'לעך "נישט" אויף הערן צו עסן געהעריג, און כדי צו ווערן א ערליכע יוד דארפסטו אויס דרוק'לעך "נישט" אויף הערן צו שלאפן געהעריג, בכלל נישט.

ווייל מען קען דאך זיין א ערליכע יוד אפילו ווען מען עסט געהעריג, און מען קען דאך זיין א ערליכע יוד אפילו ווען מען טרינקט געהעריג, און מען קען דאך זיין א ערליכע יוד אפילו ווען מען שלאפט געהעריג.

נאר וואס דען..?! די זאך איז נאר, אז בשעת ווען דו ביזט עוסק אין: "דְבָרִים גַשְמיִים" זאלסטו נאר אינזין האבן דעם אייבערשטן אין א יעדע זאך וואס דו טוס'ט נאר.

און דער גרויסער: "חָכָם מִכָל אדָם שְֹלמֹה הַמֶל ך עָלָיו הַשָלוֹם" זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר משלי (קפיטל ג' פסוק ו'), אז א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג לעבן מיט דעם ענין פון: "בְכָל דְרָכֶי ך דָעֵהּו" – א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג לעבן מיט דעם געדאנק אז אין אלע דיינע וועגן זאלסטו שטענדיג טראכטן פון דעם הייליגן באשעפער.

און אפילו אינמיטן דיינע פשוט'ע זאכן וואס דו טוס'ט אין דיין טאג טעגליכ'ן לעבן, זאלסטו אבער נאך אלץ אינזין האבן דעם אייבערשטן דערביי, און דו זאלסט שטענדיג לעבן מיט: "שִּוִיתִי יהו-ה לְנֶגְדִי תָמִיד", און דו זאלסט זיך שטענדיג אויף פירן ערליך אויף טריט אין שריט.

און עס קומט דאך אויס פון דעם, אז מען קען דאך אויך דינען דעם אייבערשטן מיט פשוט'ע גשמיות'דיגע זאכן, ווייל אויב פירט מען זיך על פי תורה בשעת ווען מען איז עוסק אין: "דְבָרִים גַשְמִיִים", הייסט דאך דעמאלט'ס די: "דְבָרִים גַשְמִיִים" אויך: "עֲבוֹדַת הַשֵם יִתְבָרְַך".

און ממילא קומט דאך אויס פון דעם, אז עס איז בכלל נישט קיין קשיא פארוואס עס שטייט צוויי מאל אין דער הייליגער תורה הק' אז "נח האט געהאט דריי קינדער".

ווייל די ערשטע מאל וואס עס שטייט אז נח האט געהאט דריי קינדער שם חם און יפת גייט דאך ארויף אויף די עצם זאך אליין, צו קומען זאגן, אז דו זאלסט וויסן, אז נח האט געהאט דריי קינדער אזוי ווי אלע מענטשן וואס האבן געהאט קינדער אין יענע צייט, אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק סוף פרשת בראשית (קפיטל ו' פסוק א'), אז: "וַיְהִי כִי הֵחֵל הָָאדָם לָרֹב עַל פְנֵי הָאֲדָמָה ובָנוֹת יֻלְד ו לָהֶם" – אז די מענטשן פון יענע דור האבן אלע געהאט קינדער אין יענע צייט.

און ממילא וועגן דעם זאגט דיר דא די פסוק אויך, אז דו זאלסט וויסן, אז נח האט אויך געהאט דריי קינדער, און דאס איז געווען די כוונה פון דער הייליגער תורה הק' די "ערשטע מאל" אין פרשת בראשית.

און כדי צו פארשטיין פארוואס דער הייליגער תורה הק' האט נאך אמאל איבער געשריבן די ווערטער: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" די וואך אין די פרשה, דארף מען אבער קודם מקדים זיין א קשיא.

ווייל ווען מען קוקט אריין אין די לעצטע פסוק פון פרשת בראשית, דעמאלט'ס זעהט מען דאך, אז די פסוק זאגט אונז דארטן א נייע סארט זאך, ווייל די פסוק זאגט דאך אונז דארטן, אז דו זאלסט וויסן ר' יוד, אז: "וְנֹח מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – אז נח האט געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן (כביכול).

איי.. וועט איינער אבער פרעגן, אז פארוואס טאקע איז נח געווען דער איינציגסט'ער אין זיין גאנצע דור וואס האט געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן..?! וואס איז פשט פון דעם..?!

מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט די כלל וואס עס שטייט דאך שוין אין חז"ל (יומא דף: ל"ח ע"ב) אז: "וְשָתְלָן בְכָל דוֹר וָדוֹר" – אז עס איז דאך דא "אסאך" צדיקים אין יעדן דור..?! און ממילא ווי אזוי קען זיין אז נח איז געווען דער "איינציגסט'ער" צדיק אין זיין דור וואס האט געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן..?!

נאר די תירוץ אויף דעם איז, אז דו ווייסט פארוואס: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – דו ווייסט פארוואס נח איז געווען דער איינציגסט'ער מענטש וואס האט געטראפן: "חֵן" ביים אייבערשטן..?! ווייל: "אֵלֶה תוֹלְדֹת נֹחַ" – ווייל געב נאר א קוק ווער נח איז געווען.

און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע דא אויך אויפן פלאץ, אז דאס מיינט צ ו זאגן, אז: "עִקַר תוֹלְדוֹתֵיהֶם שֶל צַדִיקִים מַעֲשִים טוֹבִים", און ממילא דו פרעגס'ט דא אזא נאריש'ע קשיא אז פארוואס איז נח געווען דער איינציגסט'ער וואס האט געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן..?!

קום לאמיר דיר דערציילן ווער נח איז געווען וועסטו שוין פארשטיין פארוואס ער איז געווען דער איינציגסט'ער מענטש וואס האט געטראפן: "חֵן" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן, ווייל געב נאר א קוק ווער נח איז געווען, עס איז דאך געווען: "נֹחַ אִיש צַדִיק" – נח איז דאך געווען גאר גאר א גרויסער: "צַדִיק".

אבער.. איין מינוט, וואס מיינט די ווארט: "צַדִיק"..?! נאר די תירוץ אויף דעם איז, אז די ווארט: "צַדִיק" מיינט, אז ער האט זיך געפירט ערליך ווי עס דארף צו זיין, און נישט נאר דעם, נאר ער איז אויך געווען: "תָמִים הָיָה בְדֹרֹתָיו" – ער איז אויך געווען גאר א גרויסער: "תָמִים".

און דאס איז דאך בעצם איינער פון די גרעסטע יסודות וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון א יודיש קינד, ווייל איינער פון די גרעסטע יסודות וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון א יודיש קינד איז דאך, צו זיין א: "תָמִים" און זיך פירן על פי תורה: "בִּתְמ ימּות ובִפְשִיטּות", און נישט פראבירן צו זיין קלוגער פון אונזערע רבי'ס, נאר זיך פירן על פי תורה: "בִּתְמִימּות ובִפְשִיטּות".

און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת תולדות (קפיטל כ"ה פסוק כ"ז), אז: וְיַעֲקֹב אִיש "תָם" יֹשֵב אֹהָלִים – אז יעקב אבינו האט געטוהן דעם: "רָצוֹן הַבוֹרֵא בָר וְך הּוא" מיט א מורא'דיגע: "תְמִימּות", אן קיין שום חקירות ודרישות.

און דאס איז דאך טאקע א מורא'דיגע לימוד פאר אונז, אז אויב: וְיַעֲקֹב אִיש "תָם" – אז אויב איז מען א: "תָמִים", דעמאלט'ס קען מען זוכה זיין צו זיין א: "יֹשֵב אֹהָלִים" – דעמאלט'ס קען מען זוכה זיין צו זיצן און לערנען דער הייליגער תורה הק' א גאנץ לעבן, אבער אויב זוכט מען צו זיין "אויף געקלערט" און אלעס וויסן, דעמאלט'ס איז דאך שוין נישט מעגליך צו זיין א: "יֹשֵב אֹהָלִים" – דעמאלט'ס איז דאך שוין נישט מעגליך צו זיצן און לערנען דער הייליגער תורה הק' א גאנץ לעבן, ווייל: "תוֹרָה" גייט דאך אויס דרוק'לעך נאר צוזאמען מיט: "תְמִימּות".

און א תמימות'דיגע יוד מיינט דאך נישט צו זאגן ח"ו אז מען איז א: "נַעַר" און מען ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך, נאר פארקערט, א תמימות'דיגע יוד מיינט, אז יא.. איך קען אלע: "חָכְמוֹת" אויף דער וועלט, אבער מיט דעם אלעמען פיר איך זיך אבער נאך אלץ אויף מיט: "תְמִימּות ופְשִיטּות".

ווייל דער אייבערשטער האט דאך שוין קלאר געזאגט פאר אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו, אז: "הִתְהַל ך לְפָנַי" – אז גיי ווייטער פאר מיר, און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער, אז גיי ווייטער אן מיט דיין טאג טעגליכ'ן לעבן, אבער: "וֶהְיֵה תָמִים" – ובִפְשִיטּות".

אבער פיר זיך אויף: "בִּתְמִימּות

אבער ועל כולם.. זאגט אונז דא די פסוק אין די וואכעדיגע פרשה, אז ענק זאלן וויסן, אז: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ" – אז נח איז דאך שטענדיג געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן.

און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער אזוי, אז בשעת ווען נח איז געגאנגען אויפן גאס, איז ער דעמאלט'ס געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן, און בשעת ווען ער איז געגאנגען אין זיין שטוב, איז ער דעמאלט'ס אויך געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן, איבעראל ווי ער איז נאר געגאנגען איז ער שטענדיג געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן, און אפילו אין: "דְבָרִים גַשְמִיִים" אויך, ווייל יא ר' יוד, שטענדיג איז געווען: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ".

און די פסוק זאגט דיר דא ווייטער, אז דו זאלסט וויסן ר' יוד, אז: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ" – אז וויבאלד נח איז שטענדיג געגאנגען מיטן אייבערשטן, ממילא וועגן דעם: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים" – ממילא וועגן דעם האט נח געהאט דריי קינדער..!

ווייל אלע זיינע פעולות זענען דאך שטענדיג נאר געווען בלויז כדי: "לַעֲשוֹת רְצוֹן אבִינ ו שֶבַשָמַיִם", און אפילו אין זיינע: "דְבָרִים גַשְמִיִים" האט ער דאך אויך נאר אינזין געהאט דעם כוונה פון: "לַעֲשוֹת רְצוֹן אבִינ ו שֶבַשָמַיִם".

און אלע זיינע וועגן זענען דאך נאר געווען אן געפילט מיט: "תְמִימּות", אזוי ווי די פסוק זאגט דאך אונז שוין טאקע דא בפירוש, אז: אִיש צַדִיק "תָמִים" הָיָה – אז נח איז דאך טאקע געווען א אמת'ע: "תָמִים" מתחילה ועד סוף, און נח האט דאך נישט אפ געלאכט פון קיין יודיש'קייט און געפרעגט אז ווי אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטן מיט עסן און טרינקען און שלאפן..?! נאר ער איז שטענדיג געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן מיט גאר גאר א גרויסע: "תְמִימּות", און ער האט דאך שטענדיג געדינט דעם אייבערשטן: "בִּתְמִימּות ובִפְשִיטּות".

און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת שופטים (קפיטל י"ח פסוק י"ג), אז: "תָמִים תִהְיֶה" – אז א: "תָמִים" זאלסטו זיין טאקע, אבער: "עִם" יהו- ה אֱֹלקֶיָך – אבער נאר צוזאמען מיטן אייבערשטן, אזוי ווי נח, ווייל נח איז דאך געווען א: "אִיש צַדִיק תָמִים", אבער: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ" – אבער ער איז אבער שטענדיג געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן מיט א: "תְמִימּות".

און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך אויף דעם פסוק פון: "תָמִים תִהְיֶה" וגו', אז דער הייליגער תורה הק' מיינט דאך אונז דא צו זאגן אזוי, אז: "הִתְהַל ך עִמוֹ" – אז דו זאלסט שטענדיג גיין צוזאמען מיטן אייבערשטן טריט ביי טריט, אבער עס זאל אבער אויך זיין אויף א אופן פון: "בִּתְמִימּות", און: "וּתְצַפֶה" – און דו זאלסט שטענדיג ארויס קוקען צו קענען זיין: "לוֹ" – און דו זאלסט שטענדיג ארויס קוקען צו קענען זיין צוזאמען מיטן אייבערשטן, און נאר אזוי איז מען זוכה צו: "וְנֹחַ מָצָא חֵן בְעֵינֵי יהו-ה" – און נאר אזוי איז מען זוכה צו באקומען: "חֵן" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן.

און ממילא יעצט פארשטייט מען דאך שוין זייער גוט פארוואס עס דארף שטיין צוויי מאל די ענין פון: "וַיוֹלֶד נֹחַ", און יעצט פארשטייט מען דאך שוין אויך זייער גוט פארוואס עס שטייט: "נֹחַ אִיש צַדִיק" פאר: "וַיוֹלֶד נֹחַ".

ווייל די פסוק וויל דאך אונז דא לאזן הערן, אז דו ווייסט וואס עס איז געווען די "צדקות" פון נח..?! די צדקות פון נח איז געווען, אז ער איז געווען א: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ" אפילו ביי: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים" – ער איז געווען א: "אֶת הָאֱֹל קִים הִתְהַל ך נֹחַ" אפילו ביי: "דְבָרִים גַשְמִיִים" אויך, ווייל אין אלע זיינע: "דְבָרִים גַשְמִיִים" איז דאך שטענדיג געלעגן די זעלבע איין איינציגע כוונה פון: "לַעֲשוֹת רְצוֹן אבִינ ו שֶבַשָמַיִם"..!

און ממילא וועגן דעם קומט אונז די פסוק נאך אמאל לאזן הערן אין די וואכעדיגע פרשה אין פרשת נח, אז דו זאלסט וויסן, אז: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ" – אז נח איז דאך שטענדיג געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן, אלעמאל.. און אפילו ביי: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים" אויך – און אפילו ביי די: "דְברִים גַשְמִיִים" אויך.

און יא ר' יוד, דו זאלסט וויסן זייער קלאר, אז "נאר" וויבאלד: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ".. וועגן דעם איז: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים" – אז "נאר" וויבאלד נח איז שטענדיג געגאנגען צוזאמען מיטן אייבערשטן.. וועגן דעם האט נח געהאט דריי קינדער.

און דו ווייסט פארוואס נח האט געהאט דריי קינדער..?! איך וועל דיר זאגן פארוואס נח האט געהאט דריי קינדער, נח האט געהאט דריי קינדער וויבאלד דער אייבערשטער האט איהם באפוילן מיט די מצוה פון: "פְרּו ורְבּו", וועגן דעם האט נח געהאט דריי קינדער.

און ממילא וועגן דעם שטייט נאך אמאל איבער אין די וואכעדיגע פרשה אז נח האט געהאט דריי קינדער, און וועגן דעם שטייט אויך די ווערטער פון: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ" לעבן די ווערטער פון: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים", ווייל דער הייליגער תורה הק' וויל דאך אונז דא לאזן הערן, אז "נאר" וויבאלד: "אֶת הָאֱֹלקִים הִתְהַל ך נֹחַ".. וועגן דעם איז: "וַיוֹלֶד נֹחַ שְֹלשָה בָנִים".

און שפעטער שטייט ערשט אין פסוק דעם ענין אז: "וַּתִשָחֵת הָָארֶץ לִפְנֵי הָאֱֹלהִים" – און שפעטער שטייט ערשט אין פסוק דעם ענין אז משא"כ די "דור" פון נח איז נישט געווען ערליך, און דער אייבערשטער האט טאקע שפעטער געזאגט פאר: "נֹחַ אִיש צַדִיק", אז דו זאלסט וויסן: "נֹחַ אִיש צַדִיק", אז: "כִי אֹת ך רָאִיתִי צַדִיק לְפָנַי בַדוֹר הַזֶה".

און די סיבה פארוואס: "אֹת ך רָאִיתִי צַדִיק לְפָנַי בַדוֹר הַזֶה" איז, ווייל דו האסט דאך שטענדיג מקיים געווען דעם ענין פון: "בְכָל דְרָכֶי ך דָעֵהּו", און דו האסט דאך שטענדיג געלעבט מיט דעם הייליגסט'ן יסוד פון א יודיש קינד וואס רופט זיך: "שִּוִיתִי יהו-ה לְנֶגְדִי תָמִיד":

More in this printout

View the whole printout